א נייע וויליאמסבורג אין לעיקפראנט, פלארידע?

מיין שאלה איז סתם אזוי וואס איז זייער פלאן צו האבען א מוסד פין אלע מינע חסידות קינדער אין איין מוסד? נישטא אין ערגעץ אין די וועלט איין מוסד פאר כל ערליי חסידות. לדעתי ארבעט עס נישט צוזאמען.
צווייטענס, וואס טוען זיי אויב נאך אפאר חדשים נעמען זיך צוזאמען אפאר עלטערן אין עפענען זיך אליינס א נייע מוסד ווי מען דארף נישט די אלע תקנות (שכר לימוד בייצאלט סייווי די גאווערמענט סא הא קעירס צו עפענען נאך) ? עס וועט ווערן אויף הפקירות אזוי ווי אין אריזאנע ליהודים היתה אורה....
 
איך רוף דאס אז די הנהלה האט אים פארשיקט

איך בעט דיך איבער אויב האסטו מיך נישט פארשטאנען. איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז ער איז געווען עפעס א צודרייטע משוגענער.

גראדע קען איך אפאר חברה וואס זענען נישט געווען צופרידן מיט אים, אבער איך גלייב אז יעדע מנהל האט געציילטע עלטערן וואס זענען אומצופרידן

די זעלבע ווי דיך.

אויב נאך איינער האט עס נישט גוט אויסגעטייטשט, מען האט אים געווארפן צוליב דאס וואס ער האט זיך נישט אויסגעקומען מיט די הנהלה, נישט ווייל עפעס איז געווען ראונג מיט אים אליין.
וועלכע הנהלה? די אלטע משה גרינהוט , אדער די נייע הנהלה וואס האט ארויסגעווארפען משה גרינהוט?
 
מיין שאלה איז סתם אזוי וואס איז זייער פלאן צו האבען א מוסד פין אלע מינע חסידות קינדער אין איין מוסד? נישטא אין ערגעץ אין די וועלט איין מוסד פאר כל ערליי חסידות. לדעתי ארבעט עס נישט צוזאמען.
צווייטענס, וואס טוען זיי אויב נאך אפאר חדשים נעמען זיך צוזאמען אפאר עלטערן אין עפענען זיך אליינס א נייע מוסד ווי מען דארף נישט די אלע תקנות (שכר לימוד בייצאלט סייווי די גאווערמענט סא הא קעירס צו עפענען נאך) ? עס וועט ווערן אויף הפקירות אזוי ווי אין אריזאנע ליהודים היתה אורה....
וואס הייסט עס איז נישט דא? עס איז דא אין וויליאמסבורג
קראלי
צעהלים
וויען
קראסנא
נייטרא
די אלע מוסדות האבן קינדער פון אלע חסידות,
אין בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד איז דא נאך 10 אזאנע מוסדות אין יעדע שטאט באזינדער
 
אויב די ווילסט גיין לויט זייער פלאן, ווי זיי ווילן, איז צו האבן א עקסטערע ביהמ"ד פאר יעדע קהילה באזונדער,
בנוגע מוסדות ווייסעכניש,
 
מיין שאלה איז סתם אזוי וואס איז זייער פלאן צו האבען א מוסד פין אלע מינע חסידות קינדער אין איין מוסד? נישטא אין ערגעץ אין די וועלט איין מוסד פאר כל ערליי חסידות. לדעתי ארבעט עס נישט צוזאמען.

נישט אמת ס'איז יא דא כלל חסידי חדרים אין לעיקוואד, מאנסי, ועוד, און עס ארבעט זיך זייער גוט אויס, אויב עפעס נאך שענער פון חסידות חדרים.

צווייטענס, וואס טוען זיי אויב נאך אפאר חדשים נעמען זיך צוזאמען אפאר עלטערן אין עפענען זיך אליינס א נייע מוסד ווי מען דארף נישט די אלע תקנות (שכר לימוד בייצאלט סייווי די גאווערמענט סא הא קעירס צו עפענען נאך) ? עס וועט ווערן אויף הפקירות אזוי ווי אין אריזאנע ליהודים היתה אורה....
איך מיין אז זיי זיכן אנצוהאלטן קאנטראל בלויז אנהייב.
 
איך אליינס בין שטארק אינטרעסירט אין די פראיעקט. עס איז דער איינציגסטער פלאץ ווי עס איז שייך צו קויפן א הויז פאר אזא פרייז. אפילו אויב דו ביסט מצליח צו געפינען א הייזקע פאר 500 צו 600 k אין נ.י. אדער נ.דש., איז עס א חילוק פון צוויי דריי טויזנט דאלער א חודש פאר א קליין משפּחה נאכן אריינרעכענען שכר לימוד מיט פראפערטי טעקס.

