פארוואס אזויפיל גיטין? וואס איז די עצה?

מענין לענין האב איך לעצטנס געהערט אז איינער פון די גאר גרויסע גבירים ביים היימישן ציבור האט גענומען אלס זיין ערשטן איידעם א בחור שנתן עיניו בו, עי גוד לוקינג פעלע, דוקא א געשמאקער און א שטיקל בר הכי, ער האט זיך געלאזט צאלן אסטראנאמישע סכומים, אנגעהויבן ביי די שדכנים וואס האבן באקומען שווערע צענדליגע טויזנטער דאלאר קעש, געענדיגט מיט שבע ברכות'ן וואס איטליכע האבן געקאסט מיליאנען, דער איידעם איז שטייצעך באלד געווארן א מיליאנער שחל להיות ראש הכולל אינעם כולל וואס זיין שווער פינאנצירט; א טאג נאך שבע ברכות.

ס'האט נישט גענומען לאנג ביז דער איידימ'ל וואס איז שוין א היבשער תורה וגדולה'ניק, האט זיך גענומען צוריקגיין צו די דיפאולט סעטטינגס און זיך אנגעהויבן ארויסשארן פון שטוב כחצות היום מיט די נאסע פיאות, מעשה בני מלכים מיט א שמוץ אריבער.
דער גביר האט טאקע אויפגעהערט צאלן די כולל יונגעלייט די לעצטע פאר חדשים, המקום ימלא חסרונם.

ע"כ המעשה.
פארוואס זאג איך עס, קודם כל, ווייל כ'וויל אז מ'זאל וויסן, והשנית, ווייל מ'דארף ווערן אינספירירט און ווייטער אנגיין.
 
לעצט רעדאגירט:
עס זענען דא זאכן וואס גייט שוין אן מאז היתה אדם לגוי, און יעדע שטיק צייט וואונדערט זיך פון פריש. וואס גייט לעצטנס פאר אזויפיל מלחמות? ערדציטערנישן? גיטין?

דא האסטו די זעלבע שאלה געפרעגט צען יאר צוריק
Why is There So Much Chasidic Divorces Recently - קאווע שטיבל
 
NEW: Lakewood Boasts a 99% Marriage Success Rate Amongst BMG Yeshiva Students.New divorce data was revealed in a new shalom bayis column in the Voice of Lakewood magazine.3,221 boys got married in the last 3 years. Out of those, there were 29 divorces.That's a .09 percent divorce rate of couples within first 3 years of marriage. 12 years ago, when they last ran the numbers, the divorce rate was a bit higher at 1.8

percent. We do hear of more divorces today but that's only because the number of marriages has increased tremendously Boruch Hashem.

View: https://x.com/FrumTikTok/status/1891548517811835211
 
יעצט דארפן זיי מאכן אן אנאנימער סורוועי אויף ווי העפי די קאפלס זענען.

בלייבן חתונה געהאט איז נישט די זעלבע ווי זיין העפי.

אויך די דריי יאר, וואס עפעס דריי?
איך וואלט געוואלט וויסן ביי צען.
אין א פלאץ ווי מ'האט גלייך קינדער, וועלן אסאך קאפלס פרובירן ארבעטן פאר א לענגערע צייט פארן אויפגעבן, צוליב די קינדער.

בקיצור, די וויכטיגסטע איז צו וויסן ווער עס מאכט די אנקעטעס און וואס די אגענדע איז.
 
אדער ניין אדער נישט
 
מענין לענין האב איך לעצטנס געהערט אז איינער פון די גאר גרויסע גבירים ביים היימישן ציבור האט גענומען אלס זיין ערשטן איידעם א בחור שנתן עיניו בו, עי גוד לוקינג פעלע, דוקא א געשמאקער און א שטיקל בר הכי, ער האט זיך געלאזט צאלן אסטראנאמישע סכומים, אנגעהויבן ביי די שדכנים וואס האבן באקומען שווערע צענדליגע טויזנטער דאלאר קעש, געענדיגט מיט שבע ברכות'ן וואס איטליכע האבן געקאסט מיליאנען, דער איידעם איז שטייצעך באלד געווארן א מיליאנער שחל להיות ראש הכולל אינעם כולל וואס זיין שווער פינאנצירט; א טאג נאך שבע ברכות.

ס'האט נישט גענומען לאנג ביז דער איידימ'ל וואס איז שוין א היבשער תורה וגדולה'ניק, האט זיך גענומען צוריקגיין צו די דיפאולט סעטטינגס און זיך אנגעהויבן ארויסשארן פון שטוב כחצות היום מיט די נאסע פיאות, מעשה בני מלכים מיט א שמוץ אריבער.
דער גביר האט טאקע אויפגעהערט צאלן די כולל יונגעלייט די לעצטע פאר חדשים, המקום ימלא חסרונם.

ע"כ המעשה.
פארוואס זאג איך עס, קודם כל, ווייל כ'וויל אז מ'זאל וויסן, והשנית, ווייל מ'דארף ווערן אינספירירט און ווייטער אנגיין.
מ'דארף עפענען א עקסטערע שנירל צו מיטוויינען מיט די כולל יונגעלייט וואס ווערן אויסגעהאלטן דורך זייער שווער ...
נישט קיין עולם הזה און נישט קיין עולם הבא
 
מ'דארף עפענען א עקסטערע שנירל צו מיטוויינען מיט די כולל יונגעלייט וואס ווערן אויסגעהאלטן דורך זייער שווער ...
נישט קיין עולם הזה און נישט קיין עולם הבא
איך האב אויך אמאל אזוי געהאלטן ביז איך האב פארלוירן מיין דזאב, איך וואלט גערן געטרינקען א קאווע יעדע צוויי שעה ווען די שווער צאלט די רענט
 
מיין שוואגער טוט אביסל אין שלום בית, פון די פאר מעשיות וואס איך האב ארויסגעקוועטשט פון עם (שטייטסעך אן א נאמען) קוקט מיר אויס ווי רוב פעלער איז איינס פון דריי סיבות

  1. די אינגערמאן האט געפענט די אויגן און באמערקט אז זיין ווייב איז נישט די איינציקסטע פרוי אין די וועלט, און וויבאלד זיין אשת נעורים האט געשאקלט יא נאך א 20 מינוט בעשוי רעדט ער זיך איין ער קען באווייזן די מופת מיט א מאדעל אין א באר
  2. אידישקייט, דא אין קרעמל קוקט מען עס לכאורה אן גאר מאדנע אבער למעשה איז עס א גרויסע פראבלעם, אפשר איין טאג וועל איך האבן א מעשה וואס איך קען מיטיילן אבער דאס איז מער פאסיג פאר מילתא דיבדיחותא, רוב מאל איז עס ממש שטותים און ניטאמאל א חרם דרבינו גרשון אבער ווען די שווער און כלה טיטשער מישן זיך אריין איז אלעס הלכה למשה מסיני און עשרת הדברות
  3. און 99% איז נישט דא קיין אהבה in the first place די אינגעלייט פארשטייען נישט פארוואס זיי דארפן זיך מוטשען לויפן קאנסאלינג צוויי מאל א וואך, פון די אנדערע זייט די פרויען פארשטייען נישט פארוואס איר מאן איז נישט צופרידן ווען זי מאכט די בעסטע סאפער
די שאלה איז נישט פארוואס ס'איז דא גיטין, נאר פארוואס איז נישט געווען ביז היינט און אונז ווייסן אלע די ענטפער
 
1. איז פשוט תאווה.
2. איז די רעדע אויך פון געוויסע תאוות.
3. איז דאך די נקודה אליין.

און אנדערע ווערטער, מ׳האט פארגעסן אז א חוץ תאווה איז דא א מושג פון אהבה.

יעצט, איז דאך שוין באקאנט די חקירה מיט וועלכע מ׳הייבט אָן און ס׳ברענגט די צווייטע אהבה/תאווה.

בעצם קעמען טענה׳ען אז אלענפאלס דארף מען ארבייטן אויף אהבה און אלעס וועט זיך דערנאך שטעלן אין פלאץ, נאר כ׳אב לעצטענס געהערט א טענה, אז דאס איז נאר אויב מ׳האט מלכתחילה געוואלט דעם שידוך. משא״כ אז מ׳האט פלעין מסכים געווען נאך א קורצע בעשוי ווייל מהאט נישט געהאט קיין אהנונג וואס פליהט איז נישט שייך צו ארבייטן בכלל אויף אהבה.

מאידך גיסא, למשל הרב מאניס פריעדמאן האלט אז בעצם קען יעדע סארט שידוך זיך אויסארבייטן.. עפעס אזוי..

וואס איז די מיינונג פון ענק חברי הקרעמל?
 
יש״כ טייערע חבירים, איך עפרישיעט זייער ענקער פידבעק. און כ׳וויל צולייגן א וויכטיגע נקודה וואס כ׳האב אריינגעשמירט אין די ״ועוד ועוד״.

