- זיך איינגעשריבן
- אוג. 19, 2024
- מעסעדזשעס
- 457
- רעאקציע ראטע
- 2,811
אזויווי דער עולם קוקט אויס גאנץ הונגעריג היינט, און מען טראכט שוין פון די שבת'דיגע טשולענט, האב איך געטראכט עס וואלט געווען א גוטע געדאנק צו שטודירן די מאכלים וואס האבן זיך אריינגעכאפט ביים היימישן עולם די לעצטע פאר יאר, בעיקר זייט 'קאראנא' אין 2020 ווען דער עולם איז געגאנגען ליידיג אינדערהיים און געשווימען אין טיק-טאק טרענדס.
די ליסטע, לויט וואס איך ווייס איז אזוי:
זויער-טייג חלה
קיורד פיש
מיהט באורדס
זשורקי
וואס נאך?
ס'איז באמת אן אינטערסאנטער פענאמענען. איך געדענק נישט עפעס אנדערש זאל מאכן אזא גרויסע און שנעלע טויש.
אין בלויזע פיר יאר איז דא היינט צענדליגער געשעפטן וואס פארקויפן בלויז זויער-טייג פראדוקטן, מ'רעדט שוין נישט אז א בעקעריי אדער גראסערי וואס פארקויפט נישט זויער-טייג קען פארשפארן די טירן...
ווי אויך איז דא צענדליגע ביזנעסעס וואס באשטייען בלויז פון פלייש באורדס און זשערקי, און קיין שום אנדערע בוטשער אדער 'טעיקאוט' פראדוקטן...
איך מיין ס'איז ערשט געווען נאר זשערקי און דערנאך איז עס אריבער צו גאנצע טעצער פון כל מיני קאלטע בשר בהמה.
ווי אויך אלע טיכטיגע כולל יונגערלייט וואס פלעגן טוהן גראפיקס אין די ס' יארן און אמעזאן אין די ע' יארן, האבן אנגעהויבן די פ' יארן מיט א שטארקע (פישי) ביזנעס פון פארקויפן cured fish (הכשר און פעקעזשינג וועט שוין נאכקומען).
פליז לייג ארויף אויף סטאטוס א קאנגרעטאלעישענס פאר מיין נייע קיורד פיש סייד האסטל.
ס'איז עכט מיין ווייב, איך נעם נאר קעיר פון מארקעטינג און דעליווערי... (אין אנדערע ווערטער, איך בין אנעמפלויעד.)
שכוח פון פאראויס.

לעצט רעדאגירט: