איינער דארף ראיות אז די איראנע ווילן אפווישן ארץ ישראל? דאס אז די חוטיס וואס זענען פינאנצירט דורך איראן שיסן מיסילס יעדן צווייטן טאג איז נישט גענוג גוטע ראיה?
און די חיזבאללה חברה? זיי האבן זיך געהאט אנגעסטאקט מיט טויזנטער מיסילס און ראקעטס צו שיסן אויף מדינת ישראל.
און ווער רעדט נאך כאמאס, וואס האט באוויזן צו מאכן אן אקטאבער 7 און געהרגעט איבער טויזנט, דאס איז נישט גענוג ראיה?
מ'דארף ווארטן ביז איראן הייבט אן צו שיסן צו קענען צוריק געבן? פארוועם האט איראן אנגעגרייט די אלע מיסיל'ס וואס פליעט יעצט? פאר קאנאדא? פאר מעקסיקאו?
זיי האבן עס גרייט פאר מדינת ישראל, סאו מ'דארף ווארטן ווען ס'איז די רייפע צייט פאר איראן צו שיסן וויפיל ער וויל, און דעמאלטס זאל מען זיך גיין פארטיידיגן? בשעת א AOC איז פרעזידענט אין אמעריקע, אדער ווען מ'האט די ריכטיגע חברה, און אלעס איז אין פלאץ, ווען חיזבאללה און כאמאס איז צוקלאפט?
די אטאקע האט שוין לאנג געדארפט קומען, והא ראיה אפילו די לינקע און ביבי אפאזיציע שטיצן עס.
יעצט ווייל ס'איז דא טויטע זאל מען זיך צוריק האלטן? אין די מלחמת ששת הימים איז נישט געווען קיין טויטע? מ'איז געווען אין א סכנה האט מען געמוזט גיין אין מלחמה, און מלחמה קאסט א פרייז.
די יום כיפור מלחמה האט געקאסט בערך 3 טויזנט קרבנות, די יעצטיגע איראנע אקציע האלט נאך גאר ווייט פון די נומבערס.