נייעס פון מדינת ישראל און ארום

די פרשה ווערט מער פארוויקלט, ווען ס'ווערט היינט אויפגעדעקט אז מ'האט געטראפן ביי א 'בכיר שב"כ' 6.5 מיליאן שקל רווחים פון שמוגלערייען קיין עזה (אבישי גרינצווייג).
ס'רעדט פון נאך א פרשה
ס'האט נישט קיין שייכות בכלל מיט זיני
 
הצבעה על תקציב המדינה.

בתוך התקציב האבן די חרדים אריינגעלייגט הסתייגויות אקעגן די תקציב, צו צולייגן נאך בערך 800 מיליאן שקל פאר זייערע תקציבים (נאך וואס די יועמ"שית האט עס נישט געלאזט צולייגן, זייענדיג - לפי דעתה - אקעגן די געזעץ).
די אפאזיציע זענדיג א הסתייגות - נישט כאפנדיג אז ס'איז לטובת די חרדים - האט געשטימט בעד די הסתייגויות...

דאס איז אויסער די אסטראנאמישע געלטער וואס זיי האבן באקומען אין די תקציב גופא, ווי פאלגענד:
חינוך עצמאי (יהדות התורה): 2.10 ביליאן ש"ח – א תוספת פון 459 מיליאן ש"ח (+22%) פון לעצטע תקציב.
מעיין החינוך התורני (ש"ס): 1.23 ביליאן ש"ח – א תוספת פון 371 מיליאן ש"ח (+30%) פון לעצטע תקציב.
חינוך מוכר שאינו רשמי: 509 מיליאן ש"ח – א תוספת פון 112 מיליאן ש"ח (+22%) פון לעצטע תקציב.

סך הכל: 3.84 ביליאן ש"ח - א תוספת פון 942 מיליאן שקל (+32.5%) פון לעצטע תקציב.

דאס איז אויסער בערך 1.8 ביליאן שקל וואס גייט צו די ישיבות און מוסדות פטור.

אקעגן דעם האט די חינוך ממלכתי באקומען א תוספת פון 6 ביליאן שקל וואס דאס איז נאר 8% תוספת פון לעצטע תקציב.

אויב אין די לעצטערע יארן האבן די חרדי'שע מוסדות באקומען 15,000 ש"ח פער תלמיד, אקעגן די ממלכתי וואס האט נאר באקומען 11,000 ש"ח פער תלמיד (און די אראבישע מוסדות נאר 8,000 ש"ח פער תלמיד), ווערט יעצט די הימל-שרייענדע חילוק נאכמער ברייט.

אבער מ'טאר נישט פארגעסן אז די פרייע האבן אונז סתם פיינט...
און די חרדים זענען א מיעוט וואס בג"ץ דארף זיך פאר זיי אנעמען...​
פשוט ליגנט
ממ"ח (ממלכתי-חרדי): בערך 21,000 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-חרדישן חינוך).
ממלכתי (חילוני): בערך 23,800 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-חילונישן חינוך).
ממלכתי דתי (ממ"ד): בערך 25,900 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-רעליגיעזן חינוך).
ערבי: בערך 22,100 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין אַראַבישן חינוך).
מוסד פטור (תלמוד תורה): בערך 4,000 - 5,000 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין א "מוסד פטור" אָדער תלמוד תורה).
און דאָס איז אריבער אכציג פראצענט פון די פרומע מוסדות
איך האלט אויכעט אז די פרומע לעבן אויף יענעמ'ס חשבון אבער די אמת דארף געזאגט ווערן.
 
לעצט רעדאגירט:
וואס מ'ניצט קיינמאל...
אזויווי די נייע...

אויב אזוי פארוואס רעגן זיי זיך אזוי?
איך האב נישט קיין האנונג ווער ס'רעגט זיך
דאס איז א חלק פון די קאמפיין פון בן גביר לקראת די וואלן הבאים לקראתנו
 
מיט גרויס פרופאגאנדע, און מיט מרבה זיין שנאת ישראל לחינם (די געזעץ גייט קיינמאל איינגעפיהרט ווערן) איז וכו׳
אויב די געזעץ גייט קיינמאל דורךגעפירט ווערן איז עס טאקע א פארברעך, אבער לעצם ה'געזעץ איז עס דאך ממש קאממאן סענס.
איך הייב נישט אן צו פארשטיין די קעגנערשאפט דערצו.

ס'דאך ממש א גלגל החוזר דארטן מיט פארכאפן איזראעליס כדי צו באפרייען ארעסטירטע טעראריסטן וואס דאן פירן זיי דורך נאך טעראר.

די גלעד שליט פרשה איז דאך די גרעסטע בושה און דורכפאל פאר די מדינה.

באפרייט מאסן מערדער וואס האבן זיך גלייך גענומען צו די מלאכה פון מערדעריי וואס האט זיך געענידיגט מיט אקטאבער זיבן, וואס האט גורם געווען די חורבן פון עזה.
וואלט דאך יעדער וואס מיינט די טובה פון די פאלעסטינער אוודאי געדארפט שטימען פאר די געזעץ...

אויב אין אמעריקע מעג מען הארגענען א מערדער, דארף מען עס דארט 10 מאל אזוי וויכטיג.

מיר זעהט אויס אז די קעגנער פון די געזעץ זענען קאזינס מיט די וואס שטיצן די איסלאמישע אימיגראציע קיין אייראפע (אונטער די טענה אז ס'איז מער הומאניסטיש). זיי זענען נעבעך געשלאגן מיט די זעלבסט-מארד-עמפאטיע. (Suicidal empathy)
 

אקעגן דעם האט די חינוך ממלכתי באקומען א תוספת פון 6 ביליאן שקל וואס דאס איז נאר 8% תוספת פון לעצטע תקציב.​
טשעט דזשי טי טענה'ט אז דאס איז וויבאלד די ממלכתי איז שוין יעצט געווען שטארק פאנדעד, ווס די חרדים וואס איז שוואך געווען געפאנדעד.


אויב אין די לעצטערע יארן האבן די חרדי'שע מוסדות באקומען 15,000 ש"ח פער תלמיד, אקעגן די ממלכתי וואס האט נאר באקומען 11,000 ש"ח פער תלמיד (און די אראבישע מוסדות נאר 8,000 ש"ח פער תלמיד), ווערט יעצט די הימל-שרייענדע חילוק נאכמער ברייט.​
טשעט דזשי פי טי טענה'ט אז די נומערן זענען נישט ריכטיג.

ער טענה'ט אז אויב עפעס זענען די נומערן פארקערט.


איך האב מיך צונויף גערעדט מיט רבי'ן נאכן זעהן 👇 תגובה וואס זעהט אויס ממש ווי א אפענע סתירה מיט 👆 תגובה.

פשוט ליגנט
ממ"ח (ממלכתי-חרדי): בערך 21,000 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-חרדישן חינוך).
ממלכתי (חילוני): בערך 23,800 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-חילונישן חינוך).
ממלכתי דתי (ממ"ד): בערך 25,900 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-רעליגיעזן חינוך).
ערבי: בערך 22,100 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין אַראַבישן חינוך).
מוסד פטור (תלמוד תורה): בערך 4,000 - 5,000 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין א "מוסד פטור" אָדער תלמוד תורה).
און דאָס איז אריבער אכציג פראצענט פון די פרומע מוסדות
איך האלט אויכעט אז די פרומע לעבן אויף יענעמ'ס חשבון אבער די אמת דארף געזאגט ווערן.

טשעט דזשי טי פי זאגט אז כאטש אין די צווייטע תגובה זענען די נומערן אויך נישט מדיוק אויף הונדערט פראצענט, איז עס אבער פיל נענטער צום מציאות און ס'איז אין די ריכטיגע דיירעקשן.
 
לעצט רעדאגירט:
פשוט ליגנט
ממ"ח (ממלכתי-חרדי): בערך 21,000 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-חרדישן חינוך).
ממלכתי (חילוני): בערך 23,800 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-חילונישן חינוך).
ממלכתי דתי (ממ"ד): בערך 25,900 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין מלוכה-רעליגיעזן חינוך).
ערבי: בערך 22,100 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין אַראַבישן חינוך).
מוסד פטור (תלמוד תורה): בערך 4,000 - 5,000 ש"ח (א דורכשניטלעכער בודזשעט פֿאַר א תּלמיד אין א "מוסד פטור" אָדער תלמוד תורה).
און דאָס איז אריבער אכציג פראצענט פון די פרומע מוסדות
איך האלט אויכעט אז די פרומע לעבן אויף יענעמ'ס חשבון אבער די אמת דארף געזאגט ווערן.
ווער האט גערעדט פון מוסדות פטור?! אוואדע איז מוסדות פטור ווייניגער, דאס איז דאך ביי דעפינישן מוסדות פטור
איך האב גערעדט פון חינוך עצמאי און מעיין החינוך התורני
 
ווער האט גערעדט פון מוסדות פטור?! אוואדע איז מוסדות פטור ווייניגער, דאס איז דאך ביי דעפינישן מוסדות פטור
איך האב גערעדט פון חינוך עצמאי און מעיין החינוך התורני
זיי זענען מוכש"ר (מוכר שאינו רשמי)
און זיי באקומען לערך 15000
 
און דאָס איז אריבער אכציג פראצענט פון די פרומע מוסדות

מוסדות פטור: 21%
חינוך עצמאי (יהדות התורה): 41.5%
מעיין החינוך התורני (בני יוסף / ש"ס): 20%
מוכר שאינו רשמי: 8.5%
ממלכתי-חרדי (ממ"ח): 7%

מקור: שנתון החברה החרדית בישראל 2025


@שפן הסופר
 
אויב די געזעץ גייט קיינמאל דורךגעפירט ווערן איז עס טאקע א פארברעך, אבער לעצם ה'געזעץ איז עס דאך ממש קאממאן סענס.
עמית סגל:


״Had Ben-Gvir managed to keep his champagne, I would have proposed a toast—to a self-destructive law that makes Israel look terrible, benefiting no one but Ben-Gvir himself. L’chaim”
 
מוסדות פטור: 21%
חינוך עצמאי (יהדות התורה): 41.5%
מעיין החינוך התורני (בני יוסף / ש"ס): 20%
מוכר שאינו רשמי: 8.5%
ממלכתי-חרדי (ממ"ח): 7%

מקור: שנתון החברה החרדית בישראל 2025


@שפן הסופר
איך האב גערעכנט אויך מוכשר בטעות אלס מוסדות פטור
און יעדע אופן באַקומען זיי ווייניגער באצאלט ווי די נישט פרומע
איך האב נישט רחמנות אויף זיי אבער ס'איז שקר וכזב אז די פרומע באקומען מער
 
מוסדות פטור: 21%
חינוך עצמאי (יהדות התורה): 41.5%
מעיין החינוך התורני (בני יוסף / ש"ס): 20%
מוכר שאינו רשמי: 8.5%
ממלכתי-חרדי (ממ"ח): 7%

מקור: שנתון החברה החרדית בישראל 2025


@שפן הסופר
דאס איז פראצענטן פון די חרדי'שע ציבור.

און יעצט וויפיל זיי באקומען:
חינוך עצמאי (יהדות התורה) און מעיין החינוך התורני (בני יוסף / ש"ס): באקומען 100% תקצוב.
ממלכתי-חרדי (ממ"ח): באקומען 100% תקצוב.
מוכר שאינו רשמי: באקומען 75% תקצוב.
מוסדות פטור: באקומען 55% תקצוב.

מקור: תקצוב החינוך החרדי: העובדות שמאחורי המספרים.
 


אויב אין די לעצטערע יארן האבן די חרדי'שע מוסדות באקומען 15,000 ש"ח פער תלמיד, אקעגן די ממלכתי וואס האט נאר באקומען 11,000 ש"ח פער תלמיד (און די אראבישע מוסדות נאר 8,000 ש"ח פער תלמיד), ווערט יעצט די הימל-שרייענדע חילוק נאכמער ברייט.​
@כספי ביטע ברענג א מקור דערפאר.
 
