נייע שפיל: פארכאפט אינעם מאנסיער ים:

פנחס שרייבער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 25, 2025
מעסעדזשעס
3
רעאקציע ראטע
28
פונקטן
13
אי"ה דעם קומענדיגן חול המועד וועט פארקומען אינעם אטריום פלאזא א העכסט דראמאטישע שפיל וואס וועט זיין אנגעפילט מיט דראמא, קאמעדיע, וואס וועט אויסשפילן דאס ציענדע געשיכטע וואס קומט פאר אין אט די זעלבע תקופה ווי די שפיל, וואס דאס איז דאס פארכאפונג אינעם מאנסיער ים.

ערשטע סצענע: ווען די סצענע וועט זיך עפענען וועלן מיר זיך געפונען ביים טיפישן סצענע ווי שפילן פלעגן זיך אנהייבן, דאס איז ביים רב אין צימער, ווי מען וועט מיטהאלטן לעבעדיג די עבודת הקודש פון הרב ר׳ יחזקאל ווייס ראש העיר מאנסי, ואב״ד מצילי אש, ווי מען וועט לעבעדיג מיטהאלטן ווי מען איז דן די הלכות ווען א איד מעג מחלל שבת כדאי צו פארמיידן א צווייטן פון חילול שבת.
מען וועט אויפשפילן די טאג ביים רב אין צימער, דאס שרייבן חידושי תורה, און מען וועט הערן דעם קול חוצב להנות א"ש.

צווייטע סצענע: די צווייטע סצענע וועט זיין א קאמעדיע סצענע ווי מען וועט אויפשפילן די ארבעט פונעם מאכטלאזן סענעטער ביל וועבער וואס איז אריינגעוועלט געווארן מיט'ן בלויז איין ציל, צו נישט האבן א ציל.

מען וועט זעהן די פולע סטעיטמענטס, ווי אויך וועלן די אקטיארס אויפשפילן א ליל ששי, ווי וועבער וועט פארזוכן עטליכע סארט טשולענט טעלערס ווי ער וועט אויסוועלן ווער עס האט די בעסטע. ווי אויך וועט מען זעהן פולע וויזיטס ביי וואך נאכט'ס און ברית'ן, ווי די סענעטער וועט זיין סנדק, און מוהל.
אין די סצענע וועט מען אויך מיטהאלטן ווי פולע וואטסעפפ נויז-מאכער קאמפיינען און לויפן ארום אין שטאט ווי פארשוועמטע מייזלעך צו מסביר זיין און אויפקלערן דעם ציבור פארוואס מאנסי דארף נישט און זאל נישט פאלגן די אפציעלע עסקנים אין שטאט, וויי זיי מיינען זייער אייגענע טאש. (און נויז-מאכער מיינען דיין טאש)
די קאסטיומס פון די סצענע וועט זיין גענצליך רויט צו פראקלאמירן אז מיר זענען בלויז פאר רויט, פולקאמער רעפובליקאנער.

די סצענע וועט זיך ענדיגן מיט די גרויסארטיגע וואל טאג, וואס דאן ענדיגט זיך די ארבעט פון אונזער סענעטער און ער פאלט צוריק אריין אין זיין לעכ'ל.

דריטע סצענע: א טאג מיט ערייוו טעקסיס.

דאס וועט זיין די שרעקעדיגסטע סצענע, איר וועט זיך שפירן ווי אין א ראלאר קאוסטער וואס פליט רעכטס און לינקס, ארויף און אראפ. זייט געווארענט אז דורכאויס די סצענע וועט מען הערן געוואלדיגע סאונד עפעקטס פון שווערע קראכערייען. די קאלירן פון די סטעידש וועט אויך זיין זייער סקערי ווי מען וועט נוצן שווארץ און טונקל גרין, וואס וועט צוגיבן צו די דראמאטישקייט.

א המשך צום דריטן סצענע, וועט מען דא אויפשפילן די באפערס פון שטאט. און דאס וועט אויפשפילן די גרעסטע קהילה אין שטאט, קהל דבאף בראשות הרה"ג ר' דניאל באפער שליט"א. די קהילה האט א גאר אלטע היסטאריע, ווי זיי שטאמען ארגינעל פון באפעלא ווי דארט זענען זיי אנגעגאנגען מיט די עבודת הקודש אויף א רואיגע פארנעם…ביז זיי זענען געקומען צום שכל אז מאנסי איז די פלאץ ווי זיי באלאנגן, סיי אלס דא נעמט מען אריין אלע מיני מענטשן, אןן סיי אז דא וועלן זיי האבן די מערסטע מעמדים און פראווען די מערסטע ימים טובים צוליב די צאל עקסידענטן וואס געשעהן דא. די קהילה קומעט זיך צאם עטליכע מאל א טאג ביי סצענעס, און ווער עס האט די בעסטע בילדער קען ארויפלייגן זיין אייגענע וואטערמארק דערויף, און עס ליגט אן איסור השגת גבול ארויפלייגן א וואטערמארק אויף א בילד וואס האט שוין איינס

פערטע סצענע:
מאנסי'ס אייגענארטיגע מארק און איר איינקויפער:

