קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 16
- רעאקציע ראטע
- 133
- פונקטן
- 23
לעכטיגע ברידער. אט איז דער פערטער און ענדגילטיגער שאלה פאר דעם יעצטיגער פראגראם. מיר שפאנען צום נאמען!
די קוואליטעט פון אן ארגאניזאציע ווערט אפט מאל נגרר נאכן נאמען, אז דער נאמען מאנט, שטעלט דעם טאן, און זאגט וואס ער וויל, איז דא גרעסערע טשאנסן אז דער ארגאניזאציע זאל שטייגן, און פארן אויף גלייכע וועגן. כיוצא בזה, אז דער נאמען טראגט דעם ריכטיגן הילע (aura), א מוטיגקייט, זענען די טשאנסן גרעסער אז דאס זאל האלטן דעם עולם׳ס i’m bored צו זיין א חלק פון דער דאזיגער גרויסער זאך.
מיר זענען באוואוסטזייניג אז עס אויך אמאל פאראן וואס דער נאמען איז נישט עפעס אזוי איי איי איי, און פארט שיינט עס, בזכות דעם פונקציאנאליטעט פונעם ארגאניזאציע. נעם למשל א ראשי תיבות טיטל, אמת זיין עצם עהרשיינונג אין אותיות, איז א סטעיטמענט, מען מיינט דא ביזנעס, מען איז אינעם פארבאנד פון עולם המעשה, אבער אן מעשים איז אפילו א נאמען נישטא דא. וואס אויב אזוי מאכט די נאמען? די מוניטין, די רעפוטאציע, א בחינה פון גדול מרבן שמו, דער נאמען אין דעם פאל ווערט נגרר נאך די מעשים.
דערפאר, גם מזה ומזה אל תנח ידך, מיר ווילן סיי זיך בויען מוניטין, אבער גלייכצייטיג האבן א גוטער, פאסיגער, און שיין קלינגעדיגער נאמען. א נאמען וואס זאגט ווער מיר זענען, וואס מיר טוען, און פארמאגט דעם ״עקסטערן״ קלאנג.
דאס מאל האבן מיר זיך גע׳ישוב׳ט, צו זאלן מיר כדרכינו אויך היצטער גיבן א סאלידער ליסטע פון אפציעס, נישט מער ווי מיטן ציל אריינצוברענגען דעם עולם אינעם שטראם פון רעיונות, אדער לאזן דעם עולם קומען מיט געדאנקן פון די סאמע ווילדענישן. צום ביישפיל, מיר האבן געקלערט פון טיטלען ווי ״מלכים״; ״בכבוד׳דיג״; ״וואקסט א לעבן״; LVL (פאר לערן, וואקס, לעב). אבער לאמיר דאס מאל לאזן דעם פאסיג לויז, לאזן די מוחות פליען אין די רוימען פון קריעיטיוויטי, און נישט זיין אין דעם ענין קיין נותן דברים בשיעורין.
געדענקט, ענטפערס ווערן געזעהן דורך די מערכת בלויז אזעלעכע וואס קומען אן צו אונזער אימעיל - epesinepes@gmail
ביי דער געלעגנהייט זענען מיר מודיע, אז אונזער אימעיל וועט פארשלאסן ווערן אין א חודש ארום, מיר האבן דעם אימעיל געעפנט בלויז פאר דעם צוועק און פאר דער באשטימטער פעריאד אין וועלעכער די פראגע בויגן׳ס לויפן.
און מיט דער דאזיגער ענדגילטיגער שאלה, שליסן מיר דעם יעצטיגן פראגע בויגן פראגראם.
געלויבט דער פון אויבן וואס האט אונז געגעבן כח אנצוגיין מיטן פראיעקט, מיר האבן זוכה געווען לברך על המוגמר פארן ערשטן שטאפל, זעלבספארשטענדליך אז דאס איז תם ולא נשלם, דאס איז א סוקסעספולער אנהייב פאר אן הקדמה, דאך שפירן מיר גאר שטאלץ, ווייל עס איז געווען נסיונות אויפן וועג, אבער מיר האבן דאס געמאכט אהער, ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו.
אונזערע קומענדיגער אקטיוויטעטן וועלן גיין לאור די יסודות וועלעכע האבן זיך אנטוויקלט אין לויף פון אונזער פארגאנגענער פראגע בויגן סעריע. אונזערע קומענדיגע שריט וועט קומען דורך פארשידענע פראנטן פון אונטער די קוליסן. איר וועט הערן פון אונז אין פארשידענע פארעמעס, מיט גאט׳ס כח מיר שלאפן נישט, מיר ארבעטן אויף ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבערמידליך.
משום והייתם נקיים, שפירן מיר פאר ריכטיג זיך צו מתנצל זיין פאר אונזער קאמפלעצירטער און אפשר איבעריג פארמעלער לשון. עס האנדלט זיך דא פון קריטישע און סענסיטיווע פרטים, וואס יעדער דריי קען קריגן אן אנדער באדייט. מיר האבן דערפאר פראבירט זיך צו האלטן דייטליך כמיטב יכלתינו אינעם קירצטן פארעם מעגליך. אראפ לאזן די שפראך אויף אן אופן אז עס זאל יעדעס ווארט זיך הערן געשמירט, היימיש און פלוסיג, צוגיין אין מויל, וואלט אונז גענומען פיל מער צייט און כוחות, די אַרט פון באלאנצירן קומט אמאל ביגיעה רבה. דאס האט אונז געצווינגען צו ניצן א שפראך וואס הערט זיך אפט איבעריג ״אינסטיטוציאנאליזירט״. ואתכם הסליחה.
און דא ווילן מיר זיך הארציג באדאנקען פאר די אלע וואס האבן גענומען די מיה צו ענטפערן דורך אימעיל, איר זענט פיאנערן.
א ספעציעלער ווארימער דאנק פאר ידידינו @מימון, וואס מיט זיין גייסטיגע אנוועזנהייט האט זיך דער פראיעקט אנגעהויבן, און איז עומד לצידינו דורך צו גיין די שאלות און כאראקטער פונעם פראיעקט אויף א רעגלמעסיגער שטייגער תמידים כסדרם, ישר חילך.

שלוס און מודעה רבא

התנצלות

ברכות תודה
און דא ווילן מיר זיך הארציג באדאנקען פאר די אלע וואס האבן גענומען די מיה צו ענטפערן דורך אימעיל, איר זענט פיאנערן.
א ספעציעלער ווארימער דאנק פאר ידידינו @מימון, וואס מיט זיין גייסטיגע אנוועזנהייט האט זיך דער פראיעקט אנגעהויבן, און איז עומד לצידינו דורך צו גיין די שאלות און כאראקטער פונעם פראיעקט אויף א רעגלמעסיגער שטייגער תמידים כסדרם, ישר חילך.
״ויהי רצון שתשכן בפורינו אהבה ואחוה ושלום ורעות, ותרבה גבולינו, ותצליח סופנו אחרית ותקווה, ונשכים ונמצא יחול לבבנו״
- מתוך תפילת התנא ר׳ אלעזר
- מתוך תפילת התנא ר׳ אלעזר
לעצט רעדאגירט: