אבער בקיצור הדברים: ס'אמת אז די יועמשי"ת פארמאגט גאר א שטארקן כח, מער ווי אין א נארמאלע מדינה. דאס קומט נאך וואס זי טראגט צוויי היטלעך, סיי אלס יועץ משפטי, און סיי אלס ראש פון די פרקליטות. און טאקע ווי מארלי זאגט אז די בג"ץ האט איר געגעבן גאר א שטארקן כח.
נאך דאס אלעס געזאגט, דארף מען אבער וויסן, אז די יעצטיגע יועמשי"ת האט כמעט נישט אפגעהאלטן קיין החלטות פון די ממשלה, נאר אין ווייניג פעלער. די ממשלה פירט כסדר אדורך החלטות, צו איז עס בנוגע די מלחמות, צו איז עס אין טאג טעגליכן לעבן, ולא שמענו אויף התנגדויות פון די יועמשי"ת. נאר ווי געשריבן איז אין די פעלער וואס זי האלט אפ, טוט זיך א גרויסע מערכה בקול רעש גדול, ווי גיוס, די מהפכה/רפורמה המשפטית, אדער שר פאר דרעי.
דאס איז חוץ המעשה וואס די ממשלה פירט מיט איר א מערכה, און מתנגדים פון די ממשלה וועלן טענה'ן אז דאס האט מיט די אנגייענדע משפט פונעם ראה"מ, וואס זי שטייט בראש התביעה. און די ממשלה קען באשטיין איר צו אפזאגן, און ברענגען א יועמ"ש וואס וועט אדער קענען בעקיפין ברענגען צום סיום המשפט (ווי א הסדר טיעון מקלה, אדער סתם בעטן די שופטים אראפצוגיין פון די תיק, אדער אראפצונעמען עדים וכדו').
און יעצט בנוגע דיין עיקר טענה, אז די רעגירונג וואלט געדארפט קענען אפזאגן נאר ווייל איר נאז געפעלט זיי נישט, זייענדיג א משרת הממשלה פונקט ווי א סעקרעטאר. איז די תירוץ ווי געשריבן, סיי אז די יועמש"ית האט א שטארקן ווארט אויף די געזעצן, און אפי' בג"ץ האט שוין אנגעוויזן אז די חוות דעת פון די יועמש"ית איז מחייב, וואס איז טאקע גאר מאדנע אין מיינע אויגן (ואגב, איז אין די ממשלה געווען אליין פעלער אז בג"ץ האט אפגעזאגט איר מיינונג, ד"מ אין אנדערע ווערטער אז די בג"ץ קוקט איר אן אייניג ווי די ממשלה, און ביידע פון זיי דארפן ענטפערן צו די בג"ץ). דאס אליין איז שוין גענוג סיבה איר נישט צו קענען אפזאגן מיט א אויגן בליק, ווייל אויב יא וועט מען כסדר אפזאגן דער וואס נעמט נישט אן זיין מיינונג, אפי' ווען ס'איז אקעגן די חוק. וטהרת החוק מה תהא עליה.
און די צווייטע זאך, איז ווי געשמועסט אז זי איז די ראש התביעה, און ממילא איז דא א שטארקע חשש, אז די יועץ משפטי זאל זיך פילן סעיף צו אנקלאגן די וואס זענען עובר על החוק, אן מורא האבן אז די חברי הממשלה וועלן זיך נוקם זיין אין איר. (און מ'רעדט יעצט נישט פון גלי בהרב מיארה פערזענליך, אדער פון ביבי נתניהו וואס איז אין משפט פערזענליך. מ'רעדט יעצט פון די עצם מושג פון די משרת יועץ משפטי).
די בעסטע וואלט א ודאי געווען, ווען מ'צוימט אביסל די פאוער פון די יועץ משפטי, און בפרט די חלק פון ראש התביעה זאל זיין אפגעטיילט. אבער דאס וועט שוין נישט געשען אונטער די איידעלע הענט פון יריב לוין, מ'וועט מוזן ווארטן אויף א געזונטע רעגירונג עס אדורכצופירן.
איך האף איך בין ארויסגעקומען קלאר, שרייבנדיג זייער געיאגט.