א גאסט אױף א װײל - א קְלעֶש פון װעלט אַנשױאונגען - אפדײטעד (9 און ענדע)

המשך פון פריער

מיר האלטן שױן בײם לעצטן טאג. איך װיל ארײנכאפן װי מער איך קען לערנען מיט אים. ענדיגן מיט א גוטן טעם. אבער דער לײַן איז שױן אריבערגעטרעטן. עס גײט מער נישט אדורך קײן לערנען אָהן קײן ארגומענט. עס איז װי כאילו דאס לערנען איז צו לאנגװײליג אָהן דעם. און איך באמערק עס. ער װײסט שױן נישט װאס צולערנען מיט מיר.

קום, לאמיך הערן פון דיר די 'קטורת' (פטום הקטורת).

װאס איז דאס, נאך א סגולה אנטקעגן קליפות? א ראַט פון דער שיעור-זאגער?

איך בין צוריק אין ישועות יעקב נעבן די מאה שערים שטיבלאך. איך בין װײניג געשלאפן די נאכט בעפאר. איך װער לײכטער אָנגעצונדן. איך זאג אים נישט איך קום יעצט פון כנסײת הקבר, ער װעט נאך זאגן ישו'ס גײסט האט זיך אין מיר מדבק געװען. דער גייסט וואס שוועבט שוין דארטן 2000 יאר און ווארט אויף א תיקון. זאל איך אים זאגן אז איך האב מיך משתטח געװען אױף ישו'ס, אנגעבליך 'לײדיגע' קבר, און שטיל געמורמלט די ערשטע 'אני מאמין'? דאס האב איך אײגענטליך געטוהן כדי צומאכן לאכן מײן קאָמפּעניען - אױך אגב מיט א פּאָניטײל, און אגב, א חושיבער מיטגלידער פון ”קרעמל„ - און נישט װײל כ'האב מורא געהאט אז אנדערש דין איך עבודה זרה. נע, בעסער איך זאג אים נישט.

נאר ס'קען זײן אז א מוסלעמענער בין איך שױן סײװי. עכ"פ לױט די מוסלעמענער. װײל זײענדיג אין אלט שטאט, באזוכענדיג, מיט מײן פרײנד, מערת צדקיהו, האבן א גרופע אראבישע אינגלעך, נישט װיסענדיג אױב מיר זענען אידן, אָנגעהױבן פרובירן פארפירן א שמועס מיט אונז. זײ האבן אונז געפרעגט צו מיר רעדן אראביש און װען איך האב געזאגט אז נישט, האבן זײ מיך געהײסן זײ נאכזאגן װארט פאר װארט, א געװיסע פֿרײז, אזאך װאס כ'האב זײ גערן נאכגעגיבן. אױף װאס ארױף מײן חבר האט מיך געזאגט, אז זײ האבן מיך יעצט פאר א מוסלעמענער געמאכט. אזױ לײכט איז דאס. נישטא קײן מסרבין לו. נישטא קײן מילה. נישטא קײן טבילה.

טאטי פארטראכט זיך, אַ ערנסְטע מינע אױף זײן געזיכט, "מען טאר דאס נישט טוהן אױב מען װײסט װאס די װערטער מײנען." איך האב נישט געהאט קײן הוא אמינא אז מען מעג.

אבער איך מײן ער זעהט שױן װאו קאלירטע קלײדער מיט לאנגע האר קענען ארײן קומען יוּזפֿוּל.

אױך פארצײל איך אים אז כ'האב מיך פארבלאנדזשעט אין אַלט שטאט און, פרובירענדיג צוטרעפן מײן װעג ארױס, בין איך שיער נישט ארױף אױפ'ן הר-הבית. נאר כ'האב געזעהן אזא טױרנסטײַל טיר פארנט פון מיר, אינמיטן די טרעפּן װעלכע פירן ארױף צום בארג, און בּײ מקרה האבן די רמקולים, ארום מיך, זיך פונקט דאַן צופיפן מיט די באקאנטע ִִִמוסלעמענער חזנות װעלכע רופט דעם ציבור צו די סאַלאַהּ פּרעפּלען, האב איך פארשטאנען אז בין עֶבּאַוּט צו עובר זײן, נישט נאר ִִאױף אַן איסור כרת נאר ס'קען אפי' ענטײלן א מיתה בידי אדם אױכעט. כ'האב שנעל אָפגעפוצט און, למזלי הטוב, געטראפן דאס וועג.

