נייעס אין די װעלט פון וויסענשאפט, סייענס און ערפֿינדוּנגען

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,444
רעאקציע ראטע
4,238
פונקטן
443
טשײנע'ס מאסיװער עקספערימענט צו מעסטן און אױסגעפינען די גענױע, 3 פֿארעמען אדער פֿלײװאָרס פון דעם עלוּסיװ נוּטרינאָו פּארטיקל: דער עלעקטְראָן נוטרינאו (נישט אױסצומישן מיט דעם אנדערן, און באקאנטן, עלעקטראן לעומת דער פּראָטאָן - פון די בילדינג בלאקס פון דער אטאם), דער מוּאָן נוטרינאו און דער טאַאוּ נוטרינאו.

דער עקספערימענט װעט געדױערן זעקס! יאר צוליב דער אילוּסיװנעס פון דער נוטרינאו, ברױך מען װארטן א גענוג לאנגע צײט ביז אַן אנזאמלונג פון 100,000 מעזשערמענטס אדער פֿלעשעס\קאָליזשענס, אזױ אז די אנגעזאמלטע דאטא ס'זאל זײן סטאטיסטיקלי סיגניפיקענט: זײ רישְן זיך אױף אזױ װינציג װי 50! פלעשעס א טאג.

די נוטרינאוס, װעלכע װערן באשאפן אין סאָלער און קאָזמישע שטראלן, אין נוקלעארע פֿיזשען, און אין סוּפערנאָװעס - װען שטערנס עקספלאדירן, האט גאר א שװאכע מעסס, הענס די שװעריגקײטן אין איר דעטעקטן און מעסטן. אזױ װײט אז דער שװײצאַרישער-עסטרײכישער פֿיזיסיסט װאָלפגאנג פּאָולי װעלכער האט פּאָסטילירט און טעאריזירט דער נוּטרינאו האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן עס אױסטרעפן, מײנענדיג אז מען װעט עס קײנמאל נישט קענען מעסטן און פראָװן.

1761096792271.webp


א בילד פון א סופערנאָװע: https://cdn.mos.cms.futurecdn.net/wYhrTEsCJBwszqv8EV8TtZ-1137-80.jpg.webp
 
וואס וויל מען דא אויסגעפינען און דערגרייכן?
 
דאס איז אין דער ”סײענס„ קאטעגאריע: מען קען יעצט אבזערװירן א קאָמעט װאס זעלטן װאס עס קומט אזױ נאנט צו ערטה. די לעצטע מאל זי האט אונז באזוכט איז געװען נאר אָנהױב פון דעם אכטן יאר-הונדערט.
 
Back
Top