פארוואס אזויפיל גיטין? וואס איז די עצה?

מענין לענין האב איך לעצטנס געהערט אז איינער פון די גאר גרויסע גבירים ביים היימישן ציבור האט גענומען אלס זיין ערשטן איידעם א בחור שנתן עיניו בו, עי גוד לוקינג פעלע, דוקא א געשמאקער און א שטיקל בר הכי, ער האט זיך געלאזט צאלן אסטראנאמישע סכומים, אנגעהויבן ביי די שדכנים וואס האבן באקומען שווערע צענדליגע טויזנטער דאלאר קעש, געענדיגט מיט שבע ברכות'ן וואס איטליכע האבן געקאסט מיליאנען, דער איידעם איז שטייצעך באלד געווארן א מיליאנער שחל להיות ראש הכולל אינעם כולל וואס זיין שווער פינאנצירט; א טאג נאך שבע ברכות.

ס'האט נישט גענומען לאנג ביז דער איידימ'ל וואס איז שוין א היבשער תורה וגדולה'ניק, האט זיך גענומען צוריקגיין צו די דיפאולט סעטטינגס און זיך אנגעהויבן ארויסשארן פון שטוב כחצות היום מיט די נאסע פיאות, מעשה בני מלכים מיט א שמוץ אריבער.
דער גביר האט טאקע אויפגעהערט צאלן די כולל יונגעלייט די לעצטע פאר חדשים, המקום ימלא חסרונם.

ע"כ המעשה.
פארוואס זאג איך עס, קודם כל, ווייל כ'וויל אז מ'זאל וויסן, והשנית, ווייל מ'דארף ווערן אינספירירט און ווייטער אנגיין.
 
לעצט רעדאגירט:
עס זענען דא זאכן וואס גייט שוין אן מאז היתה אדם לגוי, און יעדע שטיק צייט וואונדערט זיך פון פריש. וואס גייט לעצטנס פאר אזויפיל מלחמות? ערדציטערנישן? גיטין?

דא האסטו די זעלבע שאלה געפרעגט צען יאר צוריק
Why is There So Much Chasidic Divorces Recently - קאווע שטיבל
 
Back
Top