מען נעמט די חַמָשים ארױס נאכאמאל. טאטי װיל משלים זײן אור החײםס פון פאָריגע װאך. עמיצנ'ס גמרא ניגונ'דל צעדינערט זיך אין קלױז. א אינגערמאן שטײט בײ מזרח װאנט מיט א 'בבלי' בײ א סטענדער און זינגט דעם באקאנטן 'תנו רבנן' תנועה, װי כאילו דאס ביסמעדרש װאלט זײנס געװען. די ערשטע פאר מינוט איז עס נאך שײן; דער אינגערמאן װאס חַזָנִ'יצט האט צו דער טראדיציאָנאלער ניגון, צוגעלײגט און קאמפאזירט זײנע אײגענע ריצות, טרילים וקפיצות. אבער װאס א מינוט הױבט ער שױן אָן גײן אױף די נערװן. איך קען נישט הערן מײן אײגענע שטימע. איך קװענקל מיך צוצוגײן אים בעטן אױפהערן. טאטי זאגט אז מען האט שױן בעבר זיך אײגעבעטן מיט יענעם. ס'העלפט נישט. ער טענה'ט אז ס'איז זה נהנה וזה חסר דעה?

צודעם האט זיך א צװײטער למך געמאכט זײן בּײס הארט אונטער מיר, און אװעקגעשטעלט מיט א תיקוני זוהר, זאגן און ארײנמורמלען אין מײן אױער. איך װינדער מיך אױב יענער האלט דאס איז א סגולה מיך ערליך צומאכן. איך פרוביר מיט אלע כוחות זיך קאנצערטרירן אױף װאס טאטי זאגט.

בכלל איז דא א פָאני פלאץ. אינדרױסן פּײגערט מיר עמיצער, א זיצער, איך זאל אים זאגן זײן נאמען װײל ער האט געהערט איך מיט טאטי'ן זיך ארום טענה'ן. דא דרײט זיך אױך א צװײטער, א משוגענער זעהט ער אױס, מיט א גאר מאדנעם פארלאַטעטן כאלעטל, ווי נמרוד'ס מאנטל זעהט עס אויס אדער װי א שװארץ-װײסער פֿארפֿלעקטע קיה, און ער שלאפט אױפ'ן באנק, כראָפענדיק הױעך. װען ער װעקט זיך אױף, פרעג איך אים אױב איך קען מאכן א פיקטשער פון אים, ער זאגט בעסער נישט.

דא שנאָרען מענטשן און זײ שטעלן אפילו נישט אָן אז זײ נעמען צוזאם די געלט פאר א צװײטן. עס דערנענטערט זיך עמיצער צו אונז און קנאקט מיט אביסל טשײנדזש אין די האנט, עז יוזשעל. איך זאג איך האב נישט, און ער זעצט זיך תיכף אװעק מיט זײן שותף א שנאָרער, אױף א דערנעבְּנדיקער טישל, מיט װעמען ער טײלט זיך זײנע אקארשט געקױפטע פרישע ראָגעלעך און סאָפֿט דזשוס. אהַ, הײסטעס דער איז אפילו נישט אצינד בײ דער ארבעט; ס'איז נאר אז ער האט געזעהט א פרישע פנים און ער האט דאך נארװאס אױסגעגיבן אפאר מטבעות פאר אביסל ראגעלעך ממילא מוז ער דאך אױף עפעס אַ אופן צוריקמאכן דאס געלט. פארגאנגען זענען די צײטן װען מען האט נאר געמעגט שנארען בשעת שטיל שמונה עשרה..

איך מערק אָן פאר טאטי אז מען קען דא דורכלעבן דאס לעבן אָן דארפן טוהן א שטאָך ארבעט. עסן איז דא דא אגאנצן טאג פון די שרײם ”תיקון” װאס מענטשן ברענגען פון זײערע הײזער, שלאפן קען מען אױפ'ן באנק דא, און פאר טאַשן געלט שנאָרעט מען אביסל. טאטי זאגט, ס'איז נישט אמת. ער זאגט אז מען װארפט זײ, די שנארערס, ארױס בײנאכט. הממ., און וואו גייען זיי?

