א נייע וויליאמסבורג אין לעיקפראנט, פלארידע?

לעצט רעדאגירט:
וואס איז די דעפיניציע פון א סטארטער הויז?
די 585K ביליגסטע הויז וואס זיי אפפערן זעהט אויס אזוי:

1763670483307.webp

דאס באצייכנענן זיי אלס א סטארטער הויז, און אזאנס קענסטו רואיגערהייט טרעפן לענגאויס פילע שטעטלעך אין אמעריקע פאר 250K ברענד ניי קאנסטראקשן!​
 
איך גיי נישט זאגן אז פאר יעדען איז דאס א מעלה, אבער די מעלה פון דארט גיין, איז אז ווען מען גייט חאטש ווי און מען הייבט אן מיט קויפן אזעלכע הייזער וואס איז דא אוועילעבל, שיסט תיכף ארויף די פרייז, ווייל די דימענד ווערט גרויס, און די הייזער זענען נישט בנמצא, אזוי איז געווארן אין אלע געגנטער ארום מאנסי, אזוי איז געשען אין לינדען, און אזוי געשעט אין יעדע געגנט,

דא אבער איז דא זייער אסאך פלאץ, און זיי קענען דארט בויען ביז 20,000 הייזער אויף דעם פארנעם, האפט מען אז דאס וועט יא האלטן די פרייזן פאר גאנץ א לאנגע צייט
 
וואס הייסט ס'נישטא? מאנטיסעלא איז ביליגער פון לעיקפראנט!, ס'איז איצט פאראן א ברענד נייע דעוועלאפמענט ווי דו קענסט קויפן א פריוואטע געהעריגע גרויסע הויז (! נישט קיין סטארטער הויז) פאר 600K!, טעקסעס איז ארום 5/6 טויזנט. די איינציגסטע מעלה פון לעיקפראנט איבער מאנטיסעלא איז די וועטער! זהו​

מאנטיסעלאו איז נישט דא קיין ברענד ניו הויז פריוואטע הויז פאר 5/6 אלפים טעקס א יאר,
די חילוק איז אז אין לעיקפראנט באקומסטו א 4% מארטגעטזש רעיט און ביליג טעקס, א נייע פריוואטע הויז אין מאנטיסעלאו איז איבער 10 אלפים טעקס א יאר לכל הפחות , איך רעדט פון עקספיריענס, קענסט פרעגן די אידן וואס וואינען אין די הייזער , אין די אידישע געגענט איז יעצט דא בערך 5 גענצליך פריוואטע הייזער פאר 700 טויזענט פלאס , און אויך סעמי עטטעטשט פאר אביסעל טייערער ,
נאך מארטגעטזש,טעקס אינשורענס , איז עס אריבער 5 אלפים א חודש אין מאנטיסעלאו, מיט א 100 אלפים דאון פעימענט!

לעיקפראנט רעדט מען פון הונדערטע הייזער ,אז נישט טויזענטער , מאנטיסעלאו האט דאס נישט כעת,און די מאנטלי פעימענטס איז אינטער 3 אלפים הכל בכל מכל כל !
און די דאון פעימענט איז נאר 25 אלפים אדער ווייניגער ,וואס מאנטיסעלאו מיט א 25 אלפים דאון פעימענט איז די חודשליכע פעימענטס איבער 6 אלפים א חודש!
 
די 585K ביליגסטע הויז וואס זיי אפפערן זעהט אויס אזוי:

View attachment 10461

דאס באצייכנענן זיי אלס א סטארטער הויז, און אזאנס קענסטו רואיגערהייט טרעפן לענגאויס פילע שטעטלעך אין אמעריקע פאר 250K ברענד ניי קאנסטראקשן!​
460K

אין דעהם איז אריינגערעכנט שולן, מוסדות, שאפינג סענטער, מקוה טהרה,פיוואט, פעדער, פערלאוויטש....

(אה, כמעט פארגעסן, די סינק אינדערויסן פון די טוילעט)
 
@אפטימיסטיש די הויז וואס מען רעדט פון איז נישט $585 עס איז $460! דאס קענסטו נישט באקומען אין מאנטיסעלא. און אפילו אויב יא, איז נאכאלץ דא א חילוק פון עטליכע טויזענטער א חודש פון פראפערטי טעקס און שכר לימוד.
און מאנטיסעלא האט אנדערע אישוס, בעיקר בנוגע די סארט עולם וואס איז דארט.
 
איך ווייס נאכנישט אויב מ'קען עס יא באקומען אין פלארידע. ווען ס'וועט זיין א רעאליטעט וועט מען קענען פארגלייכן די מציאות.
 
@אפטימיסטיש די הויז וואס מען רעדט פון איז נישט $585 עס איז $460!
טעיתי, אבער אפילו 460 איז דאפלט וויפיל אזא הויז איז ווערט אין סיי וועלכע אנדערע פארווארפענע שטעטל אין אמעריקע (ווי געזאגט איז אזא רענטש ווערד 250K)​
דאס קענסטו נישט באקומען אין מאנטיסעלא. און אפילו אויב יא, איז נאכאלץ דא א חילוק פון עטליכע טויזענטער א חודש פון פראפערטי טעקס
וויפיל איז פראפערטי טעקס אין לעיקפראנט?
און שכר לימוד.
מאנטיסעלא האט אויכעט וואוטשערס, גארנישט אנדערש ווי פלארידע
און מאנטיסעלא האט אנדערע אישוס,
למשל? [רעכן בלויז אויס אישוס וואס איז נישטא אין לעיקפראנט]
בעיקר בנוגע די סארט עולם וואס איז דארט.
לעיקפראנט גייט בכלל נישט האבן א בעסערע עולם (באזירט אויף די תקנות בייגעלייגט אויבן), אויב עפעס איז מאנטיסעלא מער לויז געשטימט,

און לאמיר נישט פארגעסן אז מאנטיסעלא האט פונקט אזוינע ענדלאזע מעגליכקייטן זיך צו פארברייטערן גענוי ווי לעיקפראנט​

אלזא בלייב מיר איבער מיט'ן וועטער
 
לעיקפראנט האט אויך אנדערע אישוס וואס מאנטיסעלא אדער אנדערע געגענטער האבן נישט. און איינמאל די עולם ציעט זיך אריבער וועט מען געוואויר ווערן וויאזוי אלע מעלות ווערן פארטוישט מיט אומפאראויסגעזענע חסרונות. ס'איז זייער שווער צו פארגלייכן פאר מ'קומט אן אהין.
 
נאר 1 דוגמא: דא האסטו א ברענד נייע 9 בעדרום 4368 SF אויגפארכאפנדע פאלאץ אין מאנטיסעלא צו פארקויפן פאר 700 טויזנט! כ'האב נישט איצט פארנט פון מיר די לעיקפראנט פרייז ליסטע, אבער די דאזיגע סייז הויז אין לעיקפראנט איז זיכער מער פון 700 טויזענט (ביטע וועריפיצירן), וכהנה רבות, מיין פוינט איז: דו מוזט נישט גיין ביז פלארידא פאר אזוינע אזויגערופענע מציאות​

1763682735462.webp
 
@אפטימיסטיש די הויז וואס מען רעדט פון איז נישט $585 עס איז $460! דאס קענסטו נישט באקומען אין מאנטיסעלא.
דא האסטו א ברענד נייע קאנסטראקשן אין מאנטיסעלא פון 2000 ס"פ פאר 449K, און דאס איז נאך אלעס איידער ס'דא ריזיגע דעוועלאפערס מיט טיעפע טאשן וואס מיט מאסן פראדוקציע קענען זיי באווייזן אפילו ביליגערע פרייזן ווי דעם​

1763683199096.webp
 
@אפטימיסטיש
טעיתי, אבער אפילו 460 איז דאפלט וויפיל אזא הויז איז ווערט אין סיי וועלכע אנדערע פארווארפענע שטעטל אין אמעריקע (ווי געזאגט איז אזא רענטש ווערד 250K)​
איך האלט אויך אז עס איז טייער פאר וואס זיין גיבן. מיין נקודה איז אז עס איז נאכאלץ דער איינציגסטער פלאץ פאר אזוי ביליג.
וויפיל איז פראפערטי טעקס אין לעיקפראנט?
דאס איז א חשבון געמאכט דורך פערפלעקסעטי (פאר א $460,000 הויז, מיט א 3% דאון פעימענט. איך האב געמאכט מאנטיסעלא מיט די יעצטיגע 6.4 רעיט און אקעטשאבי מיט א 4.4 רעיט - לויט ווי זיי זאגן אז קענען געבן מיט 2 פראצענט ווייניגער). לדעתי איז דאס גענוג א גרויסע חילוק אין פרייז, וואס פאר פילע מענטשן נעמט עס זיי פון יא קענען עפארדן צו אנעפארדיבל.
1000329839.webp

מאנטיסעלא האט אויכעט וואוטשערס, גארנישט אנדערש ווי פלארידע
נישט געוויסט דאס.

למשל? [רעכן בלויז אויס אישוס וואס איז נישטא אין לעיקפראנט]
איך האב געמײנט בעיקר די טיפ עולם ווי געשריבן ווייטער.
לעיקפראנט גייט בכלל נישט האבן א בעסערע עולם (באזירט אויף די תקנות בייגעלייגט אויבן), אויב עפעס איז מאנטיסעלא מער לויז געשטימט,
דערפאר האב איך טאקע געשריבן פריער עס דאס איז איינע פון מיינע ספקות. לדעתי מוז נישט די תקנות מיינען אסאך - עס איז מעגליך בלויז צו ווייזן אז זיי קומען נאך די סטאנדארט, מען דארף אויסגעפינען וויאזוי זיי גייען צו דערצו און וועלכע טיפ עולם עס אטראקט. מצב שני, מאנטיסעלא איז כפי ידיעתי א סעקשאן 8 טיפ עולם, מער צו די פרומע זייט (מער עוורעדזש). קען זיין איך בין ווראנג, אדרבה אויב עס איז נישט ריכטיג לאזט מיר וויסן.
 
ס'מיינט אויך טייערערע אינשורענס
קומט דאך אויס אז די געלט וואס די שפארסט אויף פראפערטי טעקסעס (ווס. מאנטיסעלא) ווערט פארוואסערט אין טייערע היים אינשורענס (אין אקעטשאבי איז אינשורענס 4 מאל טייערער ווי אין מאנטיסעלא!, ס'מיינט אז פאר א 600K הויז וועסטו באצאלן 10K אינשורענס א יאר אין אקעטשאבי, ווס. 2K אין מאנטיסעלא), קומט אויס אז די 6K וואס דו שפארסט אויף פראפערטי טעקסעס ווערט איינגעשלינגען אין די איבעריגע 8K וואס דו צאלסט פאר היים אינשורענס אין לעיקפראנט

1763692213817.webp
 
View attachment 10476
די עוורעדזש אינשורענס רעיט אין אקעטשאבי איז $1615 א יאר. נישט אפילו נאנט צו די פראפערטי טעקס אין נ.י.
 
די עוורעדזש אינשורענס רעיט אין אקעטשאבי איז $1615 א יאר. נישט אפילו נאנט צו די פראפערטי טעקס אין נ.י.
מקור? (לויט גוגל און טשעט גפ"ת קוקט אויס אז דו צאלסט 5000 פאר יעדע 300K קאווערעדזש)
 
Back
Top