עמית סגל:


״Had Ben-Gvir managed to keep his champagne, I would have proposed a toast—to a self-destructive law that makes Israel look terrible, benefiting no one but Ben-Gvir himself. L’chaim”
כ'האב עס גראדע נישט געזען אויף זיין עברית טשענעל. (מעגליך כ'פאללאו אים נישט גענוג ערליך...)

דער עולם דארט האלט אז ס'וועט למעשה נישט דורכגעפירט ווערן?
 
כ'האב עס גראדע נישט געזען אויף זיין עברית טשענעל. (מעגליך כ'פאללאו אים נישט גענוג ערליך...)

דער עולם דארט האלט אז ס'וועט למעשה נישט דורכגעפירט ווערן?
ס'איז נישט אין זיין עברית טשענעל
און אין ישראל איז נישט דא קיין דעמאקראטיע און במילא דער עולם ווייסט אז בכלל ווועט מחליט זיין לאזט מען זיך איינשרייבן סיי וואספארא געזעץ
 
טאקע וועגן דעם האב איך נישט דערמאנט די ווארט רעכט און לינק,
נאר קאאליציע און אפאזיציע
ווייל געווענליך שטימט מען לויט דעם, אפגעזען רעכט אדער לינק.
נישט דא
 
פאר די אראבער פון מערב ברעג אדער עזה

די שמחה איז,
ווייל די יעצטיגע שמחת תורה שחיטה איז דורך געפירט געווארן דורך אזעלכע וואס זענען שוין געווען אין די מד''י תפיסה פארן הרג'נען אנדערע מענטשן, און מ'האט זיי באפרייט אין א אפמאך וכו'.
יעצט אז די אלע טעראריסטן וועלן באקומען טויט שטראף וועלן זיי נישט באפרייט ווערן...
ס'איז מילא נאר אויף להבא נישט לעבר
 
ס'איז נישט אין זיין עברית טשענעל
און אין ישראל איז נישט דא קיין דעמאקראטיע און במילא דער עולם ווייסט אז בכלל ווועט מחליט זיין לאזט מען זיך איינשרייבן סיי וואספארא געזעץ
האסט לכאורה געמיינט צו זאגן בג"ץ.

אויף וואס פארא בעיסיס קענען די בג"ץ פריצים פסל'ן די געזעץ?
פארוואס האלט דער עולם דארט אז זיי גייען עס פסל'ן? זיי האבן שוין גערעדט דערוועגן?
 
מיט פרייד און פאמפע האט מען היינט אויפגענומען די נייעס, אז די "חוק עונש מות למחבלים" איז היינט ענדגילטיג אדורך אין כנסת, און וועט ווערן אריינגעשטעלט און די חוקים פון מד"י!
די חוק איז קובע אז סיי וועלכע פאלעסטינער וואס האלט נישט קיין מד"י בירגערשאפט, אדער מד"י אדענטעפיציפיע קארטל (און עברית גערופן תושב קבע), וואס וועט הרג'נען א ציווילע מענטש אַלץ טעראר, וועט נישט מער און נישט ווייניגער באקומען טויט-שטראף!

דאס איז א געוואלדיגע און באלדיגע געווינס פאר די רעכטע לאגער אלץ פאליסי, און נאכמער א געווינס פאר די אזויגערופענע עקסטרעמע רעכטע לאגער, צו צייגן ווי די צענטער רעכטע (ליכוד, ש"ס וכדו' ) שטייען היינט.
סתם שקר א' עס איז שוין לאנג דא עונש מוות די חילוק איז נאר אז ביז יעצט האט מען געדארפט האבען אלע שופטים זאלן האלטען אז מען דארף ווי למשל ביי אייכמאן ימ"ש משא"כ יעצט האט מען געטוישט אז מען דארף נאר א רוב
ב' די פרקליטות דארף עס נאך אלץ פארלאנגען עס איז נישט די אולטימעט עונש וואס איינער באקומט על רציחה ברקע לאומנית
ג' מען האט קלאר ארויס גענומען די סעיף וואס זאגט אז עס איז דווקא א נישט ישראלי וואס הרגט א ישראלי
ד' די נוחבות גייען נישט באקומען מוות ווייל די געזעץ איז קלאר נישט חל למפרע נאר מכאן ולהבא
 
Back
Top