אפענהארציגע אינטערוויו מיט א טאטע וואס מען האט אים אפגעהאקט פין זיין זוהן, ביז עס איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

מיין אינפאו זאגט ניט אזוי, אבער אויב איז אמת וואס דו זאגסט איז עס דערפרישענד צו הערן. -הגם נאך אלס שווער צו פארשטיין זיינע יעלות- אבער ליסען אלס דא א וועג זיך צו לערנען און עז לאנג ער לערנט זיך קומט זיך אים נאר חיזוק
קודאס יוסי
דו שיסט די "מיין אינפו" קארטל, אבער למעשה קומסטו מיט גארנישט "ווייל דו ווילסט נישט אריינגיין אין יענעמס לעבן".
אבער צו זאגן אז די טאטע איז א מעניפיולעיטער איז פונקט אזוי אריין אין יענעמס לעבן, נאר אזוי באשמוצטו עם סתם, אן אפילו זאגן זיין עוולה.

עני וועי, דערווייל איז דא א טאטע וואס מ'האט עם צוגענומען די קינדער, און אפילו נניח אז ביסט גערעכט.. א טאטע א מעניפיולעיטער מעג אויך זען די קינדער (חוץ טאמער מ'רעדט דא פון ווער ווייסט וואס).
און פאר דערווייל קוקט אויס אז די מאמע איז א שווערע מאניפיולעיטער און די טאטע א וויקטים!
(און ס'מאכט אפילו סענס אז זי פראדשעקט און באשמוצט עם אלס מאניפוילעיטער אן קיין שום הוכחות.)
 
ווי האסטו מיר געזען פארענטפערן די אקט פון די מאמע ווייס איך נישט
און פארוואס יעדער דא און אפילו די סמעטענע פון כלל ישראל... די קרעמלער... קענען נישט פשוט פארשטיין אז אלו ואלו דברי אמת, דעס איז די צווייטע זאך וואס איך קען נישט כאפן
לאמיר אוועקלייגן מר גאלד אין א זייט לאמיר רעדן פון א צווייטן לאמיר זאגן ס'איז דא א יונגערמאן לאמיר אים א נאמען געבן לעיזער קעסטענבוים זיין עקס לאט אים נישט זעין די קינדער א רשענטע שאין כמוהו און פון די אנדערע זייט איז די זעלבע לעיזער קעסטענבוים א מיניפילעיטער און מיט מעניפילעישן האט ער אפגעהאקט זיין ווייב פון אירע עלטערן , מ'הערט אזא זאך יא ?
די ביידע מעשיות פאר זיך הערט מען נו פ"וו ווען ס'קומט זיך צאם ביידע ביי די זעלבע מענטש קען מען עס נישט גלייבן
יא אפילו קרעמליר זענען ערגעץ ווי פארסיסטעםט
 
לעצט רעדאגירט:

קענען קען עס זיין.
אבער פארוואס זאל די עולם דיך גלייבן ביים ווארט בלינדערהייט אן געבן קיין שום אינפארמאציע?
 
איינער וואס מאכט א ערענסטע קלעים ווי יענער איז מאניפיולעיטער אן בעקאפ, איז עס סתם נויז.. פונקט ווי א פאטשקעוויל און ס'העפלט נישט קיינעם.

אדער קומסטו אריין מיט קאטעקסט. אז נישט איז עס נאר דיין ווארט, און ספעקולאציעס.

ווילאנג דו קומסט נישט אריין מיט סאבסטענס, קענסטו נישט ערווארטן מ'זאל אננעמען דיין קלעים באמונה שלימה..

איך בין אפן צו הערן פאקטן, אבער אן דעם איז עס סתם ספעקולאציעס.
 
נאכמער...

פערזענליך האב איך א גרויסע דאוט אין דיין טענה.
צו פארמיידן א טאטע פון זיינע קינדער איז א עקסטרעמע שריט. און ס'שווער צו בארעכטיגן אן גאר א ערענסטע סיבות. און אויב ס'נישטא אזעלכע סיבות איז די מאמע א שרעקליכע מאניפיולעטאר (וואס דו זאגסט אליינס אז זי איז).

צוגעבנדיג די פאקטן
די זעלבסטמארד-בריוו וואס די קינד האט געשריבן..
די חדר וואס האט אריינגערופן די טאטע אין א צייט פון קרייסעס...
אפילו דעם מינימאלער קאנטעקט האט מען אפגעהאקט..