די תקנות זענען איינע פון די נקודות וואס איך בין באזארגט וועגן. אין אמת'ן איז דאס מער ווייניגער די סטאנדארט פון אלע געווענליכע מוסדות דאהי (וואס געפעלט מיר אויך נישט, אבער דאס איז די מציאות ווי איך געפין זיך ערגעץ). די שאלה איז וואס איז זײער עטיטוד כלפי דעם, צו מאכן זיי דאס בלויז ווייל זיי זוכן צו ציען די היימישע עולם, און זיי דארפן ווייזן אז זיי זענען אויף די סטאנדארט, אבער למעשה וועלן זיי לאזן לעבן? צי וועלן זיי שטיין אויפן קאפ און זיין אווער פראטעקטיוו צו האלטן די פלאץ אויף א פרומע סטאנדארט. נאך א שאלה, אפילו אויב מצדם איז דאס בלויז פאר די מארקעטינג, למעשה וואספארא עולם אטראקט עס, אויב די מער אפענע מוחות ווערן אפגעקילט צוליב דעם, און עס קומען בלויז אזעלכע וואס וועלן דיר נאכקוקן און דזשאדזשן אויף יעדע נקודה, דאן איז ווייטער א פראבלעם.
 
נאך א שאלה, אפילו אויב מצדם איז דאס בלויז פאר די מארקעטינג, למעשה וואספארא עולם אטראקט עס, אויב די מער אפענע מוחות ווערן אפגעקילט צוליב דעם, און עס קומען בלויז אזעלכע וואס וועלן דיר נאכקוקן און דזשאדזשן אויף יעדע נקודה, דאן איז ווייטער א פראבלעם.
זיכער קילט עס אפ אפענע מוחות!
און דאס איז עכט א שאד!!
דארפסט אויסוועלן קרעמל אדער לעיקפראנט....
 
ער שרייבט קלאר אז די פרוי זאל נישט האבן אויפגעדעקטע האר ביים טיר ווען מ'ווארט אויף די באס.
סאוי ער אקצעפטירט פרויען מיט האר, אנדערש ווי רוב פרומע מוסדות לאקאל.

וואס שטערט דיר? ווילסט דוקא דענים?
דאס איז א וועג צו האלטן די מצב אין די ראמען, ס'זאל נישט אויסזעהן ווי א חזיר שטאל.
 
איך אליינס בין שטארק אינטרעסירט אין די פראיעקט. עס איז דער איינציגסטער פלאץ ווי עס איז שייך צו קויפן א הויז פאר אזא פרייז. אפילו אויב דו ביסט מצליח צו געפינען א הייזקע פאר 500 צו 600 k אין נ.י. אדער נ.דש., איז עס א חילוק פון צוויי דריי טויזנט דאלער א חודש פאר א קליין משפּחה נאכן אריינרעכענען שכר לימוד מיט פראפערטי טעקס.

די תקנות זענען איינע פון די נקודות וואס איך בין באזארגט וועגן. אין אמת'ן איז דאס מער ווייניגער די סטאנדארט פון אלע געווענליכע מוסדות דאהי (וואס געפעלט מיר אויך נישט, אבער דאס איז די מציאות ווי איך געפין זיך ערגעץ). די שאלה איז וואס איז זײער עטיטוד כלפי דעם, צו מאכן זיי דאס בלויז ווייל זיי זוכן צו ציען די היימישע עולם, און זיי דארפן ווייזן אז זיי זענען אויף די סטאנדארט, אבער למעשה וועלן זיי לאזן לעבן? צי וועלן זיי שטיין אויפן קאפ און זיין אווער פראטעקטיוו צו האלטן די פלאץ אויף א פרומע סטאנדארט. נאך א שאלה, אפילו אויב מצדם איז דאס בלויז פאר די מארקעטינג, למעשה וואספארא עולם אטראקט עס, אויב די מער אפענע מוחות ווערן אפגעקילט צוליב דעם, און עס קומען בלויז אזעלכע וואס וועלן דיר נאכקוקן און דזשאדזשן אויף יעדע נקודה, דאן איז ווייטער א פראבלעם.
לכאורה אנהייב וועלן זיי זיין שטרענג אבער מיט די צייט וועט עס ווערן אביסל מער אפען
#מיינונג
 
וואס הייסט עס איז נישט דא? עס איז דא אין וויליאמסבורג
קראלי
צעהלים
וויען
קראסנא
נייטרא
די אלע מוסדות האבן קינדער פון אלע חסידות,
אין בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד איז דא נאך 10 אזאנע מוסדות אין יעדע שטאט באזינדער
די אלע מוסדות זענען בעסיקלי די זעלבע נוטראלע סאטמאר געשטימט . דא רעד מען פין א מוסד פין ארוני, זאלי, בעלזע, מענדעליסט, סקיוורא, ברעסלעוו, כל הקהל הקודש. וואס ביי איינעם איז ציונות איז ביי איינעם הייליג.
 
