נייעס פון מדינת ישראל און ארום

די ערשטע האב איך נישט געקענט ליינען.

די צווייטע רעדט זיך נאר פון מוכשר... און אין יענע סיסטעם באקומט דער חרדי מער אבער די פרייע אין אלגעמיין זענען דאך נישט אין מוכשר (אויב פארשטיי איך ריכטיג...)

זעהט מיר אויס אז אוועראלל באקומען די פרומע אסאך ווייניגער פער קינד ווי די נישט פרומע.
 
יא, @שפן הסופר ביזסט גערעכט.

די טענה איז אז מוכש"ר (אויך פרומע אויסער די צוויי גרויסע רשתות) באקומען 75%, ווען מוכש"ר חינו"ע און בני יוסף באקומען 100%.

אבער ס'קלאר נישט ווי איך האב געשריבן:
אויב אין די לעצטערע יארן האבן די חרדי'שע מוסדות באקומען 15,000 ש"ח פער תלמיד, אקעגן די ממלכתי וואס האט נאר באקומען 11,000 ש"ח פער תלמיד (און די אראבישע מוסדות נאר 8,000 ש"ח פער תלמיד), ווערט יעצט די הימל-שרייענדע חילוק נאכמער ברייט.

נאר כצ"ל:
אויב אין די לעצטערע יארן האבן די חרדי'שע מוכש"ר מוסדות (וואס זענען הונטער די חרדי'שע פארטייען, חינו"ע און בני יוסף) באקומען 15,000 ש"ח פער תלמיד, אקעגן די ממלכתי מוכש"ר וואס האט נאר באקומען 11,000 ש"ח פער תלמיד (און די אראבישע מוכש"ר מוסדות נאר 8,000 ש"ח פער תלמיד), ווערט יעצט די הימל-שרייענדע חילוק נאכמער ברייט.

ואתכם הסליחה.
 
יא, @שפן הסופר ביזסט גערעכט.

די טענה איז אז מוכש"ר (אויך פרומע אויסער די צוויי גרויסע רשתות) באקומען 75%, ווען מוכש"ר חינו"ע און בני יוסף באקומען 100%.

אבער ס'קלאר נישט ווי איך האב געשריבן:

נאר כצ"ל:
אויב אין די לעצטערע יארן האבן די חרדי'שע מוכש"ר מוסדות (וואס זענען הונטער די חרדי'שע פארטייען, חינו"ע און בני יוסף) באקומען 15,000 ש"ח פער תלמיד, אקעגן די ממלכתי מוכש"ר וואס האט נאר באקומען 11,000 ש"ח פער תלמיד (און די אראבישע מוכש"ר מוסדות נאר 8,000 ש"ח פער תלמיד), ווערט יעצט די הימל-שרייענדע חילוק נאכמער ברייט.

ואתכם הסליחה.

למעשה זעהט אויס אז דער חרדישער קינד באקומט ווייניגער ווי דער פרייער (ווייל רוב פרייע זענען דאך נישט אין מוכשר).

סאוי די טענה פון חרדים אז מען באקריוודעוועט זיי איז נישט אפפגעפרעגט.

די טענה אויף צוריק זעהט אויס צו זיין אז די חרדישע לערנען נישט געוויסע פארלאנגטע לימודים (ליבה).

אויב איז מיין פאוינט דא גערעכט איז זיכער נישט שייך צו זאגן אז די חרדים "באשווינדלען" דעם ציבור, אדער גנב'ען פון קהל'ס קאסע.

נאר ענדערש איז פאראן א זייטיגע טענה אז זיי זענען נישט מקיים די ליבה חוק וכדומה.

איך פערזענדליך האלט אויך אז חרדים זאלן לערנען מער (כאטש איך האלט נישט אז זיי זאלן זיין מחיוב צו לערנען ממש די אלע זאכן וואס מען לערנט אין ממלכתי), ס'מיינט אבער נישט אז דערווייל איז זייער עוולה גניבה.
ס'זעהט מיר אויס אז די "גניבה" טענה איז א פאלשע און פאליטישע טענה געמאכט צו אויפרעגן דעם פשוט'ן המון עם וואס גייט נישט דורך די נומערן און ער מיינט אז אויף חרדישע קינדער ספענט מען מער.