@לייביש שרייבער שרייבט דא

סאוי לאור וואס כ׳האב ערווענט אז ס׳כמעט נישטא אן אנדערע עספעקט אין לעבן ווי איינער איז באמת אנגעוויזן אויפן אנדערן, דעריבער בלייבט ׳סעקס׳ אלץ דער איינציגסטע בריח התיכון אינעם רילעשענשיפ. און אין א מערידזש ווי ס׳איז נישט ווי ס׳דארף צו זיין איז צרות...

און טאקע אפילו דעי נקודה, איז געווארן און ווערט שוואכער און שווערער.

ווייל אלטערנעטיוו׳ס פארן מאן ווערט מער און מער אוועילעבל, ווי למשל ׳פּארן׳, אזאך וואסיז אמאל נישט געווען, איז היינט עפעס וואס מאכט אים ווייניגער אנגעוויזן אין איר.

און ביי די פרויען אויך, מיינעך אז זיי פארלירן די אינטערעסע און תשוקה צו די מענער. און ס׳איז לכאורה טאקע אויך געבינדן מיט די כלליות׳דיגע נישט זיין אנגעוויזן אין די מענער פאר די חיי יום יום. ווייל די תשוקה ביי דעם פרוי, איז אנדערש ווי ביי מענער ווי ס׳איז בעיקר געבויעט אויף פיזיקעל עטרעקשאן, איזעס ביי די פרויען געבויעט אויף דעם מאנ׳ס זיין די פראוויידער און איר פראטעקטער.

עס איז אינטערעסאנט וואס דו אבזערווירסט דא

ווייל דאס איז טאקע א גלאבאלע (אדער עכ"פ נאציאנאלע) פענאמענען אז פרויען פונעם יונגערן דור - זשען זי - רעפרעזענטירן א גרעסערע פראצענט פון זייער יארגאנג אין די קאלעדזשעס ווי די מענער, און אין די זעלבע צייט איז דא א 'יונגע-מענער-קריזיס', ווען ריזיגע חלקים פון די דעמא טרעפן זיך עלנד אן קיין גירלפרענד / ווייב. אין די וועלט איז אנגענומען אז דאס האט מיט סאשעל מידיא צי אנדערע דיזשיטעל עידזש נושאים, נאר די קשיא איז עס וואלט זיך געדארפט אויסגלייכן מיט די צאל פרויען און עס איז נישט דא קיין קריזיס בכלל. דיין טעזע מאכט מער סענס, פונקט אין די צייט וואס פרויען ווערן ווייניגער אנגעוויזן אויף מענער פינאנציעל, שפירן זיי שוין אויך ווייניגער אינטערעסע

ביים היימישן ציבור לויפט עס אבער אנדערש, קודם איז דא זייער ווייניג פרויען וואס פארדינען גענוג צו אליינס פירן א שטוב, חתונה מאכן קינדער וכדו' (נישט אז מענער זענען אזויפיל בעסער, אבער מען דארף קענען טראגן דעם עול), איז קען זיין זיי טראכטן נישט דאון די ליין, אבער מער מסתבר איז אז מיר זענען א וויקטים פון אונזער אייגענער סוקסעס, דאס אויסרייסן יעדן ביסל 'לאסט' פון די מיידלעך אונטערן מאנטל פון 'הייליגקייט און ריינקייט' און דאס דערדרוקן די פעמיניסטישע אייגנשאפטן אונטערן מאנטל פון צניעות, האט טאקע אהער געשטעלט א דור פון מיידלעך וואס הייבן נישט אן צו כאפן מה לי ולצרה הזאת

עס גייט זיין העכסט אינטערסאנט ווען די הוגי דעות ביים ציבור וועלן אנהייבן צו רעאגירן צו די אנטוויקלונג. דערווייל זענען זיי פארנומען צו באקעמפן אמשארפסטן סיי וועלכע פרואוו צו ענהענסן די סעקס לייף פון די ווייב, (וואס העלפט כדי איר צו געבן כאטש אביסל מאטיוו צו פארבלייבן אין די מעריזש און פרובירן אנהייבן בויען א ליבע מיטן מאן), אבער אין די זעלבע צייט זענען פילע פון זיי שטארק פאראינטערסירט אין די לאוו לייף פון די יונגע קאפלס אויך... און ווי נאר זיי וועלן כאפן וואס קומט פאר וועט לכאורה קומען א שטארקע סווינג אין די פארקערטע ריכטונג, מען דארף נאר אויס פיגורן וואס און וויאזוי צו פיוואטן
 
איך האב אויך אמאל אזוי געהאלטן ביז איך האב פארלוירן מיין דזאב, איך וואלט גערן געטרינקען א קאווע יעדע צוויי שעה ווען די שווער צאלט די רענט
short term maybe, and maybe not
עס איז א עקעלדיגע און דערנידעראינג געפיל פאר אן עדאלט בפרט א מאנספערזאן צו דארפען צוקומען צו אנדערע און בפרט צו ווערען כמעט אינגאנצען אויסגעהאלטען.
דאס איז נאך פאר די פראבלעם אז פיהל מאל וועט די שווער זיך אריין משין אין זיין לערנען וכדומה מיט די טענה אז ער באצאלט...
 