נישט אמת, ס'איז יא דא כלל חסידי חדרים אין לעיקוואד, מאנסי, ועוד, און עס ארבעט זיך זייער גוט אויס, אויב עפעס נאך שענער פון חסידות חדרים.
עגעין, יעדע אזא מין מוסד איז דא עפעס וואס ברענגט צוזאמען די אלע מיני קינדער, למשל מינקאטש, אמרי שפר, וועט זיין מער פאר די קאלל אידן וואס פיטן נישט אריין אין די סיסטעם און זיי גייט קיין כי זה נישט אן חסידות, דאס זעלבע מיט מער לומדישע ווי אור תורה, אדער לעיקוואד די היימיש פיפאל, זיי ברענגט צוזאמען דעס אז לערנען כל התורה כולה, אדער סתם זיין חסידיש איז גוט, דא רעדט מען פון הייסע חסידים פון א רבי און דזשאסט צוזאמשטעלן מיט דאס פונקט פארקערטע חסידות.
 
די אלע מוסדות זענען בעסיקלי די זעלבע נוטראלע סאטמאר געשטימט. דא רעדט מען פון א מוסד פון ארוני, זאלי, בעלזע, מענדעליסט, סקווירא, ברעסלעוו, כל הקהל הקודש. וואס ביי איינעם איז ציונות איז ביי איינעם הייליג.
אבי גערעדט, די אלע מוסדות האבן קינדער פון אלע חסידות'ן , איך רעד מידיעה.
 
The community—for which promotional videos on YouTube are in Yiddish — is open to all buyers, regardless of religious background, and offers" homes that start below $500,000, he said. "

המממ....

אבער נישט קיין דענים אדער 4 סלייס....
 
פון ווי נעמסטו דאס?
 
ביטע ליינען בעסער און נוצן די שכל.

די דעוועלאפמענט איז אפען פאר יעדן אפגעזען פון די רעליגיע אדער סטאנדארט און יעדער קען דארט קויפן א הויז אייניג. נישטא קיין שום רעליגיעזע תקנות.

די מוסדות וואס גייען זיך דארט גרינדן האבן ארויסגעלייגט די תקנות צו קענען ווערן אנגענומען אין די מוסדות. קענסט רואיגערהייט זיך אריבערציען אהין אפי' ביסט א מחלל שבת בפרהסיא אבער מוסדות אין יענע מדבר שממה וועסטו דארפן טרעפן אנדערע.
 
איך אליינס בין שטארק אינטרעסירט אין די פראיעקט. עס איז דער איינציגסטער פלאץ ווי עס איז שייך צו קויפן א הויז פאר אזא פרייז. אפילו אויב דו ביסט מצליח צו געפינען א הייזקע פאר 500 צו 600 k אין נ.י. אדער נ.דש., איז עס א חילוק פון צוויי דריי טויזנט דאלער א חודש פאר א קליין משפּחה נאכן אריינרעכענען שכר לימוד מיט פראפערטי טעקס.
וואס הייסט ס'נישטא? מאנטיסעלא איז ביליגער פון לעיקפראנט!, ס'איז איצט פאראן א ברענד נייע דעוועלאפמענט ווי דו קענסט קויפן א פריוואטע געהעריגע גרויסע הויז (! נישט קיין סטארטער הויז) פאר 600K!, טעקסעס איז ארום 5/6 טויזנט. די איינציגסטע מעלה פון לעיקפראנט איבער מאנטיסעלא איז די וועטער! זהו​

לעצט רעדאגירט:
און אז מ'רעד שוין יא פון פרייזן: 585K פאר א STARTER HOME איז שטארק איבערגעצאלט - באזירט אויף די אלגעמיינע סטארטער היים פרייז לענגאויס אמעריקע, אז דו גייסט שוין יא ארויס אין די מרחקים בארץ לא זרועה וואלט אזא סטארטער הויז נישט געטארט קאסטן מער פון 250-300K​

זעה דא פון טשעט גפ"ת

1763668892928.webp
 
וואס איז די דעפיניציע פון א סטארטער הויז?
 
Back
Top