נייעס פון מדינת ישראל און ארום

חאמאס זאגט אז זיי וועלן מאכן א 'מעידזשאר אנאונסמענט' היינט.
אפדעיט:

חדשים נאכן עלימינירט ווערן: חמאס מעלדט אפיציעל דעם טויט פון געוועזענעם ווארטזאגער אבו עוביידה.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20251229_090639_082.webp
    IMG_20251229_090639_082.webp
    34.4 KB · געזען: 20
כ'בין חושש אז דו האסט שוין לאנג נישט געהערט גל"צ, אויב בכלל. גל"צ איז סופער לינק גענויגט, אמאל איז געווען דארט יעקב ברדוגו, ער האט געהאט פון די מערסט פאפולערע פראגראם און ער איז געפלויגן אויפן באפעל פון שר הביטחון בני גנץ (סתימת פיות!) היינט איז 99 פראצענט בערך די זעלבע דעה, אפילו די מהדורות חדשות זענען גענויגט פאליטיש. דאס איז געווען ממש בולט ביי די תקופה פון די רפורמה המשפטית און פון די מלחמה
הונדערט און פופציג פראצענט גערעכט! גל"צ איז שרעקלעך לינק פון מעלדן די נייעס ביז זייערע פרשנים און נייַעס אגענטן,

יעצט @כספי נישט קיין נפקא מינה וואס דיין דעה איז אויף די ענין פון פארמאכן גל"צ, וואס איז זיכער איז זיכער אז גל"צ איז לינק אויף א פול פלעטש אופן, אדרבה הער זיי אויס פאר א טאג צייט און קום מיר זאגן וואס די הערסט דארט.

(נ.ב. לינק מיינט נישט אז וואס זיי זאגן נישט וואס ערוץ 12 זאגט.......)
איך האב נישט קיין נערוון אריינצוגיין באריכות, אבער שוין... לדידכם אויב וואלט גלי צהל געווען רעכט גענויגט אדער מער באלאנסירט וואלט מען עס יא געדארפט לאזן אפן? לכאורה נישט. סאו וואו קומט עס אריין אין די שמועס.

און אויב האלטן ענק יא אז אויב ס'איז רעכט גענויגט ואלט מען עס געדארפט לאזן אפן, איז פארשטייט זיך סתם נאריש און איינזייטיג פון ענק אזוי צו זאגן. אבער אויב האלטן ענק אז אויב ס'איז מער באלאנסירט וואלט עס יא געמעגט בלייבן אפן, איז זייער שווער דאס צו פארשטיין, וויבאלד ס'איז מורא'דיג שווער אפצוטייטשן א נייעס סטאנציע אויב ס'איז לינק אדער רעכט, נאכמער, ס'זעט נישט אויס אז איינער האט עס געטון.

ואפרש שיחתי:
איך הער גראדע יא אויס גאנץ אפט גלי צהל, און איך האב יא געזען אז ס'איז באלאנסירט. אויב האב איך געטראכט אז איך בין נישט נאמן אויף דעם, האב איך די זעלבע געהערט פון א חבר מיינער פון ישראל א רעכט געשטימטער.
אבער צו די עצם נקודה, ס'איז זייער שווער אפצומאלן ריכטיג א נייעס ראדיא (אדער צייטונג טיווי וכו') אלס רעכט אדער לינק, ובפרט אין ישראל, וואו די רעכטע זענען שולט שוין פאר די לעצטע באלד 17 יאר כמעט ברציפות, און די תפקיד פון צייטונגען איז צו רעדן אקעגן די רעגירונג'ס שריט, סיי אלס איינע פון די יסודות פון דעמאקראטיע, און סיי ווייל אויף דעם לעבן זיי, אויף קאנטערווערסיע. אויב יעדער איז מסכים מיט וואס די רעגירונג טוט, וועט קיינער נישט אויסהערן די נייעס סטאנציעס. ופשוט הוא.
איך פארשטיי אז טייל רעכטע האלטן אז די תפקיד פון א צייטונג איז צו שטיצן כמעט אלעס וואס די רעגירונג טוט, און די שולד פאר די דורכפעלער פון די לאנד גייט אייביג אויף די אפאזיציע אדער די פאלק (אפגערעדט די יועמש"ית, בג"ץ, אבאמא, און אוסלו),
חוץ ווען פארשטייט זיך די רעגירונג איז לינק, וואס דעמאלטס איז די רעגירונג שולדיג אין אלעס. אבער - דאכט זיך מיר - אז נארמאלע מענטשן פארשטייען אנדערש.

