פראדזשעקטס אין קרית יואל - מאנרא

משה רבינו

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 13, 2024
מעסעדזשעס
132
רעאקציע ראטע
308
פונקטן
73
גערוקט פון דא

איך ווייס נישט ווי עס צו מעלדן..

די בערקוי גרופע וואס בויט דעוועלעפמענטס אין בלומענבערג האט גענומען דיפאזיטס דריי יאר צוריק אין זיך אויפגעטאן אז ער בעט ווייניגער ווי דריי הונדערט דאללער א סקוויר פוס.

היינט האט ער געשיקט אן אימעיל אז מען גייט בקרוב קלאזון און ער בעט 35% מער פון די אריגינעלע פרייז.

מענטשן וואס האבן געקויפט דארטן זענען נישט קיין רייכע מענטשן מילד גערעדט, און זיי פילן זיך יעצט באטראפן און אויסגעשפילט.

די מוסר השכל פון די מעשה איז: דו זאלסט קיינמאל נישט געבן קיין דיפאזיט אן א קאנטראקט אונטערגעשריבן דורך א לויער.

נ.ב. אייוועלט האט אראפגענומען די נייעס.
 
גייט שוין אן אפאר יאר און קרית יואלביי פארשידענע דעוועלפמענטס, און דער עולם שיסט ווייטער דעפאזטיס,

מוסר השכל ארבעט נישט ביי אינזער קאמיונטי
 
דער פראבלעם נעמט זיך ווייל עס איז נישט ערלויבט געזעצליך צונענמן א דעפאזיט בעפאהר עס איז פערטיג בנוי ומשוכלל , און מען האט איינגעפירט אז מען דעפאסיטס מיט יידישע שטרות, און דארט שרייבט מען א לשון אס דער דעוועלעפאר וועט מאכען גוטע השתדלות פאר די פרייז צו דעליווערן ,און ווען מען גייט אריין אין די הסכם מיינט עס,אז מען עקספעקטען אז ביי די גמר מכר וועט ער מוסיף וויפיעל דער מארקעט איז, דער פראבלעם איז פשוט אינדעם לשון, ווי אזוי די כותבי שטרות האבען עס מסדר געוועהן, צו פראטעקטען דעם דעוועלאפער.
 
גייט שוין אן אפאר יאר און קרית יואלביי פארשידענע דעוועלפמענטס, און דער עולם שיסט ווייטער דעפאזטיס,

מוסר השכל ארבעט נישט ביי אינזער קאמיונטי
איין סינגל בילדער יוזפא לאנדא, און ער שטייט טאקע ליידיג מיט זיין נייע בלומגראוו דעוועלאפמענט.

מוסר השכל ארבעט פיין
 
האט גארנישט מיט קרית יואל, דאס איז בלומינגבורג, קרית יטב לב
 
איין סינגל בילדער יוזפא לאנדא, און ער שטייט טאקע ליידיג מיט זיין נייע בלומגראוו דעוועלאפמענט.

מוסר השכל ארבעט פיין
זלמן לייב ווייס,
שמואל ברוך שטערן ביי מרדכי שעהר,
יאמי ווערצבערגער אפאר הונדערט דירת ביי עיקר פוינט,

יאסל לאנדא האט נאך קיינמאל צי געבעטן, ער ענדיגט טאקע נישט, אבער צי געבעטן האט ער אויך נישט,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איין סינגל בילדער יוזפא לאנדא, און ער שטייט טאקע ליידיג מיט זיין נייע בלומגראוו דעוועלאפמענט.

מוסר השכל ארבעט פיין
ווען מוסר השכל ארבעט ווען, וואלט עקיבא הערש נישט געהאט קיין סינגעל דעפאזיט, נאך די הונדערטער אנזעצעס פין ברך משה אפאר יאר פריער,
 
פלעגט אזוי זיין די נארמע אין וויליאמסבורג, יארן לאנג פלעגט מען נעמען דעפאזיטס און שפעטער צובעטן ביים ענדיגן. ואין פוצה פה ומצפצף
 
ווען מוסר השכל ארבעט ווען, וואלט עקיבא הערש נישט געהאט קיין סינגעל דעפאזיט, נאך די הונדערטער אנזעצעס פין ברך משה אפאר יאר פריער,
ברך משה איז נישט געווען עקיבא הערש. ס'איז געווען יענקי סופר.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווען מוסר השכל ארבעט ווען, וואלט עקיבא הערש נישט געהאט קיין סינגעל דעפאזיט, נאך די הונדערטער אנזעצעס פין ברך משה אפאר יאר פריער,
נישט דא נאך אזא האנעסט בילדער ווי עקיבא הערש, וואס האט ער מיט יענקי סופר'ס פייט מיט יודי גאלדבערגער?
 
