לעיקפראנט האט מען אנגעהויבן מארקעטן די ערשטע מאל פיר יאר צוריק. דאס איז געווען שוין נאך א גוטע יאר + פון פאקטיש אינוועסטן מיליאנען (לויט זיי, 25 מיליאן) אין די ארבעט.
מען האט אין די 4 יאר געספענדט א מאיאנטעק פאר מארקעטינג, אינוועסטירער זענען געקומען און געגאנגען, מען האט גענומען (ריפאנדעבל) דעפאזיטס, מען האט געארבעט צו צוזאמברענגען די קונים, און טיים ענד עגעין האט מען זיך אראפגעזעצט פיינעלי מיט די קונים צו זעהן ווער עס מיינט עס יעצט יא ערנסט.
למעשה, די סעילס אפיס איז שוין אפן אפאר יאר, און מ'האט עס לעצטנס פארמאכט פאר די פאבליק זיך וועלנדיג ריארגאניזירן. דאס אראפלייגן אז מ'האט געעפנט לעצטע וואך און שוין איז דא אכצן קאנטראקטס, איז ס"ה חלק פון די סטראטעגיע וואס דער מארקעטער האט אויסגעשטעלט, און אזויווי דער מארקעטער איז דאך טאקע א יחיד במינו, גלייב איך אז ס'האט א געוויסע פלאן מיט האפט, הגם כ'הייב נישט אן פארשטיין דערצו.
דו אליין שרייבסט אז א חלק פון די קאנטראקט שרייבער זענען די וועלכע האבן שוין געגעבן דעפאזיטס אין עבר. דאס קומען און גיין איז ס"ה נאך א ראי' אז ס'איז א ישוב ווי אלע חלומות און פלענער די לעצטע פאר יאר, מה שהי' היא שיהי'.
דאס האבן 18 מענטשן וואס האבן ווייטער געגעבן א רעפאנדעבל דעפאזיט מיינט נאכנישט אז 'ס'איז דא מענטשן וואס מופן' און זיכער נישט אז ס'איז דא 150 מענטשן וואס זענען באמת גרייט ארויסצוגיין פון זייער קאמפארט זאון.
מיין שיבע קטנה בחור דארף גיין אין ישיבה, סארי כ'דארף אים נעמען און כ'קען נישט ווייטער שרייבן.