- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 80
- רעאקציע ראטע
- 577
איך גיי צום קראן, איך וואש מיין פנים, איך עס פרישטיג, איך טוה זיך אן שיין, איך טרינק א ווארעמע גלאז קאווע, איך גיי היינט טרעפן א חבר
איך גיי אראפ די שטיגן, איך קום ארויס צום גאס, א פריש ווינטל בלאזט מיר אין פנים, די גערויש פון לעבן גיסן עמערס לעבהאפט אין מיין הארץ, בלעזלט אין מיין זעהל, איך גיי מיט גרויסע לוסטיגע טריט, איך גיי זעהן א חבר
איך שפאן אזוי דורך די גאס, געשעפטן זענען אפן,
בעקערייען, באסעס, מעקלערס, די ריח פון שטאט, מאסן גייען קומען, ס׳שפרודלט א עולם ומלואה, איך גיי זעהן א חבר
איך שטעל זיך אפ אין קאפע, איך באשטעל זיך א קאפי, איך זיפ מיט גרויס פארגעניגן מיין גליקליכער טאג, איך קוק ארום, מענטשן זיצן במנוחה, דזשאס מוזיק שפילט אונטער געלאסן, ס׳אלץ בא׳טעם׳ט, איך גיי אט זעהן מיין חבר
איך קוק ארויס פון די שויבן, אוטאס פארן דורך, מענטשן שפאנען דורך, אלטע, יונגע, מאנסבילן, פרויען, א וועלט איז פיל מיט אלץ און אלעם, און איך בין א טייל דערפון, איך גיי אט אט זעהן א חבר
איך זיץ שוין איבער א שעה, איך זיץ און איך זיץ, איך ווארט און ווארט, ווייזט אויס אז דער חבר וועט זיך שוין נישט באווייזן, און אפשר ווייזט אויס - איז ער נישט קיין חבר, איך גיי נישט זעהן קיין שום חבר
איך גיי ארויס פון קאפע, די באסעס שיסן רויך, א גרויקייט, א נישטיגקייט, גרידער וועלעכע מאכן מיר פרעגן, ווער זענען אט די אלע גרידער מאכער, צו וואס באלמיטשענען זיי מיין וועלט? איך גיי נישט זעהן קיין חבר
איך קום אהיים, איך עפן מיט מיין שליסל די טיר, ס׳איז טויב שטיל, איך גיי צום פרידזשידער, איך נעם זיך ארויס מאראנצן זאפט, איך פיל זיך אן א גלאז, איך זעץ זיך אוועק צום טיש, איך קוק אויף די ווענט, איך קוק אויפן דאך, איך גיי נישט זעהן קיין שום חבר!
און אפשר קיינמאל נישט