פאליטישע דראמא אין ארץ ישראל: באריכטן אז נתניהו זאגט אפ שר הבטחון יואב גלנט

וואס גייט דעס אויסמאכן לגבי די מלחמה מיט איראן?
 
וואס גייט דעס אויסמאכן לגבי די מלחמה מיט איראן?
איך האב געזען מבאריכטעט אז איראן גייט איבער טראכטן די וואס גייט מען מאכן מיט מדינת ישראל
לאור וואס איז געשען היינט נאכט
 
אזוי האלט איך
קענסט דיך דינגען
אין די פאפירען פון די חמאס ימ"ש איז געשטאנען איז איינע פון די סיבות וואס זיי האבן מחליט געווען אטעקירן מדינת ישראל איז וויל א שר אין ממשלה איז ארויף אויף הר הבית....
גיי ליין נאר די שמועסן וואס האבן געשריגן אלע גדולי ישראל נאך די שמדות וואס די אידן אין א"י זענען אריבער בשנת תרפ"ט אז דאס אלעס איז געקומען צוליב זיך אנרייצען מיט די ציונים
מיטאמאל פון א גור'ע ביסטו געווארן א סאטמארער?🤣
 
מיטאמאל פון א גור'ע ביסטו געווארן א סאטמארער?🤣
א גער'ע?????? שעמסט דיך נישט זיין מוציא שם רע אויף א מענטש???????
קיין גער'ע בין איך קיינמאל געווען קיין שייכות האב איך נישט מיט די נידערעגע מענטשן.

איך שטאם טאקע פון א משפחה א ביסל פאג"י געשטימט (מיין זיידע איז געווען דא אין א"י מרבני פאג"י ומראשי המדברים ביי אסיפות פון אגודת ישראל דא אין א"י) די משפחה אבער האלט זיך נאנט מיט א (אמעריקאנע) רבי'ן וואס איז סאטמער געשטימט, און אלץ בחור בין איך געווען א פייערדיגע חסיד פון יענעם רבין מילא האב בין איך דאן געווען א גאנצע קנאי און געגעסן פעך און שוועבל אויף יעדער וואס ריח אפיקורסות (מצ"א) שמעקט פון דעם און איך האב דורך געלעזט פילע נ"ק און סאטמערע ביכער אסאך שמועסן פון גדו"י אקעגן ציונות אא"ו
איך בין א ביסל עלטער געווארן בין איך ליידער געווארן א משכיל און איך האב אנגעהויבן צו ליינען ביכער פון משכילים, און אזוי ארום בין איך ליידער געווארן א ציוני

און ווען מדארף נאך איך אראפ דעם אלטן @חוקר ודורש (אדער בעט איך פון מיין אייועלט ניק זאל שרייבן דא מיט מיין נאמען) פון בוים און איך שטעל אים שרייבן א תגובה
 
א גרויסע 'גארנישט'!, כאטש וואס די לינקע מויל-מאכער פרובירן צו קאכן א קאשע אז יא
א גרויסע גארנישט ווייל דערוויל די גאנצע איראן האט זיך אויף געוויזן ווי א גרויסע גארנישט
 
אכן נודע הדבר

היינט איז די געבוירן טאג פון מרת שרה מילקאווסקי.......

ואידך זיל גמור.....
 
געוואנטשן אויף די שריט: ביבי'סטן, ערוץ 14, איתמר בן גביר, חמינאי, חמאס....

פארשטיין קען יעדער וואס דאס מיינט, און וואס איז גלייך צו די אלע......
 
מ'דארף טוישן די קעפעל פון די אשכול צו ''נתניהו  האט אפגעזאגט שר הבטחון יואב גלנט. (אדער קען מען עפענען א נייע אשכול)
 
שכח! געטוישט
 
אפס קצהו ווי אזוי די לינקע מידיע קוקט אויס
 
בייגעלייגטע פיילס

  • בסך הכל צילום מסך.jpg
    בסך הכל צילום מסך.jpg
    165.7 KB · געזען: 21
אפס קצהו ווי אזוי די לינקע מידיע קוקט אויס
דו וויסט איך זאל דיר ברענגן סקרין שאטס פון די רעכטע מידיע עס צען מאל ערגער

און אגב זיי שרייבן נישט אז זיי ווייסן נישט נאר אז די גורמי בטחון האבן נישט געוויסט - פארוואס יא עס איז געווען אנפאנג מלחמה זיי האבן נישט גיהאט צייט צו ליינען מידיע

און אגב דאגב אויב געדענק איך גוט די צעטל האט מפרסם געווען נישט א אנדערע ווי דער ווארט זאגער פון די רעכטע ינון מאגאל…
 
און אגב דאגב אויב געדענק איך גוט די צעטל האט מפרסם געווען נישט א אנדערע ווי דער ווארט זאגער פון די רעכטע ינון מאגאל…
ס'נישט מגל, נאר עמית סגל, וואס איז ביבי'ס פארטיידיגער אין 12, און דרייען א קאשע אז 12 אליינס האט עס געברענגט, ווען ס'איז א שרייבער וואס איז נאנט צו ביבי (ער האט אפילו ארויסגעגעבן א ביכל אויף עם) איז טיפיקלי די רעכטע קאפ דרייענישן.

מיין קשיא צו די רעכטע איז אייביג, אויב ביזסטו גערעכט פארוואס דארפסטו כסדר זאגן ליגנטס אין דיינע ארגומענטן?

און דאס איז אן אריינגיין אין די עצם פרשה וואס ס'איז דא אסאך צו רעדן איבער דעם.
 
גערעכט כ׳האב מיך טועה געווען
איך בין טאקע א genius אבער מיט האלטן 10 שמועסן אין 15 אנדערע פלעצער קען איך מיך אמאל טועה זיין (בפרט אז מיט נעמען האב איך א שווייכקייט)
 
מאנכע קלערן אז ביבי האט געווארט אפצוזאגן גלנט אויף היינט ווען די מידיא איז פארנומען מיט די אמעריקאנע עלעקשאנס, ס׳זאל נישט זיין אזוי סאך אין די נייעס.
 
מאנכע קלערן אז ביבי האט געווארט אפצוזאגן גלנט אויף היינט ווען די מידיא איז פארנומען מיט די אמעריקאנע עלעקשאנס, ס׳זאל נישט זיין אזוי סאך אין די נייעס.
אדער ווען ס'פלאצט אויס די נייע פרשה פון זיין משרד, כדי די מידיע זאל רעדן פון דעם, און נישט פון די נייע פרשה.
 
ס'נישט מגל, נאר עמית סגל, וואס איז ביבי'ס פארטיידיגער אין 12, און דרייען א קאשע אז 12 אליינס האט עס געברענגט, ווען ס'איז א שרייבער וואס איז נאנט צו ביבי (ער האט אפילו ארויסגעגעבן א ביכל אויף עם) איז טיפיקלי די רעכטע קאפ דרייענישן.

מיין קשיא צו די רעכטע איז אייביג, אויב ביזסטו גערעכט פארוואס דארפסטו כסדר זאגן ליגנטס אין דיינע ארגומענטן?

און דאס איז אן אריינגיין אין די עצם פרשה וואס ס'איז דא אסאך צו רעדן איבער דעם.
וואס א חילוק ווער ס'האט עס מפרסם געווען? פיין זאל עס זיין עמית סגל, עס איז אבער א עכטע דאקומענט, און בשעתו ווען ס'איז נתפרסם געווארן האט קיינער נישט געלייקנט די אויטענטישקייט פון דעם, אבער פלוצלינג ווען נתניהו האט עס געזאגט ברבים האט די (לינק-געפירטע) מערכת הבטחון עאלק "נישט געוואוסט דערפון" (זיי האבן נאר געוויסט פונעם אנדערן דאקומענט אז בן גביר איז שולדיג אין אקטאבער 7)
 
ווען די דאקומענט איז ארויסגעקומען דורך סגל, האט יעדער מיט צוויי אויגן גלייך פארשטאנען פון וועם ס'קומט.

די דאקומענט האט אפיציעל געוויזן אז נתניהו'ס צוגאנג איז די ריכטיגע צוגאנג. יעדער בר דעת פארשטייט אז אזעלכע זאכן נעמט מען מיט א זאלץ מעסטל, בפרט ווען ס'קומט פון סגל, וואס איז פארגלייבט אין ביבי.
 
אויב כ'האב גוט געזען האט סגל געצייגט א קאפי פונעם דאקומענט, סאו וואס דארף מען נעמען מיט א זאלץ מעסטל?

און די אנדערע דאקומענט איבער בן גביר מעג מען אויך נעמען מיט א זאלץ מעסטל? דארט מעג אויך יעדער מיט צוויי אויגן פארשטיין פון וועם ס'קומט? און מ'מעג אויך טראכטן פארוואס די 'מערכת הבטחון' האט נישט געוואלט מפרסם זיין דעם 'בילד' דאקומענט אז די לינקע קפלן פראטעסטירער דינען סינוואר'ס אינטערעסן?
 
דו קענסט אראביש? איך נישט.

יא, אלע דאקומענטן וואס דו קענסט נישט ליינען, וואס דינען א פאליטישע ציל נעם מיט א זאלץ מעסטל.

פארוואס די מערכת הביטחון האט נישט געוואלט מפרסם זיין, זאגן זיי ווייל ס'קען לייגן זייערע אינפארמענטס אין סכנה.
און בדרך אגב, איינע פון די חששות איז אז ביבי'ס חברה האבן געפעלשט די דאקומענטן כדי ס'זאל שטימען מיט זייער אגענדע, סאו צי נישט קיין מסקנות אז די מערכת הביטחון האט עס נישט געוואלט מפרסם זיין כדי צו באשיצן די קפלן'ינסטן.
 
Back
Top