א נייע וויליאמסבורג אין לעיקפראנט, פלארידע?

מלך

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 10, 2024
מעסעדזשעס
551
רעאקציע ראטע
2,225
פונקטן
423
לעצטנס טוט זיך מיט די ישוב וואס בויט זיך אין לעיקפראנט. ווי ס'זעט אויס רעדט מען פון א מולטי-מיליאן דאלארדיגן אינוועסטמענט. די חידוש איז אז קיינער ווייסט נישט קלאר ווער די אינוועסטירער זענען.
די ניו יארק פאוסט טענה'ט אז מ'רעדט פון אויסלענדישע אינוועסטירער פון טשיינע, וואס ווילן באקומען א וויזע אריין קיין אמעריקע.
How canny foreigners are investing their way into a green card

סתם אזוי איז די גאנצע נושא איבערן ישוב ווערט אויסצושמועסן און הערן וואספארא סארט ישוב זיי זיכן צו בויען. און אויב איינער האט די תקנות זאל אויך ביטע אהערשטעלן.
 
איך האב די תקנות אויף א פי די עף אבער די פייל איז צו גרויס.
 
בייגעלייגטע פיילס

מיט אזוינע תקנות גלייב איך שווער אז ס'וועט זיך אויסארבעטן, טאמער אינפארסירן זיי אזעלכע תקנות מיינט אז זיי זוכן אויסצושליסן אלע "אפען מיינדעד" מענטשן וואס האבן עפעס אנדערש אין לעבן חוץ די אבסעסיע אקעגן דענים, ווארום דאס צייגט אז זיי זענען א מוסד וואס איז הויפטזעכליך קאנצעטרירט מחנך צו זיין די עלטערן - נישט די קינדער, און פאר די מענטשן וואס זוכן דייקא אזא ארכי-חסידישע מוסד קומט די ווארט "פלארידא" בכלל נישט אין באטראכט, זייענדיג א פלאץ וואס סאכדעס הרבנים האט גע'אסר'ט צו באזוכן, ווידעראום אויב זענען זיי גענוג אפען מיינדעד צו פארשטיין אז מ'מעג זיך אוועקציען פון די הייליגע טריי-סטעיט עריע, מקום אשר דשו בו אבותינו ורבותינו זצוקלל"ה נבג"מ, דאן איז אזא ליסטע פון תקנות א NO NO.

אין אנדערע ווערטער: כדי א נייע שטאט זאל זיך אויסארבעטן און מענטשן זאלן באוויליגן זיך אהינצוציען, מוזטו האבן א באזע פון "אפען מיינדעד" מענטשן! ווארום די פארמאכטע יושבי חושך וועלן אויף קיין פאל נישט ארויסקאלערן פון די באקס 'אפילו דו מאכסט א שטאט מיט די שטרענגסטע תקנות', די מענטשן וואס פארכטן זיך פון דענים, ציטערן פון סיי וועלכע טויש [איבערהויפט אזא דראסטישע טויש ווי מופן צו אזא ארץ לא זרועה ווי די פארווארפענע אקעטשאבי], ממילא לדעתי אז דו קומסט ארויס מיט אזא צעטל נארישע קטנות'דיגע תקנות וואס האט כמעט נישט איינגעלייגט מיט אידישקייט און 0 איינגעלייגט מיט חינוך הבנים, האסטו פארלוירן (אפילו די ערליכע) אפען מיינדעד מענטשן, און קענסט פארגעסן פון עס אקופירן מיט חרדים.
 
סתם עס צו ליינען קען מען מיינען אז עס עפנט זיך אויף א קולט דא...
 
אברהם דוב ערענטאל (דער וואס האט געמאכט די תקנות), איז געווען די מנהל אין נייטרא-וויליאמסבורג חדר ביז ער איז געפלויגן, ער האט לכאורה פשוט געקאפי-פעיסטעד אלע תקנות
 
פארוואס איז ער געפלויגן? ער איז געווען צו טויגליך?
 
