נייעס פון מדינת ישראל און ארום

דאנט ווארי ס'געווען דארט א טרענסזשענדער- דנה אינטרנשיונל
Gp2XllhX0AAPBM0.png
 
וואס?!
 
אמעריקע האט אנגעהויבן אריינשיקן יומעניטעריען עיד קיין עזה.
 
וואס גייט יעצט פאר אין מדינת ישראל? איז טראמפ טאקע קעגן ביבי?
 
וואס גייט יעצט פאר אין מדינת ישראל? איז טראמפ טאקע קעגן ביבי?
איך פריי מיך! הלוואי!
ביבי האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות צו קישן טראמפ'ס מחילה, געקומען די צייט ער זאל זיך צו לערנען אז טראמפ איז דא פאר זיך, און ווען טראמפ באקומט 2 ביליאן דאלאר פון סאודיע אראביע אין ביזנעס אינוועסמענט, וועט ער הערן וואס סאודיע אראביע זאגט אים....
 
התנועה לאיכות השלטון פאדערט בג"ץ זאל אפהאלטן דעם רשע ברלנד, צו באקומען א הדלקה אין מירון.

אבער די "הייליגע" פרומע אידעלעך, וואס פירן די גאנצע הדלקה אין מירון, ווייל זיי זענען "זייער" דבוק אין רבי שמעון, וואס יעדע בלאט אין זהר רעדט ער וועגן שמירת הברית, זיי זענען אלל אין פארן רשע און זונה ברלנד זאל צינדן א הדלקה.

כסדום היינו, לעמורה דמינו. אין אומר ואין דברים. :mad:
 
ס'איז ממש אנבעליוועבל. ווי אלי ביתאן שרייבט אין X, ווען ברלנד זאל ווען זיין א מחלל שבת, און ער זאל וועלן צינדן א הדלקה אין מירון, וואלט קיינעם נישט איינגעפאלן אים צו גיבן א הדלקה. אבער אויב איז ער "נאר" א מזנה און א מאנס, דעמאלטס, אוואדע, פארוואס נישט?
 
נעכטן האט ינון מגל געטענה'ט אין ערוץ 14 אז די נסיבות פון די פארכאפונג פון עידן אלכסנדר זענען 'בעייתיות'.
איינער ווייסט פון וואס ער רעדט?
 
התנועה לאיכות השלטון פאדערט בג"ץ זאל אפהאלטן דעם רשע ברלנד, צו באקומען א הדלקה אין מירון.

אבער די "הייליגע" פרומע אידעלעך, וואס פירן די גאנצע הדלקה אין מירון, ווייל זיי זענען "זייער" דבוק אין רבי שמעון, וואס יעדע בלאט אין זהר רעדט ער וועגן שמירת הברית, זיי זענען אלל אין פארן רשע און זונה ברלנד זאל צינדן א הדלקה.

כסדום היינו, לעמורה דמינו. אין אומר ואין דברים. :mad:
אפדעיט: בג"ץ האט דוחה געווען די עתירה, צוליב די שפעטע צייט וואס מ'האט עס אריינגעשיקט, קענען זיי נישט געהעריג דן זיין אינדעם, לאזן זיי עס צו די החלטה פון די רעגירונג.
 
יש לציין, אז אין תשפ"ג האט קהילת שובו בנים באקומען א הדלקה, און משרד ירושלים האט געזאגט אז ס'איז נאר פאר די קהילה, אבער ברלנד גייט נישט צינדן. למעשה האט ער פארשטייט זיך יא געצינדן, און פארלעצט די הסכם וואס איז געווען מיט משרד ירושלים. די יאר האבן זיי געגעבן לכתחילה אן קיין רעסטריקשנס. א בושה און חרפה.

דאס איז א באלערנדע X (מיט המשכים) פון ציפי לביא, א חרדי'שע אקטיוויסטע פאר רעכטן פון פרויען אין בני ברק, וואס זי האט געפירט די מערכה. מיט א לענגערע באשרייבונג, איבער די פרשה פון ברלנד בכלל (בקיצור), און די קשר צווישן ברלנד מיטן לץ פרוש. שמעו ורטווטו.
View: https://x.com/tzippylavi/status/1922904859923124392
 
לעצט רעדאגירט:
שטעלטס ענק פאר נחמן הלבראנץ זאל באקומען די כיבוד פון זאגן קדיש ביי די גרויסע סיום הש"ס דא אין אמעריקע....

אזא פנים האט די עסקנות אין ארץ ישראל, נאר כבוד געלט פאליטיק. אן קיין ברעקל יודישקייט, באשעפער, תורה, מענטשליכקייט.
 
Back
Top