די בעל הבית פון די פאפולערע אייס קרים פירמע בע"ן ענ"ד דז'שערי"ס - בן כהן, האט ארויסגעלייגט א ווידעא אויף אינסטערגראם, ווי ער שטעלט פאר זיין נייע פלעיווער אייסעס, מיטן (פארשאלטענע) נאמען "פאלעסטיין",
ער זאגט אז ער טוט דאס ערצייגן צו ווייזן רחמנות און גערעכטיקייט פאר די פאליסטינער פאלק,
עס גייט זיין רויט; שווארץ; גרין; און ווייס, וואס דאס איז די קאליר פונעם פאלעסטינער פאָן,
נאר אנצומערקן א פאר נקודות,
איינס, עס איז נישט די ערשטע מאל וואס די וועלט בארימטע קאמפעני טוט זיך מישן און די ארץ ישראל'דיגע פאליטיק, און יאר 2021 האבן זיי געוואלט פארבאטן דאס פארקויפן זייערע באליבטע אייס קרים אין יהודה ושומרון, אבער נאך וואס די אייס קרים ליגט אונטער א צוויטער קאמפעני (ד.מ. זיי זענען נישט א פול זעלבסטשטענדיגע פרומע), האט זיי באצוואונגען אראפ צו נעמען די פארבאט, און יא פארקויפן געהעריג און יהודה ושומרון,
איז יעצט כדי ער זאל קענען אהערשטעלן זיין סימפאטישער אייסעס אן קיין שום שטערונגען, גיבט ער עס אליינס ארויס, נישט אונטערן נאמען פון בע"ן ענ"ד דז'שערי"ס.
לאמיר האפן אז די אלע וואס האבן אזעלכע שטארקע סימפאטיע פאר די ארכי גרויליגע טעראריסטן זאלן אייננעמען א מיסיע מפלה, און אויפהערן טרעטן די אידן אויפ'ן הינער אויג.......