וועגן דעם לענ"ד איז דא דריי מעסטערס אפצומעסטן צו א נייעס סטאנציע איז לינק/רעכט/באלאנסירט.
1. צו קוקן וויפיל זיי קריטיקירן די רעגירונג אקעגן (למשל) די ממשלת השינוי -
כאטשיג וואס דא גראדע איז עס נישט אינגאנצן אזוי, ווייל די ממשלת השינוי זייענדיג א ממשלת אחדות, האט כמעט נישט דורכגעפירט מעידזשער געזעצן, נאר עפ"ר זאכן וואס ביידע זייטן זענען מסכים (ווי פשיעה בחברה הערבית וכדו'), אשר על כן איז געווען אסאך ווייניגער וואס צו קריטיקירן.
2. וויפיל צייט געבן זיי אויף זייערע שאוס פאר רעגירונג'ס מעמבער און שטיצער אקעגן רעגירונג'ס אפאזיציע און קעגנער'ס.
3. וויפיל פון די ארבעטער'ס אין די סטאנציע (נישט געסט) רעדן אקעגן אדער בעד החלטות פון די רעגירונג.

בינעך נייגעריג צו איינער האט אמאל געטון אזא ריסוירטש, פארן אפסק'נען אז די אדער יענע נייעס סטאנציע איז רעכט אדער לינק גענויגט.


ואגב, דאס וואס דו ברענגסט פון ברדוגו, איז דאכט זיך טאקע געווען זייער נאריש און לכאורה אומריכטיג פון גנץ, לכה"פ אזויפיל נאריש און אומריכטיג פון ביבי אריינצושטעלן זיין פריוואטער יועץ אלס פרשן פוליטי אין די מיליטערישע נייעס סטאנציע

"משתלט" זיין??? וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם? דאס איז דאך זייער ארבעט!
זיי זענען דאך די ממשלה!
א ממשלה דארף פירן די אפטיילונגען פון די רעגירונג לויט ווי זיי פארשטייען.

פארוואס איז זיך די "שליטה" פון קרעי, כ"ץ און בן גביר שלעכט אין סיי וואס פארא וועג??

כ'פארשטיי אז ביי לוין קענסטו טענה'ן seperation of powers, וואס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך אויב ס'איז א טענה, אבער ביי די אנדערע דעפארטמענטס?!
אין א"י איז דא די מאדנע נעראטיוו וואס די מידיע האט מצליח געווען צו מהנדס זיין די תודעה אז יעדער פראוו פון א שר צו משפיע זיין אויף זיין תחום איז א "השתלטות עוינת" "התערבות פוליטית", כאילו דאס איז נישט די סיבה און מטרה פארוואס זיי זענען ערוועלט געווארן
זייער גוט און קלאר געזאגט, די תפקיד פון די ממשלה איז א ודאי צו דורכפירן החלטות, און פירן די זאכן פון די לאנד אין זייער אגענדע.

די פראבלעם ווערט נאר ווען דער שר טוט זאכן וואס איז נישט געזעצליך, אדער איז נישט דעמאקראטיש אויסגעהאלטן. ווי למשל, אריינלייגן אומקוואליציפירטע חברים אין שליסל פאזיציעס, וואס זענען געטריי צו אים מער ווי צו די לאנד אדער דזשאב, וואס יעדער פארשטייט אז דאס לייגט חרוב די לאנד. אדער פרובירן אונטערצודריקן פרייע פרעס אונטער די רעגירונג, אדער איינשטילן קריטיק אויף אים אדער זיין רעגירונג, וואס איז א ודאי א אבן נגף פאר דעמאקראטיע.

איך האב אבער נישט געזאגט אז יעדע זאך וואס די א"ד טוען איז א פראבלעם, למשל פארמאכן גלי צה"ל האב איך קלאר געשריבן מער ווי איינמאל אז איך האב נישט קיין דעה. נאר ווי שוין געשריבן פריער, רעד איך פון א פאטערן, פון א דרך התנהגות פון די ממשלה. צו זיך ארויפלייגן שטייף און אומבויגזאם אויף מוסדות פון די רעגירונג. צומאל האבן זיי א גוטע סיבה, צומאל א בעסערן, אבער צומאל א סכנה'דיגע.​
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20251229_133035_512.webp
    IMG_20251229_133035_512.webp
    42.9 KB · געזען: 6
  • IMG_20251229_133417_112.webp
    IMG_20251229_133417_112.webp
    36.1 KB · געזען: 11
טראמפ איבער א פארדאן פאר נתניהו: "מען מוז געבן פאר נתניהו א פארדאן. ער איז א העלד. איך האב גערעדט מיט פרעזידענט הערצאג און ער האט מיר געזאגט אז עס האלט אינמיטן דעם פראצעס. איך קען נישט טאן מער פון דעם."

בית הנשיא רעאגירט: "עס איז נישט פארגעקומען קיין שום שמועס צווישן הערצאג און טראמפ זינט די בקשה פאר א פארדאן איז אריינגעגעבן געווארן. מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען א שמועס צווישן דעם נשיא און א פארשטייער פון טראמפ וואס האט זיך נאכגעפרעגט איבער א בריוו פון דעם אמעריקאנער פרעזידענט, וואו ער האט באקומען אן ערקלערונג איבער דעם פראצעס."
 
סוזי וויילס איז על המשמר
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20251229_143051_545.webp
    IMG_20251229_143051_545.webp
    149.2 KB · געזען: 12
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

די פראבלעם ווערט נאר ווען דער שר טוט זאכן וואס איז נישט געזעצליך, אדער איז נישט דעמאקראטיש אויסגעהאלטן. ווי למשל, אריינלייגן אומקוואליציפירטע חברים אין שליסל פאזיציעס, וואס זענען געטריי צו אים מער ווי צו די לאנד אדער דזשאב, וואס יעדער פארשטייט אז דאס לייגט חרוב די לאנד. אדער פרובירן אונטערצודריקן פרייע פרעס אונטער די רעגירונג, אדער איינשטילן קריטיק אויף אים אדער זיין רעגירונג, וואס איז א ודאי א אבן נגף פאר דעמאקראטיע.

בקיצור ווען א שר שטעלט איינעם (א זאך וואס באלאנגט פאר אים צו טוהן), דאן איז עס בלויז פאר זיינע אינטערעסן.
ווען א דזשאדזש טוט עס (א זאך וואס אין רוב דעמאקראטישע מדינות באלאנגט נישט פאר אים), מיינט ער בלויז דעם פאלק.

די מהלך המחשבה קלעבט עפעס נישט מיט מיר.

יעדע מענטש פון די וועלט אריינגערעכנט פאליטיקאנטן מיינען זיך!

די ארבעט פון א סיסטעם איז זיכער צו מאכן אז די רעגירונג איינגעשטעלטע (פאליטיקאנטן און דזשאדזשעס צוגלייך) "פארדינען פאר זיך מער ווען זיי שטעלן זיך צו צום ציבור".
ביי די פאליטיקאנטן איז לכה"פ אביסל אזוי (ס'איז דא וואלן), ביי די דזשאדזשעס איז עס אינגאנצן נישטא.
 
בקיצור ווען א שר שטעלט איינעם (א זאך וואס באלאנגט פאר אים צו טוהן), דאן איז עס בלויז פאר זיינע אינטערעסן.
ווען א דזשאדזש טוט עס (א זאך וואס אין רוב דעמאקראטישע מדינות באלאנגט נישט פאר אים), מיינט ער בלויז דעם פאלק.
ער מעג מיינען זיינע אינטערעסן, אבער ער דארף אויך אינזין האבן די אינטערעסן פון די מדינה.

די שופטים שטעלן נישט קיין מענטשן פאר פאזיציעס.
 
  • הממ..
רעאקציעס: Yesh
Back
Top