נייעס פון מדינת ישראל און ארום

1749823201248.png

אזוי גייט אויס זעהן די זיצונג פון טראמפ מיט זיין קאבינעט... :ROFLMAO: :ROFLMAO:
 
טעקנעקלי עני גענעראל וואס די אייאטאלע נעמט יעצט אויף פאבלעקי אויף עקס צי ערזעצן די טויטע, זענען לכאורה מענטשן וואס די אייאטאלע וויל זעהן טויט..
 
אין סאטמאר איז מען זיך נוהג אז ווען די מדינה פירט דורך א געוואגטע אומגעלונגענע אקציע דאן דרייט מען זיך מיטן קאפ אויף ארויף און מ'זאגט "יא יא מ'זעהט בחוש ווי דער רבי איז גערעכט געווען" אדער וואו אהין זענען די ציונים אנגעקומען מיט זייערע מדינה?" אבער ווען די מדינה מאכט א געלונגענע אקציע דאן דרייען זיי זיך ארום מיט אראפגעלאזטע נעזער און זאגן "ווער ווייסט וואס דאס קען נאך צוברענגן? דער אייבּישטער זאל האלטן זיין רעכט האנט!"
עולם הפוך ראיתי
 
לעצט רעדאגירט:
אפדעיטס איבער די אטאקעס אין איראן
  • מוסד האט אונטערגעשפילט אז די הויפט אגעננטן פון איראנ'ס עיר פארס זאלן זיך געפינען אויף איין פלאץ, זיי זאגן זיי האבן זיך במשך די יארן געלערנט וואס מאכט זיי און וויאזוי זיי רוקן זיך, און דאס גענוצט
  • די אטאקע איז געפלאנט פאר א גוטע פאר יאר
  • דראונס אריינגעשווערצט קיין איראן האבן דורכגעפירט די אטענטאטן (אזויווי אוקריינעס לעצטע אטאקע)
  • חיזבאלא זאגט זיי גייען נישט שיסן קיין מיסילס
  • דראונס וואס זענען אנגעקומען העכער ירדן זענען אראפגעשאסן געווארן דורך ירדן וועלכע האט געזאגט קיינער קען נישט נוצן אירע לופט צו אטאקירן
  • אקסיאס: טראמפ און אמעריקע בלויז געשפילט כאילו זיי זענען געווען דערקעגן די אטאקעס אז איראן'ס פירער זאלן זיך נישט מיטאמאל זיך רוקן צו בונקערס
  • טראמפ לייגט ארויס סטעיטמענט וועלכע זאגט: כהאב זיך געבעטן אבער ענק זענען קלוגער
  • איראן זאגט אז יעצט פארשטייט די וועלט פארוואס זיי דארפן יא נוקלעארע וואפן און זיי ציען זיך עמטליך ארויס פון די קומענדיגע רונדע געשפרעכן
  • מד"י (און אמעריקע) צילן פאר רעדזשים טויש
  • מד"י זאגט דאס וועט אנהאלטן פאר צוויי וואכן (אויב עפעס בלייבט איבער)
  • מד"י האפט אז אמעריקע וועט זיך צושטעלן צום קריג
  • איראן זאגט אז די נוקלעארע פאסיליטיס זענען בלויז געשעדיגט פון אויבן העכער די ערד, אבער אונטער די ערד איז נאך גאנץ
  • מד"י וועט מוזן נוצן אמעריקאנער בונקער באסטערס דאס צו קענען פארניכטן
 
נעקסטע רונדע איראן - מד"י אפדעיטס
  • הוטיס שיקן מיסילס קיין מד"י - מעלדונגען אז עס האט געלאנדעט נעבן חברון אין א .....פאלעסטינער מושב
  • כומעיני גייט האלטן א דרשה צו אדרעסירן דאס פאלק
  • באריכטן אז עיר דעפענסעס צוריק אנגעהויבן ארבעטן אין איראן און שיסט אראפ דראונס - אנדערע זאגן סאיז סתם אנטי-עירקרעפט ראקעטס
  • איראן זאגט זיי האבן אראפגעשאסן א דראון פון מד"י נעבן די פארדאו נוקלעארע איינריכטונג
  • איראן מידיע זאגט אז שווערע דעפענסעס ווערן געזען ארום כומעיניס וואוין-ארט
  • פאטאליטעטן נומער אין איראן ביי 104
  • וויצע ווענס און טאלסי גאבארד מערקווירדיג שטיל - זיי זענען ארומגענומען מיט אמעריקע ערשט שיטה האלטער וואס ברויזן אז מד"י וועט אריינשלעפן אמעריקע אין נאך א מלחמה
  • אמעריקאנער אליאירטע אינעם ראיאן האבן געוואוסט איבער די אטאקע אריינגערעכנט קאטאר
  • מד"י שיקט ארויס א פרישע מעלדונג פאר בירגער זיי זאלן זיין גרייט נעבן שעלטערס מעגליך איבער רעאקציע פון איראן
  • מיסילס געזען העכער איראק אויפן וועג קיין מד"י
  • מד"י טוישט אפעראציע פון צוויי וואכן ביז די איראנער סכנה איז עלימינירט.
  • איראן גרייט זיך צו שיקן 100 באליסטישע מיסילס קיין מד"י
 
