אנקעטע נייע ישוב ערווארטעט אין פענסילוועניע

קידוש השם

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 13, 2025
מעסעדזשעס
1
רעאקציע ראטע
12
פונקטן
3
א נייע געלעגנהייט אין פענסילוועניע:
די מעגליכקייט פאר א חסיד'ישע קהילה אין קינגסטאן אין די לעצטע יארן האט געהאלטן אין איין שטייגן ביז אין די לעצטערע תקופה איז עס אנגעקומען צו קלימאקס, אזש עס איז שוין בכלל נישט קיין ווייטע חלומות און דער ציבור מעג שוין אנהייבן הערן.

דאס אלעס איז צושטאנד געקומען בשמענו את נאקת בני ישראל, ווען די וואוינונג סיטואציע אין די גרויסע חסיד'ישע צענטערן ווערן מער אומדערטרעגליך ווי א שעה גייט פארביי, אפגערעדט ווען די קינדער קומען אהיים פון די אנעפארדעבל חדר גייט עס ארויס פון קאטראל.

"פון וויליאמסבורג ביז קרית יואל, און פון מאנסי ביז לעיקוואד, זענען די שטעט איבערגעפילט, די פרייזן שטייגן כסדר, און יונגע משפחות גייען צוגרינד פשוט זיך צו טרעפן א צוגענגליכע, באקוועמע דירות בלויז צו אטעמען" האט זיך איינער פון די רבנים ביים אסיפה פארגאנגענעם דאנערשטאג אווענט געלאזט הערן.

אינמיטן דעם דרוק, האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן א נייע געדאנק, אומערווארטעט. אין הארץ פון פענסילוועניע, אין די געגנט פון קינגסטאן, שיילט זיך ארויס א פרישע גלעגענהייט, נאכדעם וואס די געגנט אין פענסילוועניע האט שוין א שטארקע, גוט-עטאבלירטע, ליובאוויטשער קהילה, מיט שולן, רבנים, א לעבעדיגע קהילה לעבן, ווי פארשטענדליך מיט אלע אנגלעגענהייטן פאר טהרתן של ישראל בהידור רב און א שטארקע אידישע עקאנאמיע וואס איז כולל אלע ערליי היימישע געשעפטן פונעם יאטקע ביזן גראסעריי, נישט פארגעסן תשמישי קדושה אויך.

יעצט, גייען אן שמועסן צו אנטוויקלען א נייע חסידישע געגנט נאר צען מינוט אוועק פון דעם אלעם, וואס וועט געבן פאר משפחות די געלעגנהייט אנצוהויבן פון פריש מיט גענוג פלאץ, סטאביליטעט, און פלאץ צו שטייגן און צו וואקסן.

די וויזיע פון די עסקנים איז צו קענען ערמעגליכן פארן ציבור צו קויפן אן אייגן דאך איבערן קאפ פאר'ן נישטיגן סומע פון בערך $300,000, מיט 1,600 סקווער פיס פער שטאק, און די יעצטיגע שמועסן רעדט מען פון צוויי שטאק — כאטש גארנישט איז נאכנישט ענדגילטיג. אפילו אין דעם פריען שטאפל, איז דער געדאנק אליין מורא'דיג: א מאדערנע, גרויסע לוקסוריעזע הויז וואס א וואקסנדע משפחה קען זיך ערלויבן, אלץ אין א רואיגע סביבה.

די געגנט אליין איז פעסט איינגערישט צו אנטפאנגען אינזער היימישן ציבור. די לאקאציע איז נאנט צו א גרויסע שפיטאל, נעבן וויכטיגע עקאנאמישע צענטערן, און עס גיט אמת'ע פרנסה געלעגנהייטן. עס איז נישט קיין אפגעזונדערטע אדער שטרויכלענדע שטאט; נאר א פלאץ וואו א משפחה קען לעבן באקוועם מיט אלע זייערע באדערפענישן, בתוכם "וויכטיגע שטיצע פאר פריוואטע שולעס" וואס אין עכשיו המקום להאריך.

נאך א גרויסע מעלה: קינגסטאן איז נאר צוויי און א האלב שעה פון די פארפאקטע חסיד'ישע געגנטן פון די טריי-סטעיט. די נאנטקייט ערלויבט ווייטער אנצוהאלטן די קשר מיט משפחה, קהילה און מוסדות, אבער גיט דאך גענוג מרחק כדי צו אטעמען, זיך באזעצן, און לעבן מיט כבוד און רואיגקייט. ווען מ'נעמט אין באטראכט אלע די זאכן — ביליגע דירות, ברייטע שטחים, עקאנאמישע סטאביליטעט, א שוין עקזיסטירנדע יסוד, און די געלעגנהייט צו בויען א פולשטענדיגע פרישע חסידישע קהילה — איז די פאטענציאל דא ממש מורא'דיג. די אנטוויקלונג קען ווערן א נייע ערשיינונג אין פענסילוועניע.

אלץ איז נאך אין דיסקוסיע; גארנישט איז נאכנישט אונטערגעשריבן, גארנישט איז אפיציעל. אבער, דער אינטערעסע איז אמת'דיג, די מאמענטום בויט זיך, און אסאך שפירן אז עפעס באדייטנד קען זיין אויפ'ן האריזאנט. ווי חז"ל לערנען אונז, "מקום מגדל את האדם," דאן קען קינגסטאן טאקע ווערן דער פלאץ וואס וועט געבן נייע האפענונג, מנוחת הנפש, און א שטארקע צוקונפט פאר חסידישע משפחות וואס זוכן א לעבן במנוחה און אריינלייגן די עיקר שטרעבן אין מאי חובתי בעולמי און קענען ערציען דורות ביז משיח'ס טאג בשלוות הנפש.
 
