נייעס פון מדינת ישראל און ארום

נתניהו צום איראנער פאלק:

*رژیم شما را از زندگی شاد محروم کرده است – آزادی‌تان نزدیک است.*

אייער רעזשים האלט צוריק פון אייך א גליקליך לעבן - אייער פרייהייט איז נענטער
 
אין אוקטובער האט איראן געשאסען 350 באליסטישע מיסעלס
און יעצט אלעס צוזאמען האלטען זיי ביי 290 געשאסען דאס ווייזט ווי צוקלאפט און פארלוירען זיי זענען
 
דאס איז שפעקעלאציעס, אין איך מאך עס נישט אוועק, ס'שטארקע שפעקעלאציעס

אבער איבער 10 אידן זענען טויט איז זיכער!!

אלס א לאנד, בין איך 100% ביהיינד איט

אלס א "אידישע לאנד" זעי איך נישט ווי אזוי זיי קענען מפקיר זיין אידישע קינדער וועגן שטארקע שפעקעלאציעס
וואס הייסט שטארקע שפעקולאציעס? זיי זאגן זייער קלאר אז זייער ווילן פארטיליגן גאנץ ארץ ישראל, וואס איז נישט קלאר דא?
 
עפעס האט געהייסן א היט אין די קריה.
אבער אזוי ווי @שמייכעל זאגט, איז דא א צענזור איבער דעם.
איך זעה אז די ניו יארק פאוסט האט באריכטעט איבער 'Significant damage' ביי די קריה.

אינטערסאנט וויאזוי די צענזור לאזט צו דעם ינגסט פון פאקס ניוז זיך ארומדרייען פראנק און פריי און באריכטן אן קיין דו"ח
 
רעכטע פירער פון האלאנד
IMG_20250615_161059_672.jpg
 
איראן - מד"י אפדעיט #5

איבערבליק: פון מד"י געבט מען איבער אז עס זענען דא 3 אפציעס אויפן טיש.
1 - אמעריקע שטעלט צו בונקער באסטערס צו פארטיליגן די נוקלעארע מעגליכקייטן פון איראן ווייל מד"י האט נישט די מעגליכקייטן דאס צו טון
2 - אויב אמעריקע איז נישט מסכים (דערווייל נישט) איז די פלאן צו פארניכטן די עיר דעפענסען פון איראן אז מד"י עירקרעפט זאלן זיך דארט קענען דרייען אומגעשטערט און דערהרג'נען אדער האבן די קלארע מעגליכקייט צו הרג'נען אלע מיליטערישע און פאליטישע פירער פונעם רעזשים און אטאקירן אירע עקאנאמיע - און דורכדעם שטופן פאר א נייע נוקלעארע אפמאך מיט שווערע תנאים.
3 - אויב קען מען נישט עכ"פ שטופן פאר אפציע #2 קען מען ערווארטן א לאנגע פארצויגענע מלחמה פאר חדשים וואס וועט אפשוואכן מד"י מיליטעריש און מאראליש און וועט נישט ברענגען קיין קלארע רעזולטאטן. איראן האט נאך עטליכע הונדערט מיסילס וואס זענען נישט גענוצט געווארן אריינגערעכנט 1-1.5 טאן מיסילס וואס האבן 20% מער אויפרייס אפעקט. אויך האבן זיי נאכנישט גענוצט קרוז מיסילס וואס קענען גרינגער דורכשווערצן די מד"י אייראן דאום און אנדערע דעפענסעס.

לעצטע אפדעיטס

  • טראמפ האט אפגעווארפן א פארזוך פון מד"י צו צילן די אייעטאלע כומעיני (די באריכט אליין צייגט אז זיי קענען עס טון, ארויסגעלייגט צו אנזייען שרעק לכאורה)
  • מד"י אטאקירט די אויל זאפאסן, אינטעלידזשענס צענטער, פאליציי הויפטקווארטיר, סופרים קאורט פון איראן - באריכטן אז די פירער פון אינטעלידזשענס און זיינע אונטערטאנען זענען באגראבן אונטער די ברוכווארגג אויפן ארט
  • מד"י דערגרייכט טיפסטע אין איראן איבער 2300 קילאמעטער פון מד"י און אטאקירט א איראנער עירקרעפט באנוצט צו קענען צוריק אנפילן ברענשטאף פאר עראפלאנען
  • מד"י האט געצילט 14 סייענטיסטן אין באזונדערע קאר באמבעס וואס האבן אויפגעריסן אויף איין מאל
  • נתניהו האט אפגעשטאט א באזוך אין די ברוכווארג אין בת ים וואו ער האט געזאגט אז איראן וועט טייער באצאלן פארן צילן ציווילע
  • עטליכע אפאזיציע פירער רופן צו צוריקנעמען איראן - דערווייל נישט קלאר וויפיל און וואס
  • אילאן מאסק זאגט אז סטארלינק ארבעט אין איראן אז איראנער זאלן קענען זיך פארבינדן אנליין און דערמיט פרובירן צו אנזייען פראטעסטן
  • טראמפ זאגט אז ער וויל איראן זאל קומען צום טיש פאר פארהאנדלונגען
  • טראמפ זאגט אז אמעריקע קען מעגליך אריינקומען אין מלחמה
  • מד"י מיניסטער פאר אויסלענדישע אנלעגנהייטן: מיליאנען איראנער פאלגן נאך אונזערע אקאונטס - 20 מיליאן געזען פאר אונזערע מעסעדזשעס אין די פערסישע שפראך - זייער אסאך פאזיטיווע פידבעק מערסטנס פון איראנער בירגער
  • מיליאנען איראנער אנטלויפן פון טעראן און אנדערע געגנטער שאפנדיג א שווערע פארקער אין די שאסייען
  • איראן זאגט זיי האבן ארעסטירט 5 מוסד אגענטן אין די לעצטע 24 שעה
  • באריכטן אז איראן וועט באקומען פון כינע אדער רוסלאנד נייע דעפענס סיסטעמס צו קענען פארזיכערן די איראנער הימלען און באשיצן פון ווייטערדיגע מד"י אטאקעס וועלכע דרייען זיך ארום ווי ביים טאטן אין וויינגארטן - דערווייל נישט קאנפירמד
  • מד"י ווארפט אפ פייער-אפשטעל ריפונגען זאגנדיג מיר זענען נאכנישט פארטיג, באלד
  • מד"י: די בן גוריון לופטפעלד (הויפט אונטערנאציאנאלע עירפארט) קען זיין פארשלאסן פאר עטליכע וואכן
 
עפעס האט געהייסן א היט אין די קריה.
אבער אזוי ווי @שמייכעל זאגט, איז דא א צענזור איבער דעם.
איך האב גערעדט צו די פרױ פון א סײענטיסט יעצט דארטן, אין מכון ויצמן, זי זאגט קװֿײט אביסל דעמידזש צו בײדע, ריסױרטש פאַסילעטיס און סטעף אַפפּאַרטמענטס.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז אויך הונדערט פראצענט אז א נוקלעארע איראן וועט זיך אויפהייבן די קאפ אויף א נישט נארמאלע אופן, און וועט אנדרייען פי כמה צרות פון וויפיל זיי האבן שוין געטון ביז יעצט. א נוקלעארע איראן וועט זיין אסאך מער דרייסט און וועט אנברענגען אסאך מער טויטע ווי צען אדער אפי' הונדערט מענטשן.
נוקלעארע וואפן איז נישט געמאכט צו ניצן, עס איז געמאכט פאר א וואפן מער נישט צו דארפן מורא האבן פון אנדערע.
נישטא אזא זאך. "ס'איז נישט געמאכט צו נוצן." ס'איז נישט געמאכט צו נוצן, ביז װילאנג יענער װארפט עס נישט אױף דיך. די פראבלעם מיט איראן איז דאס אפי' אױב די יעצטיגע בײם פירערשאפט װאלטן עס נישט גענוצט, קען די ממשלה דארטן זײער לײכט איבערגענומען װערן פון די הארדקאור, 72 נקיבות סטײל טעראריסטן װאס חלומ'ען נאר פון זיך אױפֿבלאָזן צוזאמען מיט יעדן אײנעם און גײן על קידוש שמו מוכאמעד.
מד"י ווארפט אפ פייער-אפשטעל ריפונגען זאגנדיג מיר זענען נאכנישט פארטיג, באלד
lol.gif
 
אינטרעסאנטע פאקט: אין די לעצטע 46 יאר איז נישט ארויסגעפארן קיין איין פלייט דירעקט פון מד"י קיין איראן.
זייט פרייטאג זענען "אלע" פלייטס פון מד"י נאר געגאנגען קיין איראן!.....
 