מען טענה'ט זיך שױן נאכאמאל אױף א שטיקל אוה"ח. דער אוה"ח זאגט דער װאו פון וְ'עַבָדך שש שנים איז איבעריג. איך ברענג ראיות פון 'בוקר ו'יודע ה'' און נאך, אז ס'איז נישט. טאטי זאגט װידער יעדע אות איז אױסגערעכנט. אױב אזױ פרעג איך, פארװאס האסטו נעכטן אװעקגעמאכט דאס אז 'לחת' שטײט אמאל מלא און אמאל חסר, און מײן הסבר װעגן דאס אז כתב עברי האט נישט פארמאגט קײן אותיות װעלכע דינען אלס תנועות? אדער פארװאס ס'שטײט אין די װאכעדיגע פרשה 'את האשה ההוא' מיט א װאו אנשטאס א יוד? װי-אזױ זענען בכלל אותיות איבעריג אױב איז יעדעס אות אױסגערעכנט? פארװאס האבן חז"ל נישט אפגעװארפן זײערע דרשות פון יתירות װײל יעדע אות איז אױסגערעכנט? און ביז דער אוה"ח האט מען פונקט דעם 'װאו' נישט געדרשנ'ט?

ס'נעמט נישט קײן צװײ מינוט און מ'איז שױן װידער אין פולן מלחמה-מאָוּד. מענטשן שיקן בליקן פון אלע זײטן; דאס איז נישט קײן צוריקהאלט.

טאטי פרעגט אױב איך גלײב אין 'כי לא תשכח מפי זרעו',

איך זאג אומצװײדײטיג אז נײן!, ס'איז יא פארגעסן געװארן. ס'שטײט דאך 'שלא שמשו כל צרכן'.

"אױב אזױ ביסטו אַן אפיקורס, זאגט טאטי." "און נישט נאר דאס," איז ער ממשיך, "דו גלױבסט נישט אין חז"ל, מען טאר זיך מיט דיר נישט טענה'ן!"

איך טרײ אים מסביר זײן אז צוזאגן אז סײ װעלכע בוך איז אמת נאר װײל 'דער בוך זאגט אױף זיך אז זי איז אמת', אדער זאגן דאס מען טאר זיך נישט טענה'ן מיט מיך װײל 'דער אײנע בוך איבער װאס איך צװײפל זאגט אז מען טאר זיך מיט אזא אײנעם װי מיך נישט טענה'ן', איז א צירקוּלאַר ארגומענט.

"װאס איז דאס ”צירקולאר ארגומענט”?".

ער איז נישט סובל אז איך רוף דעם תנ"ך 'א בוך' אדער אז מען קען אפילו צװײפלען אין איר ריכטיגקײט. ער איז זיך מתחנן בײ מיר אז איך זאל צוריקגײן צו די ”נאטורליכע” אמונה פשוטה מיט װאס איך בין געבױרן, און אז איך זאל נאר טוהן חקירה נאכדעם.

”אמת יעדער װערט געבױרן מיט אמונה פשוטה, אבער דאס קלױבט מען זיך נישט. גלײבן זאכן אָהן פארשטײן איז לײכט און איז די דיפאָוּלט. סאפיסטיקירט איז װען מען װיל ”פארשטײן” זאכן און רוב מאל ”פארשטײן”, איז עפעס װאס קומט אָן שװער. און װײטער, מען קען אגאנץ לעבן פארברענגען מיט 'אמונה פשוטה' און קײנמאל נישט אָנקומען צו חקירה. ס'איז דא פּלענטי אָף 'פשוטע' ספרים אין װאס עוסק צוזײן. 'ואם לא עכשיו אמתי'.” ”מ'קען שווימען אין נגלה אגאנץ לעבן און נישט אויפהערן.”

אבער ער װיל א פשוטע 'יא' אדער 'נײן' ענטפער: צוגלײב איך אז די תורה איז 100% אזױ װי ס'איז יעצט, געגיבן געװארן צו משה בײם בארג סיני אדער נישט?

ענדליך נעם איך די שטארקײט אים צוזאגן מיט קלארע װערטער: דער תנ"ך איז בײ מיר אװדאי א גאר חשובע ספר אבער איך גלײב, אפילו נאר אױף 5%, אז טעותים אדער שינוײם זענען דוקא יא ארײנגעפאלן דא דארט. ער איז אצינד אױסער זיך. איך פיהל שלעכט אז איך בין אים אזױ מצער. אבער מצד שני, אױב פארלאנגט ער פארשידענע מעשים פון מיר, װי למשל תפילה אדער אמונה אין די 'אותות ומופתים' אין די תורה, און ער װינדערט זיך פארװאס איך פיר זיך אנדערש װי ער פארלאנגט פון מיר – אדער אױב װילן מיר בכלל קענען האבן א קאנװערזײשן װעגן די נושאים - מוזן מיר אַגריען אױף געװיסע יסודות. און זײ זענען:

