נייעס פון מדינת ישראל און ארום

היינט איז יום ירושלים, ווען צווישן אנדערע פירן די רעליגיעזע יונגען אדורך א פאגראם, אויף אראבישע הייזער און פארמעגנ'ס אין אלט שטאט, יאר יערליך. ואין פוצה פה ומצפצף

View: https://x.com/omdimbeyachad/status/1926967197848518706
ווען עס איז דא א עמבעדעד פאוסט זע איך קודם נאר די טעקסט עס נעמט א מינוט ביז די פיקטשער אדער ווידעא קומט אריין,
איך שטיי און איך ווארט אויף די עווידענס אויף די הארבע באשילדיגונג וואס די לייגסט אראפ 'א פאגראם"
והנה די בילד איז דא
דאס איז דיין עווידענס? סיריעסלי? האסט נישט געקענט טרעפן קיין איין ווידיא ווי מען פלינדערט? מען דארף זיין היפש פאריקט צו גלייבן אזא באשילדיגונג מיט אזעלכע עווידענס
 
דאס איז אן אלטע פראבלעם פון די לינקע אין א''י

יעדע שלעכטע אדער נעגעטיווע ווארט וואס איינער זאגט אויף די רעכטע וועט מען עס גלייך אנעמען אלץ תורת משה אליינס אהן מפקפק זיין אפי' א רגע, נישט קיין חילוק צו דער באריכטער איז א באקאנטע ליגענער אדער סתם איינער וואס דמיונט א.ד.ג.
 
ווי ווייט איך ווייס זיצן די תג מחיר חברה אין תפיסה. עס איז נישט קיין הפקר וועלט אין מדינת ישראל.
לעצטע יאר האט מען איינגעזעצט 18 חברה. קוק אויף די ווידיא'ס די יאר, זאג מיר צו ס'נאר דא 18 חברה (+-) וואס מ'דארף איינזעצן?!
ווי איז די משטרה? זיי ווייסן נישט אז ס'קומט פאר א פאגראם יעדע יאר? וואס דארפן די עומדים ביחד שטיין דארט, און פארזיכערן די איינוואוינער? א בושה וחרפה.

דאס איז דיין עווידענס? סיריעסלי? האסט נישט געקענט טרעפן קיין איין ווידיא ווי מען פלינדערט? מען דארף זיין היפש פאריקט צו גלייבן אזא באשילדיגונג מיט אזעלכע עווידענס
ס'פעלט דען ווידיא'ס ווי מ'פלינדערט?! וואס דרייסטו א קאפ?! ס'פעלט ווידיא'ס ווי מ'זינגט 'שישרף לכם הכפר'? ווי מ'שטופט און מ'באגנב'ט אראבישע פרויען?! וואס מאכסטו זיך תמי'ש??

די פיקטשער האב איך נאר געברענגט ווייל ס'סימבאלירט גוט די מצב. כמו שאמר Martin Niemöller:
Als sie die Kommunisten holten, habe ich nichts gesagt, weil ich kein Kommunist war. Als sie die Sozialisten holten, habe ich nichts gesagt, weil ich kein Sozialist war. Als sie die Juden holten, habe ich nichts gesagt, weil ich kein Jude war. Als sie die Gewerkschafter holten, habe ich nichts gesagt, weil ich kein Gewerkschafter war. Als sie mich holten, gab es niemanden mehr, der etwas sagen konnte.
 
ס'פעלט דען ווידיא'ס ווי מ'פלינדערט?! וואס דרייסטו א קאפ?! ס'פעלט ווידיא'ס ווי מ'זינגט 'שישרף לכם הכפר'? ווי מ'שטופט און מ'באגנב'ט אראבישע פרויען?! וואס מאכסטו זיך תמי'ש??
אדרבה ברענג די ווידיאוס - ביטע מיט באווייזן אז עס איז פון תשפ"ה.
 
די הומאניטארישע הילף וואס מדינת ישראל שיקט אריין קיין עזה, ווערט באצאלט דורך די מדינה אדער דורך אויסלענדישע ארגאניזאציעס?

סתם נייגעריג ווייל איך זע ווידיאו'ס פון די פעקלעך עסן און די פראדוקטן קוקט אויס צוזיין פון איזרעלי פירמעס, קוקט אויס ווי איינער קעשט אריין..
 
מחלוקת צווישן יאיר לפיד און דובר ראש הממשלה...
 
אדרבה ברענג די ווידיאוס - ביטע מיט באווייזן אז עס איז פון תשפ"ה.
View: https://x.com/nirhasson/status/1926992522066227371

View: https://x.com/NissimPerets/status/1926974413666210115

View: https://x.com/nirhasson/status/1926948878332440684

View: https://x.com/suf_patishi/status/1926939432269021365

View: https://x.com/JbareenYanal/status/1926936327225774482

ס'גענוג? אדער דארפסט נאך? ביז בלוט וועט זיך גיסן וועלן זיי נאכנישט זיין זאט.

און נאכדעם וואונדערט מען זיך כלומפר'שט וויאזוי האבן די דייטשן געקענט הרג'ענען אידן, ואין פוצה פה ומצפצף.
און מ'ברענגט נאך א ראיה פון דעם אז אונז זענען דעם עם המובחר, ווייל אונז רודפ'ט מען און מ'הרג'ט.
איינמאל אונז האבן באקומען א לאנד, פירן אונז זיך אויף פונקט ווי די שונאי ישראל אלע דורות. כשישראל יורדין הם יורדין עד לעפר.
 
ליסען איך האב בכלל נישט געטענה'ט אז עס איז נישט געווען א פאגראם ווייל איך ווייס נישט איך האב נאר געזאגט אז די נערישע פאוסט וואס די האסט געברענגט האט גארנישט מיט די באשילדיגונג וואס די האסט געזאגט
אבער יעצט נאך די אנדערע ווידיאס וואס די האסט געברענגט בין איך שוין קאנווינסד אז עס איז נישט געווען א פאגראם
עס איז גענוג שלעכט וויאזוי עס איז
ראסיסטישע לאזונגען מיט שעלטערייען איז זייער שלעכט מיטן עס אנרופן א פאגראם מאכסטו נאר שוואכער דיין טענה נישט פארקערט
אונזערע זיידעס אין יוראפ וואלטן גע'חלש'ט אז די פאגראמען זאלן אזוי אויסקוקן
 
View: https://x.com/nirhasson/status/1926992522066227371

View: https://x.com/NissimPerets/status/1926974413666210115

View: https://x.com/nirhasson/status/1926948878332440684

View: https://x.com/suf_patishi/status/1926939432269021365

View: https://x.com/JbareenYanal/status/1926936327225774482

ס'גענוג? אדער דארפסט נאך? ביז בלוט וועט זיך גיסן וועלן זיי נאכנישט זיין זאט.

און נאכדעם וואונדערט מען זיך כלומפר'שט וויאזוי האבן די דייטשן געקענט הרג'ענען אידן, ואין פוצה פה ומצפצף.
און מ'ברענגט נאך א ראיה פון דעם אז אונז זענען דעם עם המובחר, ווייל אונז רודפ'ט מען און מ'הרג'ט.
איינמאל אונז האבן באקומען א לאנד, פירן אונז זיך אויף פונקט ווי די שונאי ישראל אלע דורות. כשישראל יורדין הם יורדין עד לעפר.
קענסטיך רעגן און עסן די געזונט, אבער ס'וועט זיך גארנישט העלפן...

דאס זענען די אידן, אבער דו ביסט אויך א איד, טו בעד...

יא, אלע יארן האט מען אונז געפייניקט, יעצט איז דא א געלעגנהייט גיבט מען אביסל צוריק
און ווען מ'וועט זוכה זיין צו די גאנצע גאולה וועט מען שלאגן כפרות מיט די גאנצע וועלט!
דעמאלסט וועט מען קענען רצח'נן אפי' די אמעריקאנע גוים...
 
דיינע ווערטער פיל מיט האס און שנאה, ראסיזם און סופרעמיסי רעפרעזענטירן נישט אידישקייט!
 
WTF דו מיינסט עס ערנסט?
 
ח''ו
איך האב עס נישט געמיינט ערענסט, און אוודאי האלט איך נישט אז ס'איז אויסגעהאלטן,

אבער אז איינער שרייבט אויף א אידישע פארום אזויווי אן אראבער... איז דעס די רעאקציע

@כספי איך האב ח''ו גארנישט קעגן אייך פרעזענליך, נאר קעגן די לינקע מידיע וואס האט דיך ליידער אפגעקויפט...

אז איינער שרייבט (אויף א אידישע פארום) מיט א זלזול קעגן אלע אידן, און גלייך זיי צו צי די ערגסטע פעלקער, ווייל אפאר ציהיצטע אינגן האבן זיך אביסל אויפגעריסן, האב איך געשריבן אזא רעאקציע...