אברהם דוב ערענטאל (דער וואס האט געמאכט די תקנות), איז געווען די מנהל אין נייטרא-וויליאמסבורג חדר ביז ער איז געפלויגן, ער האט לכאורה פשוט געקאפי-פעיסטעד אלע תקנות
ס'זעט אויס צו זיין זייער א ראדיקאלע פלאץ, און איך רעד אפילו לאו דווקא א "אויפגעקלערטער",
ס'גייט מיר נישט אין קאפ דאס, אז ס'גרינדעט זיך אזא שיינע פלאץ, מיט אסאך מעלות, נאכדערצו ווען מען שטעלט עס נעבן דעם וואס מיר האבן יעצט,
און די חברה קומען מיט תקנות ווי פון עזה ארויס
 
די תקנות האט גארנישט מער ווי געווענליכע היימישע מוסדות, עס איז פול מיט שטותים אבער considered mainstream
 
דער עולם האקט סתם אין קאפ,

די תקנות איז געמאכט צו ציען קודם די מעינסטרים סאטמארע פאפא וויזניץ וכו' חסידים, וואס די אלע תקנות איז דא ביי זייער ניו יארקע מוסדות, די שפראך שטעלט די טאן פאר די אידן אז עס בויעט זיך א ערנסטע ישוב,

די פאהר סלייס קאפל קינדערס עלטערן קענען זיך גרינגער איינגלידערן אין א פרומערע געגנט, ווי איידער א ערנסטע יוגערמאן אין א קיהלע געגנט
 
מיט אזוינע תקנות גלייב איך שווער אז ס'וועט זיך אויסארבעטן, טאמער אינפארסירן זיי אזעלכע תקנות מיינט אז זיי זוכן אויסצושליסן אלע "אפען מיינדעד" מענטשן וואס האבן עפעס אנדערש אין לעבן חוץ די אבסעסיע אקעגן דענים, ווארום דאס צייגט אז זיי זענען א מוסד וואס איז הויפטזעכליך קאנצעטרירט מחנך צו זיין די עלטערן - נישט די קינדער, און פאר די מענטשן וואס זוכן דייקא אזא ארכי-חסידישע מוסד קומט די ווארט "פלארידא" בכלל נישט אין באטראכט, זייענדיג א פלאץ וואס סאכדעס הרבנים האט גע'אסר'ט צו באזוכן, ווידעראום אויב זענען זיי גענוג אפען מיינדעד צו פארשטיין אז מ'מעג זיך אוועקציען פון די הייליגע טריי-סטעיט עריע, מקום אשר דשו בו אבותינו ורבותינו זצוקלל"ה נבג"מ, דאן איז אזא ליסטע פון תקנות א NO NO.

אין אנדערע ווערטער: כדי א נייע שטאט זאל זיך אויסארבעטן און מענטשן זאלן באוויליגן זיך אהינצוציען, מוזטו האבן א באזע פון "אפען מיינדעד" מענטשן! ווארום די פארמאכטע יושבי חושך וועלן אויף קיין פאל נישט ארויסקאלערן פון די באקס 'אפילו דו מאכסט א שטאט מיט די שטרענגסטע תקנות', די מענטשן וואס פארכטן זיך פון דענים, ציטערן פון סיי וועלכע טויש [איבערהויפט אזא דראסטישע טויש ווי מופן צו אזא ארץ לא זרועה ווי די פארווארפענע אקעטשאבי], ממילא לדעתי אז דו קומסט ארויס מיט אזא צעטל נארישע קטנות'דיגע תקנות וואס האט כמעט נישט איינגעלייגט מיט אידישקייט און 0 איינגעלייגט מיט חינוך הבנים, האסטו פארלוירן (אפילו די ערליכע) אפען מיינדעד מענטשן, און קענסט פארגעסן פון עס אקופירן מיט חרדים.
די אנגעבליכע תירוץ איז אז אויב דו פאנגסט נישט אן מיט אלטרע פרומע חברה ארבעט זיך עס אויס ווי טעמפע, טאמס ריווער, וכו',
כדי ס'זאל זיך גוט אויסארבעטן איז גוט צו גיין מיט דעי גאר פרומע, און נאכדעם וואס ס'ארבעט זיך אויס קענסטו גייין לויזער,
 
אברהם דוב ערענטאל (דער וואס האט געמאכט די תקנות), איז געווען די מנהל אין נייטרא-וויליאמסבורג חדר ביז ער איז געפלויגן, ער האט לכאורה פשוט געקאפי-פעיסטעד אלע תקנות
וואס געפלויגן?!
איך קען די מעשה דארט פון די נאנט, סתם געהאקט א טשייניק.
 