איך זאג נישט אז מען קען וויסן אלעס מיט זיכערקייט.

אבער לויט ווי ס'קוקט אויס איז ער א וויקטים פון איר מאניפיולעישן און שווערע קאנטראל וויזוי דו ווילסט נאר גיין.

ביז דו ברענגסט קאנקרעטע פאקטן, בלייבט דיין קלעים זייער שוואך.
 
נישטא קיין צווי זייטן נישט צי לאזן א טאטע זעין זיינע קינדער, עט ליעסט מיט סופערוויזט וויזיטעשן,

סאיז סימפעל נישט דא אזא מציאות ווי צוויי זייטן!!
פארשטייט זיך חוץ אויב די זוהן גייט אין קארט קעגן זיין ברודער……

ווער עס פארשטייט פארשטייט
 
איך קען איין פאל ווי די מאמע איז באשמוצט געווארן איבער די גאנצע גאס אז זי לאזט נישט זען די קינדער בשעת איך בין געזעצן דערביי ווען דער טאטע האט קלארגעמאכט אז ער וויל זיי נישט קענען.
דאס האט נישט צוריקגעהאלטן דעם טאטן פון באשמוצן. דער טאטע איז א סיריעס מעניפיולעיטער. ער פלעגט שלאגן זיין עקס מכות רצח. און דער זעלבער צייט ארומלויפן צו רבנים און עסקנים אז זיי זאלן אים ארויסהעלפן מיט שלום בית. ער קען אנשטעלן א פנים פון א נרדף אז ס׳הארץ צוגייט.
איך ווייס נישט וואס איז געווען דא די מעשה. איי העוו נאו אידיע. אבער עס וואלט געווען אינטערסאנט אויב מען קען הערן איר זייט אויך
 
איך בין אומקלאר. וועלכע קינד האט אפגעהאקט פון עלטערן פון איין טאג אויפן צווייטן?
 
די בריוו וואס ער האט איבערגעלאזט איז פאבליק?
 
איך פארשטיי נאר נישט איין זאך. פונקט מיט אונגאר דארף ער מאכן דעי פאדקעסט? נישט געקענט טרעפן א בעסערן?
וואס איז שלעכט מיט אונגאר? ער האט א פאפולערע פאדקעסט און איז גאנץ פאפולער אויף קול מבשר און שרייבט אין איינס פון די היימישע מאגאזינען (שריפט דאכט זיך), ער איז דער פערפעקט קאנדידאט צו זיין אַ מייק ביים היימישן ציבור
 
איי געס על טעם וריח.....
 
איך קען איין פאל ווי די מאמע איז באשמוצט געווארן איבער די גאנצע גאס אז זי לאזט נישט זען די קינדער בשעת איך בין געזעצן דערביי ווען דער טאטע האט קלארגעמאכט אז ער וויל זיי נישט קענען.
דאס האט נישט צוריקגעהאלטן דעם טאטן פון באשמוצן. דער טאטע איז א סיריעס מעניפיולעיטער. ער פלעגט שלאגן זיין עקס מכות רצח. און דער זעלבער צייט ארומלויפן צו רבנים און עסקנים אז זיי זאלן אים ארויסהעלפן מיט שלום בית. ער קען אנשטעלן א פנים פון א נרדף אז ס׳הארץ צוגייט.
איך ווייס נישט וואס איז געווען דא די מעשה. איי העוו נאו אידיע. אבער עס וואלט געווען אינטערסאנט אויב מען קען הערן איר זייט אויך
ווי קומט אריין די מעשה דא???
 
וואס איז שלעכט מיט אונגאר? ער האט א פאפולערע פאדקעסט און איז גאנץ פאפולער אויף קול מבשר און שרייבט אין איינס פון די היימישע מאגאזינען (שריפט דאכט זיך), ער איז דער פערפעקט קאנדידאט צו זיין אַ מייק ביים היימישן ציבור
קען זיין פאר ק"מ איז ער גוט אבער א פאדקעסט ווי מ'דארף אויסהערן א צווייטען, מאכט ער דערווייל נישט די בעסטע דזשאב, ביי מיר גייט ער אריין אין די נחי יבוי/אלי וועבער קאטאגאריע.

פרידא וויזל איז מיי פעיוועריט ביי פאר.
 
טייערע @ניי, איך פראביר דיר באמת צו פארשטיין.

דו ביסט מסכים אז די מאמע איז א מאניפּולאטאר, און אז אפשפארן קינדער פון זייער טאטע איז ריינע רשעות און קאנטראל.

נאר לייגסטו צו — אגב — אז דער טאטע איז אויך א מאניפּולאטאר. אבער דו ביסט נישט מצדיק מיט דעם די ניתוק, און דו זאגסט אליינס אז דאס קומט פון איר קאנטראל.

ממילא קומט אויס אז אפילו לויט דיין אייגענעם חשבון איז דער טאטע טאקע געווארן בעוול׳ט.
מען האט אים אוועקגעריסן די קינדער, און זיין ווייטאג און געוויין איז ריכטיג.

דער איינציגסטע צוגאב איז אז דו האלטסט אז ער איז נישט קיין צדיק. אפשר.

אבער אן קיין פאקטן איז דאס לכל היותר א חשש, און איך פארשטיי נישט:
למאי נפק״מ?
אויב נישט פאר שידוכים.... פארשטייצעך 🤷
 
לעצט רעדאגירט:
קוקט אויס אז @ניי איז א אינסיידער....

הערטס אויס אידן איינער וואס איז אין אזא מצב פאר סיי וואסערע סיבה איז זייער שפעט צו טוישן וועג, און איינגעבן , דאס איז און א געוויסע בחינה טויט, פאר ווער עס ווייסט, איינער וואס איז און אזא קיגל. זיכער נאכדעם וואס איינער האט זיך גענומען דאס לעבן, די שולד געפילן זענען פורמענאנטע און נישטא קיין וועג זיך צו באפרייען פון דאס, נאר איין וועג ווייטער זיך איינרעדן און איינרעדן די וועלט אז זיי זענען אומשולדיג, און דער אנדערע זייט איז אבער דער אמת ווייסט סיי ווי יעדער,

די איינציגסטע וואס צו זיי זענען די אלע ארטיקלען געזאגט געווארן איז צו די וואס זענען נאך חתונה געהאט, אבער סהאלט שוין ביים שוועל, פאר די יונגע בחורים, וואס פון זיי גייען זיין וואס גייען זיך דארפן גט'ן צו זיי איז די שמועסן געזאגט געווארן אז זאלן זיי וויסן די אומגעלויבליכע צער און עגמת נפש וואס מען גייט דורך, ווען מען האלט צירוק די אייגענע בלוט און פלייש, ווען די בחורים און מיידלעך וואס ליינען און הערן דע מעשוית טראכט יעדער איינער, נעווער ביי מי! און דאס איז 100 פארצענט ווערד, יעדע פעני וואס מען געט אויס און ווארט וואס מען שרייבט דערוועגן קען ראטעווען לעבנס,

און צו די וואס האלטן אז עס איז דא א אנדערע זייט און אזא פאל, זאל ביטע נישט אריינרעדן ביז ווי לאנג זיין אייגן קינד נעמט זיך דאס לעבן,
(איך רעד אפי נישט פארוואס,) ווער עס האט אביסל זשעלי אין קאפ מיין איך, קען פארשטיין פארוואס ער קומט ארויס ברבים און וואטעווער ער טוט צו היילן זיין צובראכן הארץ, עס איז אבסורד און אויסטעלישע טיפשות צו אריינרעדן ווען מען רעדט פון אזא מעשה, און נאך באשולדיגן אלס מעניפולעטער, אן קיים שום קראנטע מעשה,
 
@ניי די ווילסט נישט וויסן אז ער איז שוין גוט מיט זיין שווער און שוויגער , אבער מיטאמאל ווייסטו שוין אנדערע זאכן אויך ,
איין קשיא וואס די האסט וועגן אריינגיין אין די שידוך, איז די תירוץ אז ער האט נישט געוויסט פון פארדעם, זייער פשוט , אויף די גאס איז אזוי ווי די זאגסט האט יעדער געזאגט אז די ערשטע שידוך האט קיינמאל נישט געמאכט קיין סענס , ביז ווילאנג שעכטער האט אים געזאגט וואס די מעשה איז דא , עס וואלט קלאר געווען נאך א גט ווען נישט ער האקט אפ מיט איר,
אינטערסאנט איז אז סיי מעזעי און סיי געלבשטיין האבן פונקט ביידע צוויי גע'גט'טע טעכטער , עס זאגט זייער אסאך
 
Back
Top