דער שרײבער מיט'ן פּען נאמען 'פארמעגליך' און זײן שילדערונג פון דער אהרן-ז"ל ט"ב פאליטיק

די ארוינים זענען נישט קיין חסידים וואס זענען בטל צו א רבי, נאר וואס זענען שטארקע פאטריאטן פאר א רבי (די זאליס זענען בכלל נישט קיין חסידים)
דאס אז זיי האבן געקענט באשטיין צו גיין צו די רבי'ס זוהן אנשטאט די רבי אליינס, אפגעזען זיין צושטאנד, אין יעדע חסידות זענען די לעצטע יארן געווען די צייט וואס מ'איז די מערסטע געלאפן צום רבי'ן, צו די טישן און מעמדים, אבער דא די ארוינים - טראץ וואס היינט זענען זיי גרויסע חסידים פון די ברך משה, זענען זיי סוף ימיו ענדערש געגאנגען צו די מעמעדם פון זיין זוהן.
מ'האט זיי ארויסגעווארפן פון זייער רבי סתם פאר די אינפאו
 
יעדער וואס געדענקט יענע צייט וועט צושטימען דערצו (אפשר נישט אפן).

אמת, אז ביז תשנ"ט איז ר' זלמן לייב בכלל נישט געווען קיין נאמבער, אבער איינמאל די שטורעם האט אויסגעבראכן, האט משה גבאי געהאט די רבי, אלע דיינים, אלע עשירים, די סאטמארע צייטונג, אלע עסקנים (ארי' לייב גלאנץ פאר ער האט געטוישט זייט, משה דוד נידערמאן וכו'), און א ריזן ציבור (מ'האט נישט געוויסט ווי גרויס) אין וויליאמסבורג (דאן סאטמאר'ס קעפיטעל) און דאס איז חוץ די אבנארמאלע פאער וואס משה גבאי האט דאן פארמאגט, עפעס וואס קיין שום אנדערע גבאי בעפאר און דערנאך האט נישט געהאט. נישט געווען קיינער וואס האט געהאלטן אז ר' אהרן וועט עס קענען איבערלעבן.

ביי די קומענדיגע וואלן אין קרית יואל ווען מהר"א'ס מענטשן האבן געווינען איז עס געווען א שאק, מ'האט געזען אז ר' אהרן האט נאך יא עפעס. הערשט שפעטער ווען די ארוינים האבן אנגעהויבן מיט די יסוד איתן'ס האט מען געזען אז סאטמאר צוטיילט זיך אין צוויי. און אפילו דעמאלטס האט משה גבאי געזאגט אז ס'וועט טאקע נישט גיין אזוי שנעל אבער צוביסלעך וועט די גאנצע עולם אריבערקומען צו ר' זלמן לייב.

פאר יעדן וואס האט מיטגעהאלטן יענע תקופה איז קלאר אז משה גבאי האט נישט געוואלט צוטיילן סאטמאר (פאר די אלע וואס באשולדיגן אין אים אלס די גורם פאר די אלע שפיכת דמים און חילול השם'ס, ער איז געווען א שוגג...) ער האט געהאלטן אז ער האט גרויס געמאכט ר' אהרן און יעצט וועט ער אים פשוט טוישן צו ר' זלמן לייב, אפילו היינט פרובירט ער עס צו לייקענען. אין פאקט האט ער באזיייטיגט פיל גרעסערע מענטשן ווי ר' אהרן, למשל די רביצין אלטא פיגא, ער האט אין איין פאל געסטראשעט ר' אהרן'ס טאכטער אשכנזי אַז אויב זי צוויייפלט אין זיינע מעגליכקייטן זאל זי זיך דערמאנען פון די רביצין (פאר ווער ס'געדענקט איר שטאנד אירע לעצטע צוואנציג יאר נעבעך, מ'האט אפילו נישט געוויסט אז זי עקזיסטירט).

סאו יא, מיט די אלע ריסורסעס וואס רז"ל האט פארמאגט איז נישט קיין גרויסע חידוש אז ער איז היינט א גרויסע רבי, די חידוש איז אז ר' אהרן האט אלעס דורכגעשוויצט און ער איז היינט פונקט אזוי גרויס ווי זיין ברודער.
ווי ווייט איך געדענק טרייבסטו גאר שטארק איבער משה גבאי'ס פאוער און די דעמאלסדיגע ווינט אויפן גאס,

משה גבאי האט טאקע ערלעדיגט פאר ר' זלמן לייב די סיסטעם פון וויליאמסבורג מיט רוב עשירים, פון די אנדערע זייט האט אהרן געהאט גאנץ קרית יואל, אלעס, מוסדות, קהילה ווילידש מיט אלע עשירים, אפשר איין מענדל שווימער נישט, און אזוי אויך בארא פארק. ער האט געפירט א גרויסע שבת אין בארא פארק תש"ס.