אדרבה, קלער מיר אויף ווי איך בין ראנג דא.
 
כוועל פרובירען..

די געזעץ איז אז מבאקומט פאנדינג בעיסד אויף וויפיל Core curriculum מלערענט. די עקאנאמישע סיבה דערפון איז זייער פשוט, ווען די ספענדס א דאלאר/שקל ברויך מען קענען זעהן די עקאנאמישע בענעפיט דערפון, אויב נישט, איז עס געלט אין מיסט.

עכשיו, עדוקאציע איז אן אינוועסטמענט אין די קינדער וואס וועל אויפוואקסען קלוגער און מיט מער וויסענשאפט און זיין סוקסעספול אין ביזנעס און העלפען די עקענאמיע וואקסען.

אויב די לערענסט עס נישט, אין די נעמסט די געלט אויף אינטערערדישע אופנים, און ניצט עס פאר כל מיני שטותים, און סיי מלערענט זיי נישט א פאך, און מלאזט די אינגעלייט נישט גיין ארבעטען, איז די געלט דע פאקטא גערויבט געווארען פון די עקענאמיע אין געגאנגען אין מיסט ווי סהעלפט נישט קיינעם.

כהאף אז איך האב דיר געהאלפען צו פארשטיין די נושא
 
כאטש איך האלט ווי דיר אז חרדים (סיי דאהי און סיי אין ארץ ישראל) דארפן לערנען מער, זעה איך נישט קיין גניבה טענה.

ס'איז די ערשטע מאל אין לעבן איך הער אז ווען די רעגירונג ספענט א דאלאר איז ווייל זיי ווילן שפעטער צוריקבאקומען מער.

ספעדונגען פון רעגירונגען האט 0 צו טוהן מיט וויפיל געלט ס'קומט ארויס שפעטער פון זייערע ספענדאכצער.

קיינער מאכט נישט די "אינוועסטמענט" חשבונות ביי העלט קעיר, ביי עסן הילף, ביי טעאטערס, ביי די מיליטער, ביי די געריכט סיסטעם וכו וכו.

פון א ליבערטעריען קוק וואונקל קען איך הערן א טענה (אויף סיי וועלכע טעקס). אבער פון מעין סטריעם און גאר לינקע פאליטיקאנטן?!
וואס פארא מאדנע טענה?

אונז האמיר שוין געענדיגט אויסרעכענען פונקטליך וויפיל די אלע נערישע פראגראמען אין די סעקולארע סקולס ברענגען צוריק?

וויפיל פונקטליך איז די ROI פון די היסטאריע פראגראמען און וויפיל פון די אינקלוסיוויטי און דזשענדער טעאריע פראגראמען?

קיינער געבט נישט קיין דעקל וויפיל ס'איז די רעטורן אויף סיי וועלכע ספענדאכץ פון די רעגירונג אזוי לאנג ווי ער האט הנאה דערפון, פלוצלונג ביי די חרדים ווערט עס גניבה...

נאכאמאל, איך בין א שטארקע מתנגד צו די איצטיגער חרדישער חינוך סיסטעם (וויבאלד איך פערזענדליך האלט אז זייער מהלך החיים בכלליות איז נישט ריכטיג), אבער די טענה פון גניבה הערט זיך מיר ווי א ביליגע פאליטישע סלאגאן.
 
האסט לכאורה געמיינט צו זאגן בג"ץ.

אויף וואס פארא בעיסיס קענען די בג"ץ פריצים פסל'ן די געזעץ?
פארוואס האלט דער עולם דארט אז זיי גייען עס פסל'ן? זיי האבן שוין גערעדט דערוועגן?
שוויון
זכות לחיים
מידתיות
וכו' וכו'
ס'איז נישט משנה וואספארא שטות זיי וועלן װעלן נוצן...
 
Back
Top