אבער אין די זעלבע צייט זענען פילע פון זיי שטארק פאראינטערסירט אין די לאוו לייף פון די יונגע קאפלס אויך... און ווי נאר זיי וועלן כאפן וואס קומט פאר וועט לכאורה קומען א שטארקע סווינג אין די פארקערטע ריכטונג, מען דארף נאר אויס פיגורן וואס און וויאזוי צו פיוואטן
נישט קלאר פארשטאנען.. ביטע אויב דו קענסט דיר מער ערקלערן, א דאנק.
 
אבער ווען די שווער און כלה טיטשער מישן זיך אריין איז אלעס הלכה למשה מסיני און עשרת הדברות
האסט אנגעכאפט זייער א הייסע subject איך קען יעצט נישט אזויפיל מאריך זיין אבער די נושא פון כלה טיטשערס איז גאר ביטער בכלליות כידוע, אבער בפרטיות דאס אז זיי מאכן זיכער אז אשנטאט די פרוי זאל זיין געטריי און טראסטען די מאן ווערן זיי נאך א פאליסמאן אנטשולדיגט פאליס פרוי, ב"ה אכשר דרא און אסאך פון די נארמאלערע אויב מען קען זיי אזוי רופן באקן דאס יא אריין, אז מען מעג יא טראסטען די מאן ער איז נישט קיין שייגץ ביי דיפאלט און ער קען אפילו מאכן א טעות ער אזי נישט די מלאך וואס מען האט די איינגערעדט ביים שידוך, דארפסט נישט לויפן צו טאטי מאמי כלה טיטשער אויף יעדע קלייניקייט, פארשטייט זיך אז אמאל איז דא עפעס מער א ערנסטע רויטע לייט דארף מען עס געהעריג דורך רעדן אבער נישט גלייך מאכן אן אלארם, לאז די עלטערן אינדרויסן.
 
יעצט דארפן זיי מאכן אן אנאנימער סורוועי אויף ווי העפי די קאפלס זענען.

בלייבן חתונה געהאט איז נישט די זעלבע ווי זיין העפי.

אויך די דריי יאר, וואס עפעס דריי?
איך וואלט געוואלט וויסן ביי צען.
אין א פלאץ ווי מ'האט גלייך קינדער, וועלן אסאך קאפלס פרובירן ארבעטן פאר א לענגערע צייט פארן אויפגעבן, צוליב די קינדער.

בקיצור, די וויכטיגסטע איז צו וויסן ווער עס מאכט די אנקעטעס און וואס די אגענדע איז.
איך האב מאריך געווען דארט אויף עקס.

ביטע לייקן דארט עס צו געבן מער visibility.

View: https://x.com/MarShoshani/status/1891909383056994314?t=_AL6TCh4Vye_q9QbfiQZ7Q&s=19
 
צווייטנס, איך האנדל אליינס מיט בחורים, און איך האב אויך געהערט פון געוויסע מדריכי חתנים, אז עס איז ווייט נישט אזוי שלעכט ווי דו לייגסט עס אראפ.
קען זיין

אבער נישט אייביג ווייסט ד חתן מדריך....

און געניג בחורים, ווייסט קיינער! נישט וואס זיי קוקן אלץ
 
איינער וואס איז באקאנט מיט די סיטואציע, זאגט מיר אז די סיבה איז ווייל אכציג פערצענט בחורים היינט צו טאג זיצן אויף פארן און האלב דערפון פארופען זיך עמטליך אלץ אפיקורסים און די צאמשטעל מיט די תמימות׳דיגע מיידלעך הייבט נישט אן צו שטימען
איטערסאנט מיינע חברים פאר 25 יאר צירוק האבען אלע געוואטשט פארן און חתונה געהאט מיט פרומע מיידלעך קיין איינס האט זיך נישט געגט
 
25 יאר צירוק איז שוין געווען פארן?
וודאי אין ישיבה קטנה איז געווען א בחור ער פלעגט גיין קויפען די מאגאזין און נאך דעם האט ער געטיילט שריים און ישיבה גדולה האט מען שוין געהאט די VHS ווידיא טעיפס אוי די לעכטיגע בחורישע יארען
 
Back
Top