דאס זאגן אז די ארוינישע געווינס אין קרית יואל איז געווען א שאק, איז ליצנות געמאכט פון זיך אליינס פאר ווער סג'עדענקט, דאס אז די זאליס מיט בני יואל האבן אנגעצויגן איבער 40% איז געווען די שאק,

יסוד איתן איז שוין געווען תש"ס, און ר' אהרן האט שוין געפירט א פעסטע מלוכה דעמאלס, אין דער צייט וואס ר' זלמן לייב האט נאך נישט געקענט פירן אליינס אין ראדני ווען זיין טאטע איז נישט דא געווען, ווייל מ'פלעגט אים באשרייען זאלי פוי יעדע שבת,

משה גבאי איז טאקע געווען זייער פאוערפול דאן, אבער פארט איז ער נאר געווען א גבאי, ס'איז טאקע געווען א ריזיגע חידוש אז מ'קען אריין בייסן אין דעם ריזיגן בער אהרן, אבער קיינער האט נישט געהאט קיין הו"א אז ער איז אויס.

דעי סלאגאן אז משה גבאי זאל האבן געזאגט, אז ר' אהרן גייט מופן אויף לאס אנדשעלעס, צו לעווי, געדענק איך, איז געבוירן געווארן אין די מיטעלע ס' יארן ווען די ארונים האבן אנגעהויבן אנערקענען אז ראדני בלייבט פאר רז"ל, און סאטמאר ווערט צוטיילט אייניג, מיט צווי מלוכות פאר ביידע,
 
איז קיינמאל נישט געשריבן געווארן א אפענטפער אויף די פארמעגליך? אויב יא, קען איינער ברענגען?
 
יעדער וואס געדענקט יענע צייט וועט צושטימען דערצו (אפשר נישט אפן).

אמת, אז ביז תשנ"ט איז ר' זלמן לייב בכלל נישט געווען קיין נאמבער, אבער איינמאל די שטורעם האט אויסגעבראכן, האט משה גבאי געהאט די רבי, אלע דיינים, אלע עשירים, די סאטמארע צייטונג, אלע עסקנים (ארי' לייב גלאנץ פאר ער האט געטוישט זייט, משה דוד נידערמאן וכו'), און א ריזן ציבור (מ'האט נישט געוויסט ווי גרויס) אין וויליאמסבורג (דאן סאטמאר'ס קעפיטעל) און דאס איז חוץ די אבנארמאלע פאער וואס משה גבאי האט דאן פארמאגט, עפעס וואס קיין שום אנדערע גבאי בעפאר און דערנאך האט נישט געהאט. נישט געווען קיינער וואס האט געהאלטן אז ר' אהרן וועט עס קענען איבערלעבן.

ביי די קומענדיגע וואלן אין קרית יואל ווען מהר"א'ס מענטשן האבן געווינען איז עס געווען א שאק, מ'האט געזען אז ר' אהרן האט נאך יא עפעס. הערשט שפעטער ווען די ארוינים האבן אנגעהויבן מיט די יסוד איתן'ס האט מען געזען אז סאטמאר צוטיילט זיך אין צוויי. און אפילו דעמאלטס האט משה גבאי געזאגט אז ס'וועט טאקע נישט גיין אזוי שנעל אבער צוביסלעך וועט די גאנצע עולם אריבערקומען צו ר' זלמן לייב.

פאר יעדן וואס האט מיטגעהאלטן יענע תקופה איז קלאר אז משה גבאי האט נישט געוואלט צוטיילן סאטמאר (פאר די אלע וואס באשולדיגן אין אים אלס די גורם פאר די אלע שפיכת דמים און חילול השם'ס, ער איז געווען א שוגג...) ער האט געהאלטן אז ער האט גרויס געמאכט ר' אהרן און יעצט וועט ער אים פשוט טוישן צו ר' זלמן לייב, אפילו היינט פרובירט ער עס צו לייקענען. אין פאקט האט ער באזיייטיגט פיל גרעסערע מענטשן ווי ר' אהרן, למשל די רביצין אלטא פיגא, ער האט אין איין פאל געסטראשעט ר' אהרן'ס טאכטער אשכנזי אַז אויב זי צוויייפלט אין זיינע מעגליכקייטן זאל זי זיך דערמאנען פון די רביצין (פאר ווער ס'געדענקט איר שטאנד אירע לעצטע צוואנציג יאר נעבעך, מ'האט אפילו נישט געוויסט אז זי עקזיסטירט).

