- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,768
- רעאקציע ראטע
- 6,855
- פונקטן
- 943
אויפן ערשטן בליק מאכט עס נישט קיין גרויסע חילוק פאר ביבי, די עיקר חילוק איז פאר בנט וואס וועט לכאורה זיין די גרעסטע פארטיי, און פאר לפיד צו זיין די נומ' 2 אין די גרעסטע פארטיי, אנשטאט די ערשטע אין א פיצי פארטיי. כלומר זנב לאריות ולא ראש לשועלים.
ס'קען פארשטייט זיך האבן א עפעקט אויך אויף ביבי, אויב קומט ארויס אין די פאולס אז בנט קען עס גרינג מאכן (אן קיין אראבער'ס און אפשר אפי' אן יאיר גולן), וועלן רעכטע וואס זענען שוין מילא אנגעווייטאגט אויף ביבי (אקט' 7, גיוס, שחיתות וכדו'), וועלן זעהן אז זיי האבן א עכטע אלטערנאטיוו, וועלן זיי אריבערגיין.
לפ"ד איז עס לכאורה נישט אזוי, וויבאלד די וואס וועלן פאר ביבי זענען אין א געוויסע קולט'ישע מצב כלפי דעם מענטש אליין. און די עטליכע און צוואנציג בענקלעך וואס די פאולס געבן אים יעצט, וועט ער קיינמאל נישט פארלירן.
די שאלה איז לגבי וואס.
לגבי שלימות הארץ, שטחים פאר שלום וכדו' זענען זיי גאנץ אפגערוקט (פארגעס נישט אז לפיד איז מרכז, נישט אינגאנצן לינק).
לגבי דת ומדינה, לגבי גיוס חרדים, לגבי אנטי משיחיים וכן הלאה וכן הלאה זענען זיי גאנץ אייניג.