פינקט ווי יעדער פארשטייט, אז ווען די שווארצע האבן אנגעזייט חרבנות אין אמעריקע, פארברענט געשעפטן און שאדן געמאכט מיליאנען, איז געווען ראסיזם צו שרייען אז די גאנצע באפרייאונג פון די שווארצע איז געווען א טעות, קוק וויאזוי זיי פירן זיך אויף וכו'
ווייל אפי' אסאך האבן זיך באטייליגט, פארטרעטן זיי נישט די שווארצע פאלק, אפאר (דארט גראדע א גרויס חלק) ציהיצטע אינגן האבן זיך אויפגעריסן ווייל זיי האבן זיך געפילט אונטערדריקט - ווייל א פאליציי האט געהארגעט איין שווארצע מאן
און דא די זעלבע, אפאר ציהיצטע אידן פאלן איבער אן אראבישע קווארטל, נאך א יאר וואס די אראבער האבן גע'הרג'ט מער ווי איין אומשולדיגע אידן.

נישט אז ס'איז ח''ו בארעכטיגט, אבער די זילזול קעגן די אידישע פאלק האב איך נישט סובל געווען דא

ליידער איז די לינקע מידיע אזוי פארנימען, און מ'פארקויפט לאקשאן, און די שונאי ישראל קויפן עס אפ
מ'הערט נישט אויף צו הערן אז די מדינה פירט דורך אן טשענעסייד אין עזה
א שקר סתם צו פארמערן שנאת ישראל!
ס'איז א ווייטאג צו זעהן אז אידן פאלן פאר דעם
א טשענעסייד מיינט ווען מ'וויל אויס'הרג'ענען א געוויסע פאלק, דא צילט מען דאך נאר אויף טעראריסטן, און אוודאי איז נישט מעגליך צו צילן אז ס'זאל נישט פאלן קיין ציווילע, אבער דאס איז דאך נישט די ציל

קיינער שרייט נישט אויף אמעריקע אז זיי האבן געמאכט אן טשענעסייד אין דייטשלאנד אדער יאפאן, מ'האט דארט געהרגעט אסאך אסאך מער, מ'האט געצילט פלענע צווילע מענטשן, און אפגעווישט סאך א גרעסערע פראצענט פון די לאנדס באפעלקערונג ווי די מדינה טוט אין עזה

דארט האט יעדער פארשטאנען אז דייטשלאנד איז א סכנה פאר די וועלט דארף מען זיי פארטיליגן זאל קאסטן וואס קאסט, דא ווי חאמאס וויל אויס'הרג'ענען אלע אידן פון א''י, זיי זאגן עס קלאר, און פראבירט וואס זיי האבן געקענט יענע שמחת תורה
נישט נאר פלעין הרג'נען נאר מיתות משינות ואכזריות, זאכן וואס אפי' די פאפיר איז שוין נישט קיין סבלן, אפגעטוהן די ארגסטע,
אבער די וועלט איז דא צו שרייען אז מ'מאכט א טשענעסייד...
מ'האט פלוצלינג רחמנות אויף די עזה באפעלקערונג...

ס'איז גארנישט מיט גארנישט, שנאת ישראל בתוקפו, יא, מ'האט אונז פיינט ווייל אונז זענען אידן און גארנישט אנדערש!

די וועלט מיט די מידיא גייט נישט אהן אפי' אז יעדע עזה תושב זאל שטארבן, אבי זיי זאלן קענען שעלטן די אידן!

ווען אזא גרופע ווי חאמאס וואלט דאס געטאן צו אמעריקע וואלטן זיי רעאגירט אסאך שטערקער
וויפיל מענטשן זענען אומגעקומען אין איראק און אפגאניסטאן אין די אמעריקאנע מלחמות?

דא פירט מען זיך די מערסטע צוריק געהאלטן, טראץ וואס מ'האנדעלט מיט די ארגסטע בריאים אויף די וועלט
און צוגלייכן די אידן צו זיי איז אן עון כל יכופר
 
@הורקנוס קיינער האט נישט געמיינט אז ווען איך שרייב 'פאגראם', האט מען דארט אויסגעשחט'ן אראבישע פרויען. און ס'אמת אז אונזערע זיידעס אין אייראפע וואלטן זיך געפרייט מיט אזא פאגראם.
מ'רעדט דא אבער פון יארע 2025, ווען אזעלכע זאכן קומען שוין כמעט נישט פאר (אויסער אקט' 7 ליידער). אבער ווען א שייגעצל שרייט נאך א איד אין ברוקלין, אדער פירקלט א האקנקרייץ אויף א ביהמ"ד'ל, ווערן אונז אלע אויפגעשאקלט און דערציטערט.
אבער פארוואס ווען אונזערע היימישע אידעלעך טוען די זעלבע זאך צו אנדערע, איז עס גארנישט?

וואס האב איך שוין געשריבן אין מיין פאוסט אז אלע רעכטע ניקס דארפן אזוי ארויפטאנצן?! אז ס'קומט פאר א פאגראם דורך רעליגעזע יונגען, ואין פוצה פה ומצפצף. איז עס נישט אמת? איז עס נישט קיין פראבלעם? דארף מען עס נישט פארדאמען?
איך האב דען געזאגט אז אלע רעכטע זענען רוצחים? אז אלע רעכטע פילן זיך געטראפן?

און יעצט @עמרם, איך ווייס נישט על מה יצא הקצף, ווי האב איך געשריבן אזוי ווי אראבער'ס? ווי האב איך געשריבן אז איזראעל פירט דורך א ג'נוסייד? אדרבה, איך האלט פונקט פארקערט.
אבער ליידער זעט מען רעליגעזע יונגען, וואס פירן זיך אויף ווי די שונאי ישראל פון אלע דורות. און דאס איז נישט מיין חידוש, דאס האט שוין פרופ' לייבוביץ' פאראויסגעזאגט, אז אויב גייט ישראל הערשן אויף יו"ש, אן קיין נארמאלע רעכטן, גייען אונז ווערן 'אידנאצים'. ער ווערט טאקע אנגערופן אלס דער נביא הזעם פון ישראל.

ווען דו ווילסט זיך פארשטעלן א בילד, וויאזוי האט דיין זיידע אויסגעקוקט, ווען א נאצישע יוגנט מארש איז אדורך נעבן זיין הויז (פאר די מלחמה), און מ'האט זיך געדארפט איינשפארן אין די הייזער, כדי נישט צו ווערן באקלאפט. קוק אויף די בילדער און ווידיא'ס.

איז וואס ווילסטו מיר זאגן?
אז דאס איז טאקע די עם הנבחר? דו רעגסט זיך אז איך לייג אן עולות פון אפאר אויפן גאנצן כלל (ווען איך האב דאס קיינמאל געשריבן), אבער ס'שטערט דיר אז איך פארדאם און ברענג אויפן אויבערפלאך זייער עקלדיגע נידריגע אויפירונג.

און בכלל, ווער רעדט וועגן כאמאס? מ'רעדט דא פון ירושלימ'ער אראבישע איינוואוינער, וואס האבן גאר ווייניג געטון די לעצטע יאר. און כאילו די פאגראם איז נאר די יאר, נאך די אלע רציחות פון די טעראריסטן, דאס איז דאכט זיך א יאר-יערליכע זאך.

די גאנצע וועלט מיט די מידיע זעהן די אלע ווידיא'ס, הערן יעדן טאג איבער פרישע קינדער געהרג'עט אין עזה. אבער זיי זענען פשוט 'שונאי ישראל בתוקפם'. וואס דען?
 
גערעכט מען האט נישט געטראכט פון קיין הריגות
אבער מען האט געטראכט פון מכות און פלינדערן פארמעגנס וואס די האסט קלאר געשריבן
למעשה די עווידענס רעדט זיך פון שרייען לאזונגען
 
און בכלל, ווער רעדט וועגן כאמאס? מ'רעדט דא פון ירושלימ'ער אראבישע איינוואוינער, וואס האבן גאר ווייניג געטון די לעצטע יאר. און כאילו די פאגראם איז נאר די יאר, נאך די אלע רציחות פון די טעראריסטן, דאס איז דאכט זיך א יאר-יערליכע זאך.
? FYI if you go in the Arab quarter of Jerusalem your stoned ,where are then the omdim byachad to protect the innocent Jews
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין מציע ווער עס וויל באקומען א שטיקל אנונג איבער די איזראעלי דיפסטעיט און וויאזוי זיי פראבירן מיט כוח אוועקלייגן די דעמאקראטיע און חרוב מאכן דאס לאנד צו ליינען די טורים פון קלמן ליבסקינד און אבישי גרינצייג איבער צוויי לעצטיגע דוגמאות

נשיא העליון והיוע"משית גלי בהרב מיארה הולכים רחוק כדי להפקיע את סמכויות הממשלה | קלמן ליבסקינד

שיטת הסלאמי
 
אינטרעסאנט די מעריב זאל זיך ערלויבן צו שרייבן אזוי.
 
די הומאניטארישע הילף וואס מדינת ישראל שיקט אריין קיין עזה, ווערט באצאלט דורך די מדינה אדער דורך אויסלענדישע ארגאניזאציעס?

סתם נייגעריג ווייל איך זע ווידיאו'ס פון די פעקלעך עסן און די פראדוקטן קוקט אויס צוזיין פון איזרעלי פירמעס, קוקט אויס ווי איינער קעשט אריין..
כאן 11 - מתחת לרדאר: הממשלה העבירה 700 מיליון ש"ח לטובת הסיוע לעזה.
 
Back
Top