סאו יא, מיט די אלע ריסורסעס וואס רז"ל האט פארמאגט איז נישט קיין גרויסע חידוש אז ער איז היינט א גרויסע רבי, די חידוש איז אז ר' אהרן האט אלעס דורכגעשוויצט און ער איז היינט פונקט אזוי גרויס ווי זיין ברודער.
מישסט אביסל די סדר .
משה גבאי'ס מרידה האט אויסגעבראכן פסח תשנ"ט, און סוכות תש"ס האט שוין ר' אהרן געהאט זיין אייגענע צייטונג, די בלאט.
מ'האט אייביג געוואוסט אז ר' אהרן האט רוב פון דעם ברך משה'ס חסידים, נאר מער און מער מענטשן האבן זיך צוגעקלעבט צו ר' זלמן מיט די צייט.
 
ווי ווייט איך געדענק טרייבסטו גאר שטארק איבער משה גבאי'ס פאוער און די דעמאלסדיגע ווינט אויפן גאס,
ווי ווייט דו געדענקסט?
אויב קענסטו דעס שרייבן ביסטו נישט געווען קיין בר מצוה בחור אדער נאך יונגער.
סיי מיט די חלק פון יסוד איתן א באווייז אויף פעסטע רבי'סטיווע, דאס איז געווען בס"ה א אפענטפער אויף זלמן'ס הכתרה
סיי מיט די חלק פון די וואלן אין קרית יואל. הער איבער יעקב מאיר פערענצ'נס דרשות בקיצור.
 
עס איז תלוי מיט וועלכע גלעזער די קוקסט עס אן....
 
אגב פאר ווער עס זוכט, דא האט איר די איבעריגע קובצים, כמובן אָנעדיטעד, וואס איך האב פון @פארמעגליך
 
בייגעלייגטע פיילס

@
סיי מיט די חלק פון די וואלן אין קרית יואל הער איבער יעקב מאיר פערענצענס דרשות בקיצור
ווען דא וועט וואקסן האר.....
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די ארוינים זענען נישט קיין חסידים וואס זענען בטל צו א רבי, נאר וואס זענען שטארקע פאטריאטן פאר א רבי (די זאליס זענען בכלל נישט קיין חסידים)
דאס אז זיי האבן געקענט באשטיין צו גיין צו די רבי'ס זוהן אנשטאט די רבי אליינס, אפגעזען זיין צושטאנד, אין יעדע חסידות זענען די לעצטע יארן געווען די צייט וואס מ'איז די מערסטע געלאפן צום רבי'ן, צו די טישן און מעמדים, אבער דא די ארוינים - טראץ וואס היינט זענען זיי גרויסע חסידים פון די ברך משה, זענען זיי סוף ימיו ענדערש געגאנגען צו די מעמעדם פון זיין זוהן.
זייער א שמאלע אפהאנדלונג פונעם דעמאלטיגן מצב, די ארונים זענען ווייטער געווען דאס איבערוויגנדע רוב ביים ברך משה, סיי ביי טישן און סיי ביי קוויטלעך, צו קלעימען אז די ארונים זענען אנטלאפן פונעם ברך משה צו זיין זון איז א איבערשרייבונג פון היסטאריע.

תשס"ה, דאס ערשטע יאר וואס משה גבאי האט נישט אריינגעברענגט דעם ברך משה צו די הקפות און רז"ל האט דאס ערשטע מאל געפירט און מען האט אים בשגצט פאר 3 שעה אין א צי איז ראדני געווען רובא דרובא ארונים וואס זענען געקומען צום ברך משה צו די הקפות.

יעדער וואס איז נאר אריינגעגאנגען מיט א קוויטל צום ברך משה איבער די 7 יאר פון נ"ט האט געזען אז כמעט אלע מענטשן וואס האבן געווארט דארט זענען געווען ארונים.

מען קען זיך טענהן איבער ווער עס איז געווען גערעכט (לפע"ד ביידע, עס ברויך זיין ביידע אפשענס, די וועג ווי אזוי מען האט עס אבער געהאנדלט איז אומאקצעפטירבאר) אבער פאקטן פאר ווער עס האט דאס מיטגעלעבט דעמאלטס קען מען נישט טוישן
 
קוויטלעך ווייס איך נישט אבער די טישן תפילות וכו' איז געווען א ריזן חילוק און די כמות פון מענטשן פון פאר די מחלוקת און נאכדעם.
קענסט זאגן אז די פון די פאר וואס זענען געווען זענען די רוב געווען ארונים? קען זיין.
 