באליסטיק מיסילס זענען געווארן ארויסגעשאסן פון איראן
גאנץ מדנ״י איז געהייסן געווארן צו גיין אין די שעלטערס

IMG-20250613-WA0267.jpg
GtV7EE8XMAAwQ-I.jpg
IMG_20250613_141138_169.jpg
 
בייגעלייגטע פיילס

  • VID_20250613_142342_845.mp4
    385.5 KB
לעצט רעדאגירט:
ביבי נתני' באגייט זעלבסט מארד; מיטשלעפנדיג מיט זיך צו זיין גיהנום אסאך איראנער מיט איזראעליס!

1749840494481.png

ר' דוב לאנדא, האט אין די לעצטע מינט אפגעשטיפט זיין סטראשע נעכטן, פון אומווארפן ביבי, צו נעקסטער וואך.

***

ביבי נתני' איז אינגאנצן צופודעלט ווייל די פרומע סטראשען צו אומווארפן די איצטיגע רעגירונג זיינע, און דאסמאל זיך צושטעלנדיג מיט די לינקע און נפתלי באנעט, - צוליב די גיוס פראבלעם.

ר' דוב לאנדא האט דאס אפגעשטופט אויף א וואך ארום ווייל יולי אידלשטיין מיט די פרומע חברי הכנסת האבן געזאגט אז זיי זעהן פארשריט צו איינגיין אויף געוויסע פשרות. כאטשט סיי ר' דוב לאנדא און סיי יולי אידלשטיין שרייען חיי וקיים אז קיין פשרות וועט נישט זיין קיינמאהל...

אבער ר' דוב לאנדא האט דאך זיך געבראכן און דאס אפגעשטופט די נייע וואלן. אויף נאך א וואך פון זיין דעד-ליין נאך שבועות.

סא דאס איז ווארשיינלעך א סועסייד אקט פון ביבי צו אטאקירן איראן איצט. ווייל ער ווייסט אז נעקסטער וואך צעפאלט זיין רעגירונג און זיין פאליטישער לעבן איז דערנאך.

און לויט אסאך אנאליטיקער גייט ביבי גאר אריין אין תפיסה, ווי נחמי' וועבערמאן, פאר לייפ!
 
לעצט רעדאגירט:
ערשטע כוואליע פון 100 מיסעלס איז פארטיג, לויט מד”א איז קיינער נישט פארוואונדעט,

5 ביז 7 פלעצער געטראפען געווארען, נאך נישט קלאר פון די מיסילס אדער די אינטערסעפשען.

דערווייל 7 לייכט פארוואונדעטע פון גרינג ביז מיטלמעסיג, מיט עטליכע געביידעס געשעדיגט

הויפטקוואטיר פון דעפענס מיניסטעריום אין תל אביב געצילט,

מדנ״י זאגט אז א פרישע פעקל מיסילס איז אויפן וועג פון איראן

איראן האט געגעבן איר אפעראציע דעם נאמען "שווערע שטראף"

כומעיני שווערט נקמה אין א רעקארדירטע מעסעדזש צום פאלק

איראנישער באַאַמטער צו רויטערס: אונדזער רעאַקציע האָט ערשט אָנגעהויבן. זיי וועלן צאָלן אַ שווערן פּרייז פֿאַרן טייטן אונדזערע פירער,
אונדזערע וויסנשאַפֿטלער און אונדזערע בירגער.
 
לעצט רעדאגירט:
וועלכע דיפענס סיסטעם ניצט מדינת ישראל? איך גלייב נישט אז כיפת ברזל קען עפעס העלפן דא.
 
לעצט רעדאגירט:
לעצט רעדאגירט:
פרישע מיסלס אויפן וועג קיין מדנ"י
ווערט געשאסן פון אפאר ראיאנען איבער איראן.

בילד פון טעהראן יעצט.

GtV-WxiWEAACb5m.jpg
 
פרישע מיסלס אויפן וועג קיין מדנ"י
ווערט געשאסן פון אפאר ראיאנען איבער איראן.

בילד פון טעהראן יעצט.

View attachment 5786
מאסיווע שאנדס אין תל אביב!!!!

די איצטיגע באראדזש קומט אסאך שטאטער/ווייניגער פון פריער,

317 געגנטער פייפן

אויפרייסן געהערט אין ירושלים לויט א עדות אויף רוטערס

פינף פארוואונדעטע 1 בינינו און 4 קל פון די שראפנעיל אין גוש דן בנוסף צו פיר פון שאק.

מעגליך א דריטע כוואליע אויפן וועג

ביזדערווייל איז געשאסן געווארן 150 מיסעלס און רוב פון דעם אראפגעשאסן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top