לאז לעבן...
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- נאוו. 26, 2024
- מעסעדזשעס
- 18
- רעאקציע ראטע
- 73
משי, א חשובע ישיבה בחור זיצט געשמאק און לערנט, ס׳בין הסדרים ער כאפט אריין א געשמאקע זייטיגע לימוד ווען זיין ראש ישיבה, א עלטערע איד קומט צו צו אים אז איינער ווארט אים אינדרויסן. משי טראכט ווער קען עס זיין? ער מאכט צו זיין מאור ושמש און גייט ארויס. זיין טאטע און מאמע ווארטן אים אפ מיט א טעקסי, קום מ׳גייט זאגט זיין מאמע, אבער ווי פרעגט משי, זארג נישט שרייט זיין טאטע מ׳גייט צום בעשוי...
משי האט זיך געטראפן מיט זיין צוקונפדיגע כלה שרי, אויך ממש ווי אים א איידעלער בחנטע מיידל האט געהאפט אלע יארן צו באקומען א מאן א ת’’ח, חתונה געהאט, נאך א יאר געהאט א יונגל למז”ט ויקרא שמו בישראל שמולי, און זאכן פארן ווי א באן.
8 יאר שפעטער, משי, שוין היינט א שטיקל ר׳ משה, א גאר חשובע כולל יונגערמאן זיצט זיך פארטיפט איכער א שווערע נתיבות און זיין טעלעפאן צוקלינגט זיך, ווי פארשטענדליך, ר׳ משה הייבט נישט אויף, אבער זעהנדיג אז יענער לאזט נישט נאך כאפט ער א בליק נאר צו זען אז ס’זיין אשת חיל שרי וואס רופט.
א דערשראקענער לויפט ער צום קאווע צימער און רופט צוריק, שרי מיט א קול געשטיקט אין טרערן זאגט אז זי האט יעצט באקומען א פאון קאל פון שמולי׳ס משגיח אז שמולי דרייט איבער די חדר מ׳מוז אים אהיימשיקען און די עלטערן דארפן היינט ביינאכט ארפקומען פאר א מיטינג.
ביים מיטינג האט די מנהל זייער קלאר געמאכט אז שמולי איז די טראבל מעיקער פון חדר מ׳קען זיך נישט אַן עצה געבן מ׳גייט מוזן טוישן חדר...
בכיות, טוישונגען, פרייוועט מלמדים, קנסות, אלעס האט געארבעט א רטח.
שמולי האט שוין בר מצוה, ער ווערט עלטער, זיין מאמע פארגיסט טייכן טרערן אז שמולי זאל כאטש דאווענען מיט מנין, אבער שמולי האט אנדערע פלענער.
פילנדיג אז זיינע עלטערן זענען נישט אויף זיין פעידזש, ער אנז נישט עקסעפטעד אינדערהיים האט ער ביי די 15 יאר מחליט געווען אז שלום על ישראל כ׳גיי מיר פון דא.
א שטורעם האט זיך אפגעטון ביי ר׳ משה אינדערהיים, געוויינט געקלאגט, שרי האט אנגעהויבן אביסל נאכלאזן פון די שטוב ארבעט, און צוביסלעך האט עס אויסגעקלאפט אויף די אנדערע קינדער.
די 11 יעריג שלום האט אנגעהויבן צו ווייזן סימנים פון ענקזייעטי די 9 יעריג חני האט אנגעהויבן האבן געפערליכע או סי די א.א.וו.
עסקנים האבן זיך אריינגעמישט און פארבינדן ר׳משה מיט אבי פישהאף פון קשר נפשי, ר׳ משה און שרי האבן מיטגעהאלטן א גאר געהויבענע שבתון און צוביסלעך האט זיך די קשר מיט שמולי צוריקגעבויעט.
שמולי איז צוריק אהיימגעקומען, אבער.... ר׳ משה, טיף אינעווייניג האט אים עס נאך אזוי געגעסן...
לימים טרעף איך ר׳ משה, מיין רילעישנשיפ מיט ר׳ משה גייט נאך צוריק פון ישיבה ווען מיין טאטע העט גע׳גארט אז ס׳זאל עפעס אויסוואקסן פון מיר און ער האט געדינגען ר׳ משה צו לערנען מיט מיר, כ׳האב אלעמאל געהאט א שטיקעל אישוּ מיט ריספעקט, סא כ׳פלעג אים רופן משי... און כ׳הייב אן א שמועס מיט אים.
צוביסלעך פארט די שמעוס אריין צו די נושא וואס הייסט שמולי.
איך האב געלערנט מיט שמולי אין ישיבה און אונז זעמיר געווען זייער נאנט.
משי פארציילט ווי שווער ס׳איז אים צו האבן אזא קינד ווי שמולי, און איך מיט מיין בלאָנטע תמימות פרעג איך אים, זאג מיך באמת, וואס איז אזוי שווער צו האבן אזא זון?
משי: וווווואאס?? וואס הייסט, פארוואס האבן אונז בכלל קינדער? לגדלה לתורה ולמעשי’’ט!! וואס איז מיט דיר??
איך: יא אלעס פיין און וואויל, אבער וואס איז די פעעעין?? נו, האסט זיי געוואלט מחנך זיין איין וועג אין ס׳דיר נישט געגאנגען... סא, ביזט פשוט דיסעפוינטעד?
משי: כ׳פארשטיי דיך בכלל נישט, כ׳האב אים באמת ליב! כ׳קען נישט זען ווי ער טוט זאכן קעגן רצון השם. כ׳האלט נישט אויס די שטראָף וואס ער גייט באקומען....
איך: ער וואוינט ביי דיר, יא?
משי: יא!
איך: ער קומט שבת צום סעודה?
משי: אפאָר מאל, אוי... הלוואי קומט ער אָפטער
איך: וואס טוט זיך מיט יין נסך? שמולי היט דאך נישט קיין שבת...
משי: וואס הייסט?? שמולי איז א תינוק שנשבה, ווייסט וואס ער האט זיך אלס צוזאמגעליטן?! די רבוש׳׳ע טשאטשקעט זיך מיט אים.
איך: אהה, סא אין גיהנום גייט ער נישט גיין סא ס׳דא עפעס אנדערש וואס באדערט דיך.
משי: קוק אהער, דארפסט פארשטיין א או טי די קינד גייט דורך געפערליכע אינערליכע אימושינעל פעין, ס׳טוט מיך פשוט ווי אים צו זען אין א מצב פון פעין...
איך: סארי אז כ׳בין אזוי בלאָנט, כ׳וויל עס נאר מער פארשטיין. שמולי, ווי ס׳קוקט אויס איז גאנץ בסדר ער קוקט אויס אויסגעהיילט פון זיין פעין... ווער ס׳האט יעצט אימושינעל פעין איז מער דיין אנדערע קינדער, און מיט זיי ביזטו גאנץ רואיג, האלסט און איין זאגן, נע ס׳עט אריבערגיין, טערעפי? נע, פעלט נישט אויס...
משי: ביזט גערעכט... אבער טראכט אריין א מינוט, אלע מיין חברים, די גאנצע קהלה, יעדער ווייסט וועגן שמולי, יעדע מאל כ׳קום אריין אין שול טראכט איך, ווי סאך מענטשן קוקן יעצט אויף מיר אלס רחמנות?! וואס גייט זיין מיט שידוכים? מיינע קינדער קענען מיך צומאל פרעגן קושיות וואס כ׳האב נישט אלע מאל די תירוץ...
איך: אההההההה.........

לעצט רעדאגירט: