פאליטישע דראמא אין ארץ ישראל: באריכטן אז נתניהו זאגט אפ שר הבטחון יואב גלנט

נפה

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 10, 2024
מעסעדזשעס
154
רעאקציע ראטע
331
זייער אסאך באריכטן דערציילן אז פרעימער מיניסטער ביבי נתיהו (ליכוד) גרייט זיך צו אפזאגן דער זיכערהייט מיניסטער יואב גלנט (ליכוד) און אנשטאט אויפנעמען גדעון סער פון הימין הממלכתי וואס האט זיך אפגעטיילט פון נתניהו'ס ליכוד פארטיי,

דער ריס צווישן נתניהו און גלנט גייט שוין צוריק צו מער ווי א יאר צוריק, ווען דער יעצטיגער רעגירונג האט פרובירט אדורך צו פירן ברייטע יוסטיץ רעפארמירונגען וואס האט פאורזאכט מאסן פראטעסטן און סטרייקס אריינגערעכנט פרייוויליגע רעזערוויסטן אין די ארמיי וואס האבן זיך אפגעזאגט פון ווייטער דינען אין מיליטער אויב די רעפארמונגען גייען אדורך, און מארטש 25 האט דער זיכערהייט מיניסטער יואב גלנט וואס איז אחראי אויף דער מיליטער אפגעהאלטן א פרעסע קאנפרענס וואו ער האט געזאגט אז דער מיליטער'ס שטארקייט ווערט ווייניגער און מען מוז צייטווייליג איינפרירן די יוסטיץ רעפורם, נתניהו האט אים דעמאלטס אפגעזאגט פון זיין פאסטן וואס דאס האט גורם געווען אז הונדרעטער טויזענטער בירגער זאלן ארויסקומען פראטעסטירן יענע נאכט וואס ווערט אנגערופן מיטן צונאמען ליל גלאנט, נאך די גרויסע פראטעסטן האט נתניהו צוריקגעצויגן פון די אנטזאגונג און גלנט איז געבליבן שר הבטחון און אויך האט נישט ווייטער פאראויסגערוקט די רעפארמירונגען,

נאך דער שרעקליכע אקטובער 7 חמאס אטאקע האט מדינת ישראל דעקלערט א מלחמה מיטן ציל צו אויסראטן חמאס און אהיימברענגען די פארכאפטע, בשעת די מלחמה איז ארויפגעקומען צו דער אויבערפלאך נאך חילוקי דעות צווישן נתניהו און גלנט, לעצטענס האט גלנט ארויסגעשיקט א מעסעדזש און שטיצע פון א פייער אפשטעל אפמאך מיט חמאס אפי' מיטן פרייז פון צה''ל'ס ארויסציאונג פון דער גרעניץ צווישן עזה און מצרים, וואס דאס גייט אנטקעגן דער באשלוס פון דער מדנ"י רעגירונג און פרעימער מיניסטער נתניהו,
לאור די אלע זאכן ווי אויך נאך טענות האבן מיניסטארן און דער רעגירונג און אזוי אויך פאפולערע רעכטע פיגורן גערופן אז מען זאל אפזאגן גלנט, יעצט ווערט געמאלדן דורך אסאך מקורות אז נתניהו האט באשלאסן צו אפזאגן גלנט און אנשטאט אויפנעמען דער רעכטע פאליטיקאנט גדעון סער וואס האט זיך אפגעטיילט פון נתניהו'ס ליכוד פארטיי אין 2020 און געגרינדעט אן אייגענע פארטיי וואס ווערט היינט אנגערופן הימין הממלכתי,
נתניהו האט געלייקנט די באריכטן אבער און א שמועס האט ער געזאגט אז פארברייטערן די קאליציע וועט צוהעלפן דערגרייכן א דיעל מיט חמאס,

אויב דאס פאסירט טאקע קען עס האבן א שטארקע אפעקט פאר מדנ"י ווען עס קען זיך איבערשפילן די מאסיווע פראטעסטן און סטרייקס פון 2023, אויך קען עס איבערדרייען די מצב פון מלחמה אין עזה און אין לבנון דערנאך וואס דער שר הבטחון איז דער דירעקטער אויבערהאר פון דער רמטכ"ל, אזוי אויך קען דאס מעגליך לעזן דער פארפלאנטערטע סיטואציע פון דער חוק הגיוס.

(דאס איז דער ערשטע לענגערע שנירל וואס איך עפן, ביטע אריינקומען מיט קאנסטרוקטיווע קריטיק און הערות)
 
זייער שיין געשריבן, זאל דאס זיין א גוטע התחלה פאר נאך אסאך גוטע שנירלעך וואס גייען נאכקומען

לעניינו, דער גאלאנט איז א שלאנג וואס זוכט צו בייסן ביבי ווען סאיז מעגליך און ער האט אז דאס פאלק וועט אים באצאלן דערפאר, אבער סגייט מסתם נישט געשעהן, די מידיא שפירט אים אונטער ווייל ער טשעפעט ביבי, אבער איינמאל ער איז אינדרויסן גייט ער באקומען אזויפיל שטיצע ווי גדעון סער וואס גייט נישט דורך די אחוז החסימה.

די מיסטעיק ווערט געמאכט יעדע שטיק צייט דורך נאך א פאלעטישן וואס מיינט אז מיטן ווארפן ביבי אונטערן באס גייען זיי ווערן די העלד אין די נעקסטע עלעקשאנס און ס'לאזט זיך אויס א זייפן בלאז.
 
(דאס איז דער ערשטע לענגערע שנירל וואס איך עפן, ביטע אריינקומען מיט קאנסטרוקטיווע קריטיק און הערות)
יא, אביסל קריטיק. דו שרייבסט גוט און צום זאך, סאו ווי ביסטו געווען ביז יעצט?! 😍
 
הגם מצד פירן די קאבינעט קען זיין גוט פאר ביבי צו באזייטיגן גלנט, אבער די מידיא קען מאכן צימעס מיט דעם און עס קען האבן א שלעכטע אפעקט אויף ביבי, זיין פאפעליריטי איז סתם אזוי נישט די בעסטע אין לאנד.
 
וויזוי ווייסט מען אז זיין פאפולאריטעט איז סתם אזוי נישט די בעסטע אין לאנד? אה, ווייל די נאציאנאלע מידיא זאגט אזוי. איי, מיר ווייסן אז די מידיא איז בכלל נישט אויפריכטיג. און ממילא ווייסט מען נישט אפי' וואו זיין פאפולאריטעט שטייט...... תיקו.
 
זייער שיין געשריבן, א דאנק!

נאר איין הערה, דאס וואס דו שרייבסט אז ס'וועט אנמאכן סטרייקס וכו', איז לכאורה נישט אינגאנצן זיכער. די שאלה איז מיט וועלכע תירוץ וועט עם ביבי אפזאגן, אויב זאגט ער עם אפ - ווי דו שרייבסט - כדי צו פארברייטערן די קאאליציע, און מאכן א דיעל מיט כאמאס (וואס יעצט קען ער נישט, צוליב סמוטריץ און בנגביר), וועט עס אדרבה דער עולם שטארק אנעמען, ווייל דאס וויל יעצט א גרויס חלק עולם (ובפרט די וואס האבן דעמאלטס פראטעסטירט אקעגן די אפזאגונג פון גלנט), א דיעל מיט כאמאס און אהיימברענגען די חטופים.

אויב ער וועט עם אפזאגן נאר ווייל ער איז נישט מסכים מיט זיין מדיניות איבער א דיעל מיט כאמאס, דעמאלטס קען זיין וועלן זיין פראטעסטן וכו'.
 
קודם דארף ער אפזאגן גלנט, און דערווייל זאל ביבי ווערן שר הביטחון ביז ער וועט טרעפן די ריכטיגע קאנדידאט. ענדיגען (אנהייבן) די מלחמה וואו עס דארף צו זיין און דערנאך אויפנעמען א פרישע שר הביטחון...
 
קודם דארף ער אפזאגן גלנט, און דערווייל זאל ביבי ווערן שר הביטחון ביז ער וועט טרעפן די ריכטיגע קאנדידאט. ענדיגען (אנהייבן) די מלחמה וואו עס דארף צו זיין און דערנאך אויפנעמען א פרישע שר הביטחון...
און דערנאך ריסקן די לעבנס פון די משכונות און דערנאך פארלירן די קומענדיגע עלעקשאנס..
 
איך מיין אז וואלווי איז מסכים צו באצאלן מיט די משכונות אויב דעס גייט מאכן ביבי גיין.......

און אויב איז לאזן משכנות פאלן ווערט א פרייז מעג דאך ביבי אויך עס קאנסידערן.....

נישט קיין ספק ביי מיר אז די סיבה פארוואס ס'איז בכלל דא משכונות איז ווייל ישראל האט באצאלט א איבערגעטריבענע פרייז אויף שליט. די מציאות איז אז נישט קיין חילוק וועלכע סאלושן מ'נעמט אין באטראכט זענען נישט די משכונות מער סעיף. און ווען יא קומט עס מיט א פרייז אויף אנדערע וואס זענען יעצט יא מער סעיף איז וואס האסטו אויפגעטון?
 
איך מיין אז וואלווי איז מסכים צו באצאלן מיט די משכונות אויב דעס גייט מאכן ביבי גיין.......

און אויב איז לאזן משכנות פאלן ווערט א פרייז מעג דאך ביבי אויך עס קאנסידערן.....

נישט קיין ספק ביי מיר אז די סיבה פארוואס ס'איז בכלל דא משכונות איז ווייל ישראל האט באצאלט א איבערגעטריבענע פרייז אויף שליט. די מציאות איז אז נישט קיין חילוק וועלכע סאלושן מ'נעמט אין באטראכט זענען נישט די משכונות מער סעיף. און ווען יא קומט עס מיט א פרייז אויף אנדערע וואס זענען יעצט יא מער סעיף איז וואס האסטו אויפגעטון?
שיינע פשעטל.
די משפחות פון די משכונות קענען אבער נישט לערנען...

וואס זיי קענען יא, איז האפן אז זייער באליבטע גייען נישט אויס מיט א מיתה משונה רח"ל
 
שיינע פשעטל.
די משפחות פון די משכונות קענען אבער נישט לערנען...

וואס זיי קענען יא, איז האפן אז זייער באליבטע גייען נישט אויס מיט א מיתה משונה רח"ל
איך האף אז דו פארשטייסט אז ס'איז נישט שייך אויסצוטוישן א גאנצע לאנד פאר אפאר משפחות. און אוודאי איז נישט קיין יושר צו אויסטוישן אנדערע משפחות פאר יענע משפחות.
 
מיכאל אברהם האט ווידעראמאל ארויסגעלייגט זיין אנאליזע איבער די צושטאנד מיט די חטופים (אין קורצן: עס איז מאכט נישט קיין סענס איינצוגיין אויף אן איינזייטיגע דיעל מיט חמאס..)
 
דער ביבי דערמאנט מיך פון טראמפ..
דער האט א גאנצע קאבינעט פון מורדים....
קוק די אנדערע וועג, די צוויי טראכטן אזוי אוט אף די באקס, אז רוב קאריערע פאליטיקאנטן פארשטייען נישט צו די מהלך המחשבה.
 
למעשה איז יעצט געשען אן עקסקלעישן אין דער צפון פראנט, איך גלייב נישט אז גלנט גייט יעצט פליען.
 
דערווייל זיצט ער נאך אויפן פאטעל

קוקט אויס ווי די גאנצע זאך איז נישט מער ווי נאך א פאליטישע מאוו פון ביבי צו ריקן גלנט פון זיינע שטייפע מיינונג
 
ס׳איז דא פרישע אפדעיטס מיט ביבי און גלנט, איינער קען אריינקומען מיט מער פרטים?
 
Back
Top