נייעס אין די װעלט פון וויסענשאפט, סייענס און ערפֿינדוּנגען

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,529
רעאקציע ראטע
4,539
פונקטן
443
טשײנע'ס מאסיװער עקספערימענט צו מעסטן און אױסגעפינען די גענױע, 3 פֿארעמען אדער פֿלײװאָרס פון דעם עלוּסיװ נוּטרינאָו פּארטיקל: דער עלעקטְראָן נוטרינאו (נישט אױסצומישן מיט דעם אנדערן, און באקאנטן, עלעקטראן לעומת דער פּראָטאָן - פון די בילדינג בלאקס פון דער אטאם), דער מוּאָן נוטרינאו און דער טאַאוּ נוטרינאו.

דער עקספערימענט װעט געדױערן זעקס! יאר צוליב דער אילוּסיװנעס פון דער נוטרינאו, ברױך מען װארטן א גענוג לאנגע צײט ביז אַן אנזאמלונג פון 100,000 מעזשערמענטס אדער פֿלעשעס\קאָליזשענס, אזױ אז די אנגעזאמלטע דאטא ס'זאל זײן סטאטיסטיקלי סיגניפיקענט: זײ רישְן זיך אױף אזױ װינציג װי 50! פלעשעס א טאג.

די נוטרינאוס, װעלכע װערן באשאפן אין סאָלער און קאָזמישע שטראלן, אין נוקלעארע פֿיזשען, און אין סוּפערנאָװעס - װען שטערנס עקספלאדירן, האט גאר א שװאכע מעסס, הענס די שװעריגקײטן אין איר דעטעקטן און מעסטן. אזױ װײט אז דער שװײצאַרישער-עסטרײכישער פֿיזיסיסט װאָלפגאנג פּאָולי װעלכער האט פּאָסטילירט און טעאריזירט דער נוּטרינאו האט זיך אנטשולדיגט פאר'ן עס אױסטרעפן, מײנענדיג אז מען װעט עס קײנמאל נישט קענען מעסטן און פראָװן.

1761096792271.webp


א בילד פון א סופערנאָװע: https://cdn.mos.cms.futurecdn.net/wYhrTEsCJBwszqv8EV8TtZ-1137-80.jpg.webp
 
וואס וויל מען דא אויסגעפינען און דערגרייכן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דאס איז אין דער ”סײענס„ קאטעגאריע: מען קען יעצט אבזערװירן א קאָמעט װאס זעלטן װאס עס קומט אזױ נאנט צו ערטה. די לעצטע מאל זי האט אונז באזוכט איז געװען נאר אָנהױב פון דעם אכטן יאר-הונדערט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
1761169741179.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א פֿײטער דזשעט פּײלעטעד דורך AI און ראָבּאָטיקס:
1761813367739.webp
 
מענטשן וועלכע זענען געווען פארלאזירט אויף די פיס צוליב ספּײַן אינדזשערי הייבן צוריק אָן גיין, אדאנק מח אימפלאנטס און קאמפיוטער טשיפס וועלכע לייענען מח סיגנאלן [פון טראכטן פון ריקן די פיס] און טייטשן עס איבער צו נערוון סיגנעלס צו רוקן די פיס.
1000029340.webp
 
מענטשן וועלכע זענען געווען פארלאזירט אויף די פיס צוליב ספּײַן אינדזשערי הייבן צוריק אָן גיין, אדאנק מח אימפלאנטס און קאמפיוטער טשיפס וועלכע לייענען מח סיגנאלן [פון טראכטן פון ריקן די פיס] און טייטשן עס איבער צו נערוון סיגנעלס צו רוקן די פיס.
View attachment 10045
מפלאות הבריאה , נותן לחכמים חכמה , מפיו דעת ותבונה , פונדער אנדער זייט טהוט עס באלסטערן
דעם מענטש עגאא ,אז אלעס איז סייענס , און הארץ
נתן לבני אדם ,דער מענטש מאכט די ערד געטליך ווי הימעל,ער וועט ברענגען חיים צו זיין באשעפעניש
אויףצו קאממפיטען מיט די וואונדער פון נאטור ,מניה וביה אבא שדי ביה נרגא .
דער יציר כפיו פון דעם מענטש וועט זיין דער גולם
מיט וואס ער וועט זיך דארפען ספראווען , דאס איז
אלעס מיט כח עי.איי.
 
נאבעל פרײז גײט פאר קעמיסט װאס האט ערפונדן מאטריאל פון װאס מען קען פאבריצירן כמו "קױשעלעך" אדער "קאנטײנערס" װאס כאטש זײער פיצי פֿיזיקעל סײז פארמאגן זײ אַן אינטערנאל קאַפעסעטי װאס קען אנטהאלטן אסטראנאמישע קװאנטומען פון מעטטער, סובסטאנצן אדער פראפערטיס, װי למשל גאז, װאסער און ענערגיע.

1762990690748.webp
 
נאבעל פרײז גײט פאר קעמיסט װאס האט ערפונדן מאטריאל פון װאס מען קען פאבריצירן כמו "קױשעלעך" אדער "קאנטײנערס" װאס כאטש זײער פיצי פֿיזיקעל סײז פארמאגן זײ אַן אינטערנאל קאַפעסעטי װאס קען אנטהאלטן אסטראנאמישע קװאנטומען פון מעטטער, סובסטאנצן אדער פראפערטיס, װי למשל גאז, װאסער און ענערגיע.

View attachment 10168
איך וויל אביסל אויסקלארן. די דערמאנטע מאטריאל האט גאר א הויכע אינערליכע ''אויבערפלאך גרויסקייט'' (surface area) אין פארגלייך צו איר וואליום. דאס הייסט, עס האט גאר קליינע סטרוקורן וואס זענען א טייל איר נאטורליכע פארעם און דאס געט איר א גאר גרויסע אפנקייט צו איר ארום.

די סיבה פארוואס עס איז א דורכברוך איז ווייל אזעלכע מאטריאלן האבן אסאך אפליקאציעס און פונקציעס און פארשידענע אינדוסטריעס. צום ביישפיל, די צייט וואס עס געדויערט פאר א חפץ צו פארלירן היץ (זיך אפקילן) איז בדרך כלל געוואנדן אין די חפץ'ס אויבערפלאך גרויסקייט. דעריבער קען דער אויבענדערמאנטער מאטיראל זיך אפקילן גאר שנעל.
(פרובירט אליינס. נעם א הייסע טיי און גיס עס אריין אין א ברייטע טעלער, די טיי וועט זיך אפקילן פיל שנעלער. דאס איז ווייל מיט'ן געבן פארן טיי אזא פלאכע פארעם האט איר גאר שטארק פארמערט איר אויבערפלאך גרויסקייט).

דער מאטריאל קען אבער בפירוש נישט אריינעמען מער חומר ווי איר פלאץ פארמאגט. (צו דעהם דארף מען צוקומען צו דער למעלה מן המקום טעכנאלאגיע, און אויסער אלישה'ס פך שמן, זענען אונז נישט באקאנט מיט נאך א מאטריאל וואס קען דאס בייווייזן...)
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top