  1. ”אז שרײען אפיקורס!, מין! אדער שײגאץ!, בארירט מיך נישט קײן כי הוא זה. דיע פארדאמונגען זענען נישט עפעס װאס קענען מיך משכנע זײן אױף איטהער צד. פארקערט – געפירט װערן דורך הרגשים איז נאר עפעס װאס איבערצײגט מיך אין די אוממעגליכקײט פון דער צד-שכנגד זיך צו באהערשן די געפיהלן און ס'איז דערפאר מן הנמנע אז דאס זאל קלאַוּדְן זײן דזשאָדזשמענט.”
  2. ”אז זיך טענה'ן באזירט פון\אױף װאס ”שטײט אין א ספר” – אױב קען עס נישט װידערשטײן די מציאות'דיגע װעלט װעלכע מיר\איך\דו עקספיריענס\ן בזמן הזה – האט עס פאר מיר נישט קײן שום תוקף. עס איז מיר נישט משנה, משכנע אדער נוגע אױף למעשה גארנישט. עס קען אפילו זײן אז דאס האט געשריבן א גדול בתורה ובחכמה, װאס איך בין אפילו מודה אין זײן גרױסקײט, אבער אהן א מומחש'דיגע צו ממשיות'דיגע ראיות בין איך נישט מחיוב אָנצונעמען זײנע װערטער אלס נבואה. גרױסקײט איז נישט הײליגקײט. צו מיר רעדט מציאותער און הארטע לאגיק. (הײליגקײט לאז איך פאר אידן װעלכע זענען אפגעהיטן אין מידת היסוד.)” אגב דערמאן איך אים װאס דער אבן עזרא זאגט אױף 'אות או מופת' די װאך פרשת ראה.
איך מײן אז ביז הײנט האב איך נאך קײנמאל נישט אזױ גוט באװיזן פאר אים קלארצושטעלן מײנע געפיהלן, שטעלונגען און התנהגותער, אָנבאלאנגט די נושאים, װי בײ מײן איצטיגע באזוך דאסמאל צו אר"י.

אונזער טענהרײ איז איבערגעהאקט געװארן פון א טעלעפאן קאָל. זײן ב"מ חברותא פרעגט צו ער קען אריבער קומען. טאטי ענטפערט אים טראָציג. אנדערש ווי מיין דרך, טרוי איך מיר, און איך נוץ דאס אים צוװײזן אז זײן דזשאָדזשמענט איז אצינד פארװאָלקנט. זײנע הרגשים גאָט די בעטטער אָף הים. װאס איז דײן חברותא שולדיג אז מיר האלטן יעצט אינמיטן א טענה'רײ? ער איז מודה. אבער צוטראכט ער צוזיך, ”וואספארא מחוצף איז ער מיר מיט חקירה אויסגעוואקסן?”

דער חברותא קומט אריבער, א רעגולער עמך איד. ער פארשטײט נישט צו התחכמותער. די חברותא-לײן האט די צוויי צוזאמענגעפארט. די גיעֶרס טױשן זיך. דער לימוד װערט לײכטער. אבער איך קען זיך נישט קאָנצערטרירן. מחשבות לױפן מיר אין מח װיאזױ טאטי'ן נעקסט צוריקצוענטפערן. פארװאס טאקע מוז איך אלעמאל צוריקענטפערן? איז נישט מײן ברודער גערעכט געװען װען ער האט סוגדזשעסטעד אז איך מוז עס, דאס טענה'ן זיך, א טראָפּעלע ענדזשױען? און פאר טאטי'ן דאס אלעס אראפצושלינגען, גאָש דאס פארלאנגט דאך טאקע סַבלנות. אױב װעט מען מיך נישט שלאגן פאר די כפירה װאס װעל איך אבער ענטפערן פאר די עגמ"נ װאס איך מאך אים?

דער חברותא באשולדיגט מיך אין טאטי'ס שלעכטע גיסטע. װען מען ענדיגט, גיבט ער מיך א לענגערע דרשה אין אױער. ער איז מיך אױך מחזק אבער ער זאגט אױך מוסר. איך הער אױס שטיל. איך קאַממענט נישט. סוכ"ס איז ער נישט מײן רעספּאנסעבּילעטי. טאטי זיצט מער נישט דארט אבער ער קוקט זיך פונדערזײט צו מיט א באדײטפולן אױג. טאטי האט שױן געזען װי איך האלט מיך אײן. װען איך רעד צו מאמי. איך שאָקל מיט'ן קאפ װי צוזאגן דעם אינגערמאן אז ער איז גערעכט. סײװי הער איך נאר האלב װאס ער זאגט; אין מײן קאפ פלאן איך מײן נעקסטע קאָמבּעק.

טאטי גײט זוכן א מנין בײ די שטיבלעך. עמיצער מיט די לעצטע נאמען װעבּער, מיט א שטארקע װיליאַמסבוּרגער אקצענט, איז א ביזי בּאָדי, צוזאמשטעלן מנײנים. איך פרעג אים אױב ער באקומט באצאלט דערפאר. ”פארװאס פרעגסטו, דו שרײבסט א בוך?,” ”פרעג מיר עניטינג און איך קען דיר ענטפערן; איך װײס א געװאלד.” ”איך האלט און אײן פארן הין און צריק, צװישן דא און אמעריקע.” איך װינדער מיך װאס ער טוהט פאר פרנסה.

טאטי גײט צו צום עמוד פאר מנחה. דער עולם דארף װארטן ספעציעל לאנג ער זאל אױסטרעטן. דער אנדערער טאג איז טאטי געװען אײנער פון צען אױף א קאָמפּעטישְן װער ס'קען די שפעטסטע אױסטרעטן. די גאנצע שטיבל איז שױן געװען אױסגעלײדיגט און נאר די צען האבן זיך נאך געשאָקלט אין טיפע דביקות – אײנער פון זײ, זיך אײנקנײטשענדיג און בױגענדיג זײן אױבערשטע טײל קערפער, אראפ ביז די ערד.

טאטי זאגט שױן הױך-שמו"ע. בײ ולמלשינים גיבט ער א טיפע און מײנונגספולע קרעכץ. ער זאגט 'ומלכות זרה'. מסתמא נאך פון די צײטן װען ער פלעגט דאװענען אין דער יעב"ץ סידור. איך פאר מיך קאָננעקט מער מיט ברכת אתה חונן. אבער דער אמת איז, אפילו לגבי ברכת המינים שטײט דאך אין ברכות כט. 'ולשנה אחרת שכחה' און מען האט שמואל הקטן'ען נאכאלס נישט חושד געװען פאר א מין. װעסטו װעלן זאגן אז דאס איז װײל 'דאתחיל ביה', נו איך האב אױך נאר געזאגט 5%.. אבער באמת, אייאיי זאגט ס'איז נאר איין פראצענט! וואה, און דאס אלעס, די 95%, אָהן אייאיי! אויב דאס איז נישט גאט'ס וואָרט, וואס איז?

ענדע
 
לעצט רעדאגירט:
דער וועבער איז א שרייבער פון די צייטונג?

א פאפענער דארף ער צו זיין
 
וואו, איך בין איצט פארכאפט געווען אין א שפאנענדע נסיעה פון אנהייב ביזן סוף,
נישט קענענדיג זיך אפרייסן דאס פאוקעס, אזיי ציענד און שפאנענד איז דאס פאר מיר געווען, די האסט מיר איבער געלאזט סטאק דא אין ירושלימדיגער געסעלעך, אפילו א באס 687 צו בית שמש איז שוין ניט פארהאנדין אין אזא שפעטע שטונדע,

איך האב מיר פילצאליגע מאל שווערליך צולאכט אויפן קול, פון דיינע זיסע לשונות,
אזוי גוט, הערליך אמייזינג אראפ געשריבן! מיט א יעדן קליינטשיק דעטאל, אפילו קיין איינס פון זיי נישט אויסגעלאזט,
איך בין ממש שפראכלאז, דאס צונג איז מיר נאך צו די גומען פארקלעפט,
ווארום דאס שפאנונג איז געווען אזש ביז די העכסטע שטאפלען, איך האף די גייסט מיר קיין געלט ניט טשארדזשן פאר דיין טאור אין ארץ ישראל....

שכח @קץ דוחק !!!
נאדיר א (y)פאר די הערליכע מייסטערהאפטיגע ארבעט, וועל דאן! א ❤️ פאר דיינע קלעש פון וועלט אנשויאונגען, א :love:פאר דיין זיסע קאמישע שפראך,
 
Back
Top