א. די איזראעליס האבן דאס ערגסטע צענזור פון די גאנצע וועלט. זיי האבן געבעטן מ'זאל נישט שיקן קיין בילדער צו די מידיע.
ב. עטליכע הונדערטע פארוואונדעט און דאס גייט נאך אנגיין א וואך זאגט ביבי. גאנצעטע געגענטער זענען איינגעפאלן בילדינגס נישט נאר עטליכע ווי דו שרייבסט.
ג. איך בין נישט קיין היסטאריען איך רעדט פון זיכרון אין מיין לייפטיים האט איזראעל נאך נישט געכאפט אזאלכע קלעפ.
די ערגסטע צענזור פון די גאנצע וועלט 🤣
שמייכעל מאכט מיר שמייכלען
 
איראן-מד"י אפדעיט #6
  • אמעריקאנער זאגן אז טראמפ האט אפגעווארפן פלענער אומצוברענגען די צורר היהודים כומעיני, לויט אנדערע איז עס ווייטער א שפיל אז ער זאל נישט לויפן אין בונקער
  • איראן סטראשעט אז מד"י וועט נישט זיין וואוינבאר
  • קורדישע פירער זאגט אז קורדן זאלן זיך נעמען און איבערווארפן די איראנער רעזשים
  • מד"י איז אקטיוו איבער איראן און אטאקירט נוקלעארע איינריכטונגען אין עטליכע צילן אריינגערעכנט א סודות'פולע קאמפלעקס וועלכע איראן זאגט אז גארנישט עקזיסטירט דארט זינט 2012
  • איראן זאגט עס וועט נישט הערן איבער פארהאנדלונגען ווילאנג מד"י אטאקירט איראן
  • א ערדציטערניש געמאסטן 2.5 אויפן וואג איז פארגעקומען הארט נעבן די פארדאו נוקלעארע איינריכטונגען
  • עקספערטן ווארענען אויב איראנ'ס פירערשאפט וועט איבערלעבן די קריג וועלן זיי שווער אונטערדרוקן די בירגער
  • נתניהו זאגט ער האט אינפארמאציע אז איראן וויל דורכפירן אן אטענטאט אויף טראמפ אבער געבט נישט אן קיין באווייזן
  • מד"י זאגט זי האט אטאקירט מיסיל ארויסשיסער וואס זענען געווען פארשלייערט אין געהעריגע טראקס. דאס איז וואס לבנון און כאמאס האבן גענוצט
  • פוילן און רוסלאנד עוואקואירן זייערע מענטשן פון די מיטל מזרח
  • איראן און מד"י זאגן ביידע אז די קריג וועט זיך ציען פאר עטליכע וואכן צום ווייניגסטנס
  • מד"י אמבאסאדעס איבער די וועלט וועלן זיין פארשלאסן צו פארזיכערן קעגן אטאקעס
  • א פליגער מיט אמיוניציע און וואפן פון אמעריקע און אייראפע האט היינט געלאנדעט אין מד"י
  • 15 זענען פארוואונדעט געווארן פון א מיסיל נעבן חיפה
  • באריכטן זאגן אז איראן האט פראבירט צו צילן די עלעקטריק גרידס אבער האט נישט מצליח געווען
  • איראן זאגט זיי האבן דערווישט א דריי שטאקיגע דראון פעקטארי אין טעהראן וואס איז גענוצט געווארן דורך מד"י
  • א מיניסטער אין איראן רופט פאר טערקיי, סאודי אראביע און פאקיסטן זיך אנצושליסן אין א נייע 'איסלאמישע ארמיי' קעגן מד"י, אבער סקוקט נישט אויס ווי איינער רופט זיך אן, יעדער האט זייערע אייגענע פראבלעמען.
  • טראמפ זאגט אז ער האפט מקען מאכן א דיעל אבער עס איז דא צייטן וואס מדארף זיך שלאגן
  • אפגאניסטאן סטראשעט אז אויב אמעריקע מישט זיך אריין וועלן זיי אויך זיך אריינמישן
  • איראן זאגט זיי האבן נאכנישט אנגעהויבן נוצן זייערע פארגעשריטענסטע מיסילס און וואפנס
  • איראן'ס באראדזשן קוקן אויס צו ווערן ווייניגער מיסילס אויפאמאל לויט באריכטן ווייל זיי ווילן עס נישט אויסנוצן
  • א מעלדונג איז געווען אין קראפט אז מיסילס ווערן ארויסגעשאסן, אבער לויט באריכטן האט מד"י באוויזן צו פארניכטן די לאונטשערס בשעת מעשה
  • איראן זאגט אז זיי האבן ארעסטירט עטליכע מוסד אגענטן, מד"י וועט קיינמאל נישט קאמענטירן איבער אזעלכע געשעענישן
 
1750038598303.png

1750038614893.png

ס'זעהט אויס ווי די מיליטער האט יעצט גענוצט לעיזער שטראלן צו אראפ שיסן די מיסילס... (y) (y)
 
Back
Top