נייעס פון מדינת ישראל און ארום

א מדנ"י F-16 פליגער גרייט זיך אפצופליען קיין איראן אנגעלאדענט מיט דריי טאנקן און צוויי BLU-109 קליגע 2000 פונטיגע בונקער באסטער באמבעס, די זעלבע באמבעס וואס זיי האבן גענוצט צו הרגענען די כיזבאללא פירער.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • GtlMJKlWEAAZaOJ.jpg
    GtlMJKlWEAAZaOJ.jpg
    1.4 MB · געזען: 34
א מדנ"י F-16 פליגער גרייט זיך אפצופליען קיין איראן אנגעלאדענט מיט דריי טאנקן און צוויי BLU-109 קליגע 2000 פונטיגע בונקער באסטער באמבעס, די זעלבע באמבעס וואס זיי האבן גענוצט צו הרגענען די כיזבאללא פירער.
איך האב א גוטע איידיע מדינת ישראל זאל אראפלאזן צוויי אטאם'ס אויף איראן און א גוט שבת פטור אפווישן איראן און פארטיג
 
איך האב א גוטע איידיע מדינת ישראל זאל אראפלאזן צוויי אטאם'ס אויף איראן און א גוט שבת פטור אפווישן איראן און פארטיג
די איראנע פאלק זענען בדרך כלל גוטע מענטשן, נישטא קיין סיבה אויסצומארדן א פאלק ווייל די פירער זענען שלעכט.
 
א אייקאנישע בילד וואס פארט ארום אין די אלגעמיינע מידיע וואס צייגט וויאזוי די רעליגיעזע חרדישע אידן דרייען זיך אין די חרבות,
טייל שטעלן דערנעבן אן ענליכע בילד פון עזה.
16israel-iran-carousel-01-fjqb-threeByTwoMediumAt2X.jpg
 
א גוטע סיכום פון אבו עלי איבער די סיטואציע ביז יעצט. ס'איז אבער נישט אינגאנצן קארעקט די בילד וואס ער לייגט אראפ ווייל ער דערמאנט נישט די שאדן וואס מד"י האט געכאפט אין די קריה אין תל אביב, בתי זיקוק און תחנת הכוח אין חיפה, מכון ויצמן און מסתמא נאך שאדן אין מיליטערישע פלעצער וואס זענען אונטער די צענזור.

View attachment 5879
איך זעה אסאך משמרות אבער משמרת הצניעות ד'איראן זעה איך נישט.
 
װער איז דער רבינו?
 
ברעיקינג!
דער פראנצויזישער פרעזידענט עמנואל מאקרון האט געזאגט אז פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאכט א פארשלאג פאר א פייער אפשטעל צווישן מדינתישראל און איראן.

"עס איז טאקע א פאָרשלאָג זיך צו טרעפן און טוישן מיינונגען. ספעציעל איז געמאכט אַ פאָרשלאָג צו מאכן אַ פייער אפשטעל און דאַן אָנפאַנגען ברייטערער פארהאנדלונגען" האָט מאַקראָן געזאָגט צו רעפּאָרטערס ביי די G7 אין קאַנאַדע, . "מיר מוזן איצט זען צי די זייטן וועלן נאָכפאָלגן.

Fox News
 
אוקריינע רופט, אויף אירע בירגער צו פארלאזן מדנ"י און איראן וואס שנעלער.

די רעאקציע פון די אוקראינער בירגער איז: "וואסזשע זאלן מיר טוען? וואו זאלן מיר גיין? קיין אוקריינע?"......
 
סיכום פון מבצע 'עם כלביא' ביז יעצט:

א. נוקלעאר:

דער נוקלעארער פראיעקט איז שווער געשעדיגט געווארן.
די פעאיקייט צו פראדעצירען א ווירקזאמע וואפן איז געשעדיגט געווארן.
די מעגליכקייט פון בארייכערן אוראניום איז אוועקגענומען געווארן.
די אינדוסטריע פון פראדוצירן צענטריפוגעס איז געשעדיגט געווארן.
אלע הויכראנגיקע נוקלעארע וויסנשאפטלער זענען ליקווידירט געווארן.
דער פארדו פלענט - וועט באהאנדלט ווערן!

ב. הימלען:

די הימלען פון טעהראן זענען אין מדנ״י הענט.
א לופט-וועג פון מדנ״י צו טעהראן (איז געשאפן געווארן).
אלע לופט-פארטיידיגונג אין מערב און צפון-מערב איראן איז פארניכטעט געווארן.
אלע ראדארן זענען פארניכטעט געווארן.

ג. ראקעטן סיסטעם:

הונדערטער טאקטישע ערד-צו-ערד ראקעט לאונטשערס זענען פארניכטעט געווארן.
אסאך ערד-צו-ערד ראקעטן זענען פארניכטעט געווארן.
מדנ״י האבן געשעדיגט די פעאיקייט פון פראדוצירן ראקעטן.
ד. דער שאדן צו דער זיכערהייט'ס-שפיץ:

די זיכערהייט'ס-שפיץ פון איראן איז ליקווידירט געווארן.
פיר הויפט קאמענדירן זענען ליקווידירט געווארן (רעוואלוציאנערע גארד, באוואפנטע קרעפטן, נויטפאל קאמאנדיר און נאכפאלגער).
צוויי הויפטן פון מיליטערישע אינטעליגענץ (אמ"ן) זענען ליקווידירט געווארן.
דער הויפט פון אפעראציעס דירעקטאראט (אמ"ץ) איז ליקווידירט געווארן.
דער קאמאנדיר פון דער לופט-כוח איז ליקווידירט געווארן.
ה. דראָנען (כטב"מים):

האלב פון די דראָנען זענען ארויס פון באנוץ (בערך טויזנט פון צוויי טויזנט). זיי זענען אראפגעשאסן, אומגעמאכט און פארניכטעט געווארן.
און דאס איז נאר דער אנהייב!
 
“בשעת די ראש המוסד דדי ברנע האט געוואוסט מיט וואס פאר א סארט האנטוך א יעדע איראנישע גענעראל ווישט זיך די הענט 2,000 קילאמעטער אוועק, האט רונן בר שין בית אגענטור פארפעלט אויפצוכאפן בערך טויזנט קילאמעטער פון טונעלן א שעה דרייוו פון תל אביב”.

תמיר מורג.
 
אונז גלייבט אז אונז גייען ענדיגען אלע אונזערע טארגעטס אין בערך א וואך.
איינע פון די טארגעטס איז די פודראו איינריכטונגען.

מדני אפישעל
 
Back
Top