איך בין זייער נאנט מיט איינע פון די הנהלה, איך האב מיטהאלטן די גאנצע מעשה שטאפל ביי שטאפל.

אדרבה פארצייל דו מיר וואס די מעשה איז געווען.
 
אין קורצן:
ער איז געווארן מנהל אין א נייע חדר מיט אפאר קינדער
די חדר איז געווארן גרעסער און גרעסער
ער האט געמופט אויף מאנסי
זיי האבן געעפענט מער פון איינס פון יעדע עידזש
ער איז געווארן מנהל נאר פאר די יונגערע
ער איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די הנהלה און זיי האבן זיך צוטיילט

נאר קלאר צומאכן:
ס'קען זיין זיי האבן אים פארשיקט ביים סוף, אבער דיין לשון און די פלאץ ווי ס'איז אריינגעקומען אין די שמועס קען מען מיינען אז ער איז עפעס א צודרייטע משוגענער וואס מ'האט געמוזט ארויסווארפן.
פרעג עניבאדי וואס האט געהאט קינדער ביי אים, אדער אפי' זיינע תלמידים, יעדער האט אים ליב געהאט, ער האט געקעירט פאר יעדע קינד, ער האט א ברייטע קאפ, מיט אסאך גוטע סקילס.
 
אדרבה לאמיר הערן דיין זייט פון די מעשה
 
איז ער אמאל געווען באשריבן אין די מאמענט'ס 'איש היה'?
 
ער איז זיך נישט אויסגעקומען מיט די הנהלה און זיי האבן זיך צוטיילט
איך רוף דאס אז די הנהלה האט אים פארשיקט

דיין לשון און די פלאץ ווי ס'איז אריינגעקומען אין די שמועס קען מען מיינען אז ער איז עפעס א צודרייטע משוגענער וואס מ'האט געמוזט ארויסווארפן.
איך בעט דיך איבער אויב האסטו מיך נישט פארשטאנען. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז געווען עפעס א צודרייטע משוגענער.
פרעג עניבאדי וואס האט געהאט קינדער ביי אים, אדער אפי' זיינע תלמידים, יעדער האט אים ליב געהאט
גראדע קען איך אפאר חברה וואס זענען נישט געווען צופרידן מיט אים, אבער איך גלייב אז יעדע מנהל האט געציילטע עלטערן וואס זענען אומצופרידן
אדרבה לאמיר הערן דיין זייט פון די מעשה
די זעלבע ווי דיך.

אויב נאך איינער האט עס נישט גוט אויסגעטייטשט, מען האט אים געווארפן צוליב דאס וואס ער האט זיך נישט אויסגעקומען מיט די הנהלה, נישט ווייל עפעס איז געווען ראונג מיט אים אליין.
 
ס'זעט אויס צו זיין זייער א רעדיקאלע פלאץ, און איך רעד אפילו לאו דווקא א "אויפגעקלערטער",
ס'גייט מיר נישט אין קאפ דאס, אז ס'גרינדעט זיך אזא שיינע פלאץ, מיט אסאך מעלות, נאכדערצו ווען מען שטעלט עס נעבן דעם וואס מיר האבן יעצט,
און די חברה קומען מיט תקנות ווי פון עזה ארויס
די תקנות זענען קאפי פעיסט פון 99.99% חסידישע מוסדות פון וויליאמסבורג /בארא פארק/קרית יואל/מאנסי/לעיקוואד
 
Back
Top