ווייל רוב נארמאלע מענטשן, נאך דערצו מיט קינדער, האבן נישט געהאט קיין כח צו די איבערקערענישן ביי די טישן און תפילות. (געקומען זענען טאקע עפ"י רוב בלויז די שלעגערס) יעדע פאר מינוט האט מען געקענט הערן געשרייען 'הייב נישט קיין הענט' וכדו'. א ריזן עולם איז געשטאנען ווייט פון ראדני וואס איז דאן געווען אן אקטיווע וואלקעינא.
 
טישן, הקפות, חתונות, מסיבות 95 % חסידי ברך משה זענען היינט ביי ר' אהרן
זאליס באשטייען א צוזאמשטעל פון האלב אנגעווייטאגטע , האלב סימפאטיע ברך משה זויגערופענע פריינט , בני יואל , לייטנעריסטן , חברה וואס האבן זיך געטראפן דאווענען אין שטובלעך , ווי שאפראן וכדו' בקיצור די ראדני אידן פון ביז לט פון דעי וואס זענען געבליבן בקביעות דאווענען און זענען געווען ידידים, פייערדיגע חסידים פון ברך משה זענען געגאנגען צו ר' אהרן און די וואס זענען געגאנגען איבעראל חוץ פייערן פארן ברך זענען היינט זאליס
 
זייער א שמאלע אפהאנדלונג פונעם דעמאלטיגן מצב, די ארונים זענען ווייטער געווען דאס איבערוויגנדע רוב ביים ברך משה, סיי ביי טישן און סיי ביי קוויטלעך, צו קלעימען אז די ארונים זענען אנטלאפן פונעם ברך משה צו זיין זון איז א איבערשרייבונג פון היסטאריע.

תשס"ה, דאס ערשטע יאר וואס משה גבאי האט נישט אריינגעברענגט דעם ברך משה צו די הקפות און רז"ל האט דאס ערשטע מאל געפירט און מען האט אים בשגצט פאר 3 שעה אין א צי איז ראדני געווען רובא דרובא ארונים וואס זענען געקומען צום ברך משה צו די הקפות.

יעדער וואס איז נאר אריינגעגאנגען מיט א קוויטל צום ברך משה איבער די 7 יאר פון נ"ט האט געזען אז כמעט אלע מענטשן וואס האבן געווארט דארט זענען געווען ארונים.

מען קען זיך טענהן איבער ווער עס איז געווען גערעכט (לפע"ד ביידע, עס ברויך זיין ביידע אפשענס, די וועג ווי אזוי מען האט עס אבער געהאנדלט איז אומאקצעפטירבאר) אבער פאקטן פאר ווער עס האט דאס מיטגעלעבט דעמאלטס קען מען נישט טוישן
איך מיין אז די שרייבסט אביסל איבער די היסטאריע, פאר וועם האט ר‘ אהרן געפירט הקפות אינעם טענט בשעת זיין טאטע האט נאך געלעבט אויב אלע זיינע חסידים זענען געווען אין ראדני ביי זיין טאטן
און אגב די איבער געדרייאכטס אין ראדני האט גארנישט געהאט צו טון וועגן משה גבאי האט נישט אריין געברענגט דע ברך משה די רובא דרובא ארוינים זענען געקומען פארכאפן ראדני דעמאלטס האט מע זיך נאך איינגערעדט אז מע קען עס פארכאפן מיט די הענט
 
ר' אהרן האט קיינמאל נישט געפירט אליינס הקפות בשעת זיין טאטע האט געפירט אין ביהמ"ד. ער האט געפירט אין טענט ווען די ברך משה איז נישט אריינגעקומען און ר' זלמן לייב האט געפירט אנשטאט. איך גלייב אז דו האסט נישט ערווארטעט די ארוינים זאלן זיך ווייקן ביי ר' זלמן לייב'ס הקפות.

וועגן פארכאפן ראדני, איך האף אז דו פארשטייסט אז דעמאלטס האט ראדני בכלל נישט באלאנגט מער פאר די זאליס ווי פאר די ארוינים. ביידע האבן געדאווענט אין דעם ביהמ"ד ביז תשנ"ט און ביידע האבן געהאלטן אז עס באלאנגט פאר זיי און מ'האט זיך געשלאגן אין געריכט. דאס אז די זאליס זענען למעשה געבליבן מיט עס מאכט נישט די ארוינים ווייניגער אדער מער שלעגערס פאר דעם.
 
Back
Top