עקזעקטלי, אסאך מענטשן דא קענען נישט די קרית יואל'ע בויערס,
אהרן וויינבערגער,
יוזפא לאנדא,
יענקי סופר,
עקיבא הערש קליין,
חיים נחום ווערצבערגער,
יומי ווערצבערגער

זענען אלע אין קאמפליטלי אנדערע קאטעגאריעס, עקיבא הערש איז אריינגעטאנצן אין שכונת ויואל משה אלס א איינמאליגער אינוועסטאר ווייל מען האט געברויכט איינעם מיט טיפע טאשן וואס איז נאכנישט איינגעגעסן אינעם קרית יואל מארקעט, ער איז אייביג געווען די ביליגסטע און די מערסטע ריזענעבל, אפילו ווען אנדערע האבן געבעטן $520/סקווער פיס איז ער נאך געשטאנען ביי $425
 
איי געס אין א שניי ווערן געוויסע אנאלפאבעטן, וועל איך פרובירן עס איבערצשרייבן קלארער, ויהי רצון שחפץ השם בידינו יצליח להרמת קרן הקרעמל.

די לעצטע מאל — בעפאר שכונת ויא"מ — וואס עס איז געווען א מעסס דעוועלאפמענט אין קרית יואל וואו מען האט גענומען ריזיגע דעפאזיטס פונעם עולם, איז געווען ביי ברך משה; וואו עס האט זיך געענדיגט מיט אומגעהויערע עגמת נפש און געלט שאדן פאר די באטראפענע.

פעסט פאווארד א פאָר יאָר, עס איז אונטערגעקומען א נייע דעוועלאפער אן קיין שום רעקארד אין בויען אדער אין האלטן מענטשנס געלט, און ער האט גענומען דעפאזיטס אויף א וואלד, עולם גולם האט אים באווארפן מיט געלט, נישט טראכטנדיג וואס עס האט פאסירט בלויז עטליכע יאר פריער. צי עס האט זיך אויסגעארבעט צום סוף אדער נישט, איז נישט רעלוואנט לגבי מיין פוינט.

מוסר השכל ארבעט נישט אין אונזער טייט קאמיוניטי, וואו אלעס איז געבויט אויף טראסט בלויז ווייל ער איז א איד מיט א בארד און פאות און נישט קיין באדערנער, חלילה.

אגב, עס איז טאקע מעגליך נישטא נאך אזא האנעסט בילדער ווי עקיבא הערש, אבער עס איז אויך נאך קיינמאל נישט געווען א בילדער מיט אזויפיל מארקעטינג וואס פויקט אז "עס איז נישטא נאך אזא האנעסט בילדער ווי עקיבא הערש". סא, בעליוו איט אקארדינגלי — די מעשיות פון אנגעווייטיגטע יחידים הערט מען נישט צוליב דעם שטארקן אוואלאנטש פון מארקעטינג אבער נישט דאס איז געווען מיין פוינט דא.
 
ביזט נישט גערעכט אויף ביידע, ביי ברך משה איז אונטערגעקומען א (פריקן) 100 יאריגע רעסעסיע וואס האט צזאמענגעלייגט רוב דעוועלאפמענטס אין אמעריקע, איז געקומען א געלט גייציגער פארשוין און ארויסגעכאפט דאס גאנצע דעוועלאפמענט פון אונטער יודי גאלדבערגער און זיך אויפגעפירט ווי א חי' צו די מענטשן וואס האבן געגעבן דעפאזיטס פארן אנדערן, דאס איז ווי זאגן אז עירליינס זענען שווינדלער ווייל 19 טעראריסטן האבן פארכאפט 4 עראפלאנען און זיי אראפגעברענגט צוזאמען מיט 3 בנינים.

לגבי מארקעטינג קען איך דיר נישט ענטפערן, קיינער דא ארבייט לכאורה נישט פאר עקיבא הערש, איך האב אבער איבער א מנין פון מיין משפחה וואס האבן געקויפט אין זיין דעוועלאפמענט אנגעהויבן פון די ערשטע מינוט ביז דער לעצטער געציילטע חדשים צוריק און אלע פה אחד האבן נאר געהאט Praise אויף אים, אריינגערעכנט 2 וואס האבן געגעבן אנפאנג דעפאזיטס פאר $200 א סקווער פיס און עס איז קלאר אז ווען ער האט געענדיגט זייערע הייזער האט אים עס געקאסט מיט א שמוץ אריבער אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט צובעטן קיין געלט.

אן שרייבן נעמען אבער וועל אויס עני נאמען פון מיין ליסטע פון דעוועלאפערס און כל מארקעטינג דעלמא וואלט מיר נישט געקענט איבעררעדן אז ער איז אזא ווארטס מענטש ווי עקיבא הערש
 
עקזעקטלי, אסאך מענטשן דא קענען נישט די קרית יואל'ע בויערס,
אהרן וויינבערגער,
יוזפא לאנדא,
יענקי סופר,
עקיבא הערש קליין,
חיים נחום ווערצבערגער,
יומי ווערצבערגער

זענען אלע אין קאמפליטלי אנדