נייע מאכלים ביי היימישע אידן

מר שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
469
רעאקציע ראטע
2,845
אזויווי דער עולם קוקט אויס גאנץ הונגעריג היינט, און מען טראכט שוין פון די שבת'דיגע טשולענט, האב איך געטראכט עס וואלט געווען א גוטע געדאנק צו שטודירן די מאכלים וואס האבן זיך אריינגעכאפט ביים היימישן עולם די לעצטע פאר יאר, בעיקר זייט 'קאראנא' אין 2020 ווען דער עולם איז געגאנגען ליידיג אינדערהיים און געשווימען אין טיק-טאק טרענדס.

די ליסטע, לויט וואס איך ווייס איז אזוי:
זויער-טייג חלה
קיורד פיש
מיהט באורדס
זשורקי

וואס נאך?

ס'איז באמת אן אינטערסאנטער פענאמענען. איך געדענק נישט עפעס אנדערש זאל מאכן אזא גרויסע און שנעלע טויש.

אין בלויזע פיר יאר איז דא היינט צענדליגער געשעפטן וואס פארקויפן בלויז זויער-טייג פראדוקטן, מ'רעדט שוין נישט אז א בעקעריי אדער גראסערי וואס פארקויפט נישט זויער-טייג קען פארשפארן די טירן...

ווי אויך איז דא צענדליגע ביזנעסעס וואס באשטייען בלויז פון פלייש באורדס און זשערקי, און קיין שום אנדערע בוטשער אדער 'טעיקאוט' פראדוקטן...

איך מיין ס'איז ערשט געווען נאר זשערקי און דערנאך איז עס אריבער צו גאנצע טעצער פון כל מיני קאלטע בשר בהמה.

ווי אויך אלע טיכטיגע כולל יונגערלייט וואס פלעגן טוהן גראפיקס אין די ס' יארן און אמעזאן אין די ע' יארן, האבן אנגעהויבן די פ' יארן מיט א שטארקע (פישי) ביזנעס פון פארקויפן cured fish (הכשר און פעקעזשינג וועט שוין נאכקומען).

פליז לייג ארויף אויף סטאטוס א קאנגרעטאלעישענס פאר מיין נייע קיורד פיש סייד האסטל.
ס'איז עכט מיין ווייב, איך נעם נאר קעיר פון מארקעטינג און דעליווערי... (אין אנדערע ווערטער, איך בין אנעמפלויעד.)
שכוח פון פאראויס.
 
לעצט רעדאגירט:
מיט בארדס און קיורד פיש איז לכאורה מער א טשעינדז' אין אינטערטעינמענט/קייטרינג אינדעסטרי אדער פריוואטע ביי זיך, וואס ווערט אזוי ווי א treat פאר זיך אינדיווידואל, קען זיין דאס וועט זיין צייטווייליג.

סוייר טייג חלה האט זיך עכט אריין געכאפט אינם סעודה, און ווער ס'ליעבט דאס איז דאס ווי ברויט.

סאוער דאו חלה האט א מעלה אז ס'פארלאנגט נישט די שטארקע קריספ פון דערויסן אויף די זעלבע מינוט מיט פרישע וייכקייט אינענווענדיג ווי געהעריגע חלה,
ס'פארלאנגט נישט אזוי פול תנאים פאר הארצליכע אפעטיט צום מאכל. בקיצור, ס'לעסט לענגער די טיים ווינדאו ווי געהעריגע.

גיהעריגע חלה, וואס א טאג שפעטער ווערט ברעקלדיגער, און סטעיל. יעצט ווען ס'קומט שלשידעס מ'טונקט ברעקעלדיגע חלה אין סטעיל טאמעטא דיפ וואס איז זויער פון די אויסגעוועפטע גארליק, וועל איך ענדעדרש מאנטשען סאוער דאו מיט עפעס אנדירש.

אבער ליל שישי און פרייטאג נאכט? אייביג געהעריגע חלה. שטעל די פאר די נעמסט פרישע פיש זאפט און די טונקסט אריין די סאוער דאו.
עכט בעל תשחית אויף די זאפט. פריש גייט מיט פריש.

הויל-וויט, מאן שכר שמיה...
 
100% אז פיינע היימישע פרישע חלה איז בעסער
אבער אויף הויל-וויט מוז איך מוחה זיין
א פיינע פרישע קריספי הויל-וויט חלה איז עפעס וואס אפי' א פרישע ווייסע חלה קען נישט ביטען
אבער דארפסט טרעפן עכט א גוטע רעסעפי
און ס'מוז זיין פריש
 
פריש און הייס'ליך מן הסתם די בעסט.
 
מיט בארדס און קיורד פיש איז לכאורה מער א טשעינדז' אין אינטערטעינמענט/קייטרינג אינדעסטרי אדער פריוואטע ביי זיך, וואס ווערט אזוי ווי א treat פאר זיך אינדיווידואל, קען זיין דאס וועט זיין צייטווייליג.

סוייר טייג חלה האט זיך עכט אריין געכאפט אינם סעודה, און ווער ס'ליעבט דאס איז דאס ווי ברויט.

סאוער דאו חלה האט א מעלה אז ס'פארלאנגט נישט די שטארקע קריספ פון דערויסן אויף די זעלבע מינוט מיט פרישע וייכקייט אינענווענדיג ווי געהעריגע חלה,
ס'פארלאנגט נישט אזוי פול תנאים פאר הארצליכע אפעטיט צום מאכל. בקיצור, ס'לעסט לענגער די טיים ווינדאו ווי געהעריגע.

גיהעריגע חלה, וואס א טאג שפעטער ווערט ברעקלדיגער, און סטעיל. יעצט ווען ס'קומט שלשידעס מ'טונקט ברעקעלדיגע חלה אין סטעיל טאמעטא דיפ וואס איז זויער פון די אויסגעוועפטע גארליק, וועל איך ענדעדרש מאנטשען סאוער דאו מיט עפעס אנדירש.

אבער ליל שישי און פרייטאג נאכט? אייביג געהעריגע חלה. שטעל די פאר די נעמסט פרישע פיש זאפט און די טונקסט אריין די סאוער דאו.
עכט בעל תשחית אויף די זאפט. פריש גייט מיט פריש.

הויל-וויט, מאן שכר שמיה...
אהובי ידידי כ'על מיך שטארק קריגן מיט דיר מיט דעם און מיין ליבער שמעלקע וועט שטארק מסכים זיין מיט מיר.

דהיינו, א פיינע פרישע זויערטייג בארכעס וואס איז ארויס ביים זמן פונעם דאטש אויווען וואס איז כמין כיס בתוך כיס געבאקן געווארן אין א אויווען, דאס לאזט מען אויסקילן נישט מיטן חלה דעקל, נאר הויל אינטערן שיינעם בליטשקעדיגן טשענדעליער ווי די קריסטעל ווערט עטוואס פארהויכט פון די פארע. און אזוי ארום ווערענדיג ראפּאגאש אז אפילו די שארפסטע ברויט מעסער איז גאר שווער צו מאכן א צייכן פארן בוצע זיין. און ווער רעדט נאך פון אויפשניידן, ווען נישט שבת וואלט מען ווען געברויכט א אלעקטרישע זעגער דערפאר און נישט זיך איבער צו ארבייטן דערויף אום שב"ק און ווער רעדט נאך ווען די זוים איז נאך באשפריצט געווארן מיט עטליכע קאלירן געטאוסטע סעסאמי סידס.

נאכן מאכן די שבתדיגע איבונגן פון אויפשניידן סלייסעס פאר זיך און די משפחה און איינטינקן אין פיינע טאמיס מייענעיז און דעלי מאסטערד מיט אביסעל פיינע תחינה מיט חומוס ביז די פיש מאכט זיין וועג אריין אינעם דיינינגרום.

נאכן טועם זיין א טעימה קלה פון די בארכעס מיט די דיפס קומט די סאמע שפיץ פון די בארכעס ווען די הארטע ראפאגאש רינדלעך זעגן אריין אינעם קאטשאניא אוואו דער שווערד פון אהוד בן גרא אין די בויך פון עגלון דער קעניג פון מואב
 
שגץ.

מעגסט מיך לאדענען אָפטער...
 
שיין גיימער אויסזעהן ווען אונז וועלן לאדענען א קאפל צו זיך צו סערווירן געסלייסטע זויערטייג פון אלדי'ס, סושי סאלאט פאר פיש, א.א.וו.
שלימות וועט נאר זיין לעתיד לבא.
 
ניטאמאל פערפל געט ער.

און ניין, קוסקוס און רייז איז נישט קיין פערפל.
 
די וואך זענען שוין די בארענטשעס פיל
איך האף איך גיי נישט אנקומען צו דיין שבת טיש און ס׳גייט ליגן צוויי פלאטשיגע וואסער חלה אויפן טיש און הערן א גאנצע תורה פארוואס די וואך איז נישט דא די פיינע פרישע זויערטייג בארכעס
 
אדער אז ער איז אויך אויף א דייעט...
 
שיין גיימער אויסזעהן ווען אונז וועלן לאדענען א קאפל צו זיך צו סערווירן געסלייסטע זויערטייג פון אלדי'ס, סושי סאלאט פאר פיש, א.א.וו.
שלימות וועט נאר זיין לעתיד לבא.
וואס עסט מען ביי אייך אינעם דזשונגל? קרעבס? ספיידערס? מענטשן?
 
אהובי ידידי כ'על מיך שטארק קריגן מיט דיר מיט דעם און מיין ליבער שמעלקע וועט שטארק מסכים זיין מיט מיר.
ונראה לי דברי וואלווי, במחילת כבודו הטהור.
וכן לא נראה לי דברי קאנאדער.

גארנישט אויף דער וועלט, אבער גארנישט! קומט צו צו פרישע ווייסע חלה.
"גארנישט" האב איך געזאגט!! פארשטאנען?
 
Back
Top