דא וועט ווערן אויסגעשפילט די ווירבעלדיגע מארק פונעם שטאט מיט אירע געשעפטן, און איינוואוינער וועלן ארומגיין איינקויפן. דאס וועט זיין א צוטיילטע סטעידזש, ווען אויף די רעכטע זייט וועט זיין די "מאנ-זי" אפטיילונג ווי עס וועלן עקטן די מער פרומערע עקטערס, זיין אנגעטוהן מיט די פולע טראגע, און אויף די לינקע זייט וועט זיין די "פוי-מאנא" אפטיילונג ווי עס וועלן עקטן די אויסגעלאסענע שיכט פון כלל ישראל, און זיי קויפן איין מער ביי די אפטאון געשעפטן, ווי עס ווערן פארקויפט או-יו-די פראדוקטן. אינעם מארק וועט זיין פארשידענע קאמישע שטיקלעך ווי א ווערטער אויסטויש צווישן א אינגערמאן מיט די ספאנישע רעכענער, ביז א צווייטער קומט אן, און פלוצלונג קען נישט די שמועסער קיין ספאניש, אדער די קרישקעלע ווי די אינגערמאן פון מאנ-זי פאלט אריין אינעם פוי-מאנע געשעפט און ווערט סטאק אין די אייל פון די ספייסעס, און עס קוקט אויס ווי ער באטראכט א פראדוקט, דערווייל נעמט ער נישט אראפ זיין אויגן פון א שפאצירענדע פראדוקט.

פופטער סצענע: נתורא קרתא טאנצערייען:
צום שליס פונעם נאכט וועט פארקומען א הערליכע פיינעלי דורך די נתורא קרתא
טראצדעם וואס וויליאמסבורג איז באקאנט אלס די מערסטע קנאי'שע שטאט, וועגט אבער מאנסי איבער מיט איר "נטורא קרתא" קהילה וואס פירט אן מיט כסדר'דיגע פראטסעטן אין שטאט, און שפירצט סקרינס, און פארברענט פענער. זיי וועלן אנפירן די "פיינעלי" פונעם שפיל ווי זיי וועלן מאכן שיינע טענץ, און הויכע געפילדער מיט זייער אראבישע פענער, ווי אויך וועט זיין קעגנזייטיגע טענץ פון פארשידענע אנדערע גרופעס פון שטאט ווי בחורים, חברים מעמבערס, און חביבים מעמבערס צוגלייך, ספעציעלע געלע וועסטלעך ווערן געמאכט אין די טעג דורך די טאלאנטפולע קאסטיום פירמעס.

נאכ'ן שפיל אויף די וועג ארויס וועלן שטיין ביי אלע ווינקלען געטרייע חברים וואלענטירן און טיילן פלעשער וואסער פאר די פייערלעשער, סארי, פאר די צוקוקער פונעם שפיל וואס זענען פארשוויצט מיט רינידיגע שוויץ וואס זיי האבן נארוואס פראדוצירט.
 
די אינגערמאן פון מאנ-זי פאלט אריין אינעם פוי-מאנע געשעפט און ווערט סטאק אין די אייל פון די ספייסעס, און עס קוקט אויס ווי ער באטראכט א פראדוקט, דערווייל נעמט ער נישט אראפ זיין אויגן פון א שפאצירענדע פראדוקט

א אינגערמאן האט מיר אמאל געזאגט אז ער גייט אין גראסערי צי זיך מתבונן זיין אין די נפלאות הבורא😂
 
שלום עליכם ר' @פנחס שרייבער האסט אן זילבערנע פעדערע און א גאלדענע הומור
וועלקאם טו די קלאב
 
שלום עליכם ר׳ @פנחס שרייבער, לאז אונז וויסן וואו מען קען קויפן טיקעטס

מען דארף זען ערגעץ אריינרוקן אין די סצענעס ר׳ ישראל דוד׳ן, לואי שיינער, און ר׳ מרדכי שטיינער, וועם נאך?
 
אלס א מאנסיער איינוואוינער... קענסט מיר מסביר זיין דעם חלק פון באפער? איך פארשטיי נישט דעם רעפערענץ.
 
שלום עליכם ר׳ @פנחס שרייבער, לאז אונז וויסן וואו מען קען קויפן טיקעטס

מען דארף זען ערגעץ אריינרוקן אין די סצענעס ר׳ ישראל דוד׳ן, לואי שיינער, און ר׳ מרדכי שטיינער, וועם נאך?
די מחאות פון נ"ק בּיים אויטא מעקעניק שאפ אויף רט 306
און אויך קעגן איבער פּינג/ווערייזן ביי די עווערגרין מאלל
 
אלס א מאנסיער איינוואוינער... קענסט מיר מסביר זיין דעם חלק פון באפער? איך פארשטיי נישט דעם רעפערענץ.
הצלה, מצילי אש, חבירים, חביבים, וכל שם וטשערי לייט דאית ליה.
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם ר׳ @פנחס שרייבער, לאז אונז וויסן וואו מען קען קויפן טיקעטס

מען דארף זען ערגעץ אריינרוקן אין די סצענעס ר׳ ישראל דוד׳ן, לואי שיינער, און ר׳ מרדכי שטיינער, וועם נאך?
א סצענע ווי ר'מעכל לעבאוויטש מ'ניקלשבורג פראוועט א יארצייט טיש פון ר' משה ניו יארקער ז"ל און דערנאך ווי ער איז פוקד מנוחת קדשו און זינגט פאר נשמת און נאך ניגוני קודש.....
 
Back
Top