לײנענדיג חלק ב' פון @פארמעגליך, זעה איך נאכאמאל א מיטינג פון קהל, איז מיר אזױ אײנגעפאלן בײם לײענען די טראנסקריפט 3 אינטרעסאנטע נקודות:
1. אנדערש װי בײ געװענליכע פארמאלע מיטינגען פון קאמפאניס וכדומה, בײ אלגעמײנע מענטשן, רעדן די קהלה לײט אדער טובים אלע
אזױ אין קאָוד שפראך כמעט. אלעס אזױ װעיג. אלע מיט די עקסעפשְן פון ר' בערל פריעדמאן (מען דארף קאנקרעטע פארשלאגן

).
אלעס איז עראַוּנד די בּוש װי מען זאגט אין ענגליש - אין רמזים, געקינצלטע װערטער און בעקיפין. מען זאגט תורה'לעך, מען דעפערד יעדער צו א צװײטן, מען רעדט ארום און ארום.
"ס'דרײען זיך ארום שמועות", "ס'זענען געשעהן גערודעכצער", "אז קהל װעט טוהן װעט די גאס טוהן", "איך זאג נאר װאס איך הער פון מענטשן", "אז ס'געשעהט נאכאמאל זאל מען אױספארשן און שטעלן א קאמיטע, מען זאל אױף יענעם אָנװענדן דעם חומר הדין", "מען דארף ארײנברענגען די אינגעלײט".
װאס איז פשט דערפון? פארװאס קען מען נישט רעדן קלאר װי נארמאלע מענטשן? נוצן נעמען, געהעריג! פון װאס קומט דאס? פון לערנען גמרא צו סאך? איך שטעל מיך פאר נישט פון לערנען אבן עזרא.. אפי' אברהם װידער איז נישט קאָנסײס. און דוד עקשטײן, ער רעדט דאך סתם װי א באבע. טאקע נישט אזױפיהל װי בערל פר"מ אבער בערל האט כאטש געהאט יומער.
2. עט די ענד אָף די דעי, קען מען קלאר זעהן פון די מיטונגען אז אלעס דרײט זיך ארום געלט. דא הרג'עט מען זיך ארום צװישן דעם רבינ'ס צװײ קינדער װער ס'װעט אים איבערנעמען. מען זיצט דארט א 20 צו 30 הונדערט קהילה לײט - ס'איז נישט קלאר, און בערל פר"מ איז באלעבוס, אבער אפי' ער אלײנס אױכעט איז נאר אינטרעסירט דא בעיקר אין געלט. די הױפט סיבה פארװאס אים באדערט די מחלוקת צװישן ר' אהרן און משה גבאי איז װײל
'מענטשן גיבן מיר נישט קײן געלט פאר די נײע שוהל' און ער האט "אױסגעליגן" אפאר מיליאן. ס'טײטש ער װיל דאס געלט צוריק... נישט װײל סאטמאר װעט זיך צוברעכן, נישט װײל ר' אהרן איז אַן עזות פנים צום קאשױער, צו װײל מען פארשעמט דעם בירך אדער װײל די שונאים װעלן צוריקקומען. בערל פרעגט אײן זאך: װי איז מײן געלט? פארװאס האב איך עס אױסגעלײגט װי א נאר, עס װאלט דאך יעצט געקענט ליגן אין באנק אדער אין אינװעסטמענטס און ס'װאלט כאטש קינדער געמאכט.
3. ס'קען זײן אז דא לײענען אדער שרײבן נאך אידן װעלכע זענען געזיצן דעמאלס בײ דעם מיטינג, הגם איך גלײב שװער. אױב יא, זענען זײ דעמאלס געװען מינימום 45, דארפן זײ הײנט זײן איבער די 70, שטײט דאך בן שבעים לשיבה, פערהעפּס א מין װיסדאָם, איז גוט אז זײ לײענען עס, אױב זײ קענען עס קאנפירמען װעט זײן נאך בעסער:
פון מײן אפשאצונג קוקט אױס װי אלע דארטן אין קהל האבן געװאלט ר' אהרן'ען פאר ממלא מקום און משה גבאי איז געגאנגען קעגן זײ אלע. אױב אזױ מוזן זײ דאך נאך עד היום טראגן א שװער הארץ אױף אים, נו איז װי גיבט דאס אז אזעלכע אינפלוּענשְל און פאָרמידעבְּל מענטשן װי זײ, אנשי חיל אנשי בצע, זאלן נאך ביז הײנט נישט האבן נקמה גענומען אין משה דער גבאי פאר'ן זײ אלע אזױ אױסשפיהלן און צונאַר לײגן?
נ.ב. איך מוז זאגן איך בין סורפרײזד אז די קהלס מיטונגען האט מען אפגעטײפט און די קאסעטעס מפרסם געװען. כ'האב נישט געװיסט אז ס'איז שױן דאן כאטש אזױפיהל טרענספּערענסי געװעזן.