פארגעס דערפון.
די סקונדע עס איז ארויף אויף קרעמל האבן שוין אונזערע פליפערס אנגעהויבן צו אינוועסטירן דארט קויפן הייזער שטחים בנינים וכו. ווייל אין 15 יאר ארום גייט עס זיין א גאלד גרוב.
נאך פאר וואס ווען ווי איז שוין די פרייזן העכער ווי לינדען.
---
קענסט שוין יעצט פארגעסן דערפון.
----
הנ"ל כתבתי לפי עניית דעתי בלי שום מקורות.
 
די געדאנק געפעלט מיר שטארק
איך פלעג מיך אסאך דרייען אין קינגסטאן עס איז דא דארט אלעס אויפגעסעט. און הייזער פאר פרוטות
עב' איז יעצט זייער א הייסע מארקעט פאר די לובאוויטשע זיי קויפן דארט הייזער אין די מאסן
 
פארגעס דערפון.
די סקונדע עס איז ארויף אויף קרעמל האבן שוין אונזערע פליפערס אנגעהויבן צו אינוועסטירן דארט קויפן הייזער שטחים בנינים וכו. ווייל אין 15 יאר ארום גייט עס זיין א גאלד גרוב.
נאך פאר וואס ווען ווי איז שוין די פרייזן העכער ווי לינדען.
---
קענסט שוין יעצט פארגעסן דערפון.
----
הנ"ל כתבתי לפי עניית דעתי בלי שום מקורות.
איך האב אסאך געשפענדט צייט מיט עמך אידעלעך וואס זוכן צו שפארן קאסטן מיט בודזשעטינג, איך האב נאר אנעקדאטישע דאטא, אבער פון די פאר הונדערטע מענטשן און שמועסן האב איך איינגעזעהן אז מופן דארף מען פון ספענדן די צוריקטע לייפסטייל.

פון די אלע געגנטער און חלומות וויפיל הערט מען נאכדעם א review א יאר שפעטער וויפיל מ'האט געשפארט? כדרכו קאנטענט קריעטערס?

איינער האט ספרעדשיטס? איך גלייב אז דא דארט דרייען זיך מענטשן וואס האבן חשבונות, אבער צו זאגן אז מ'שפארט? ווער זאגט? ווייל ס'שטייט אויף פעיפער א אנדערע נומבער? יא אבער אז דו דארפסט דרייוון אין שטאט אריין יעדע חתונה און דיין ווייב אויך איבעראל ווי דו פלעגסט נישט און יעצט האסטו לענדסקעפינג, רוימען און קלינען, און אנדערע phantom costs נייע שכר לימוד פרייזן ועוד ועוד זאגט ווער אז overall איז די לעבן ביליגער? איך גלייב נישט גארנישט היינט ביז איך זעה sexy YouTube style שיין מסודר'דיגע נומבערס.

אויף לעיקוואד קען מען זיכער אזוי זאגן, קינגסטאן וועט מען זאגן אזוי 10 יאר ארום...

לעיקוואד היינט איז לוקסוס מער ווי סיטי, מענטשן האבן 2 קארס, גרעסערע הייזער מיינט מער מעינטענעס, און ס'איז געווארן א פרעס לאנד מיט אן איבערפלוס פון רעסטוראנטן, און די דימענד דארט פאר גראסערי פראדוקטן ווייל פרויען קאכן קוים איז ריזיג, און while איך האב אויך זייער ליב פוד, מאך איך סתם די פוינט אז די ווארט "מופן" מיינט נאכנישט מ'גייט "שפארן"

כ'האב אפילו נישט געטאשט אויף די פליפן מארקעט דאס איז שוין ביסיידס די פוינט אז אויב איז עס נישט סאושלייזט טוט מען נישט אזויפיל אויף.

באנדע לצים.

קומט מען צוריק צו פערסנאל פיינענס.

ס'איז גאר פשוט:
ס'רופט זיך lifestyle creep

אז פרומע אידן ווילן שפארן קענען זיי היינט קויפן קאנדאם'ס און פייערן רוימערקעס, ווייל א נארמאלע מיטל קלאס פארל שעמט זיך נישט צו רייניגן אליינס. אבער אונז? אונז זענען דאך רעסיסטס... איך מיין "בני מלכים"

איך זאג נישט, יעדער וואס מופט קויפט זיך צוריק אביסל פרידאם, און מאכט די קאמיוניטי אביסל ברייטער, אבער אין די גרויסע בילד דארף מען ארויסמופן פון די קאפ.
 
פאר די געלט פארוואס נישט סקרענטען? ס'איז נענטער.
 
האסט א פוינט אז מענטשן קענען נישט באדשעטן, אבער די פרייז צו קויפן א פשוטע נארמאלע הויז איז ממש נישט שייך כהיום אין די היימישע געגנטער פאר א פשוטע פארדינער. מאנסי? לעיקוואד? אלעס שטייט שוין איבער א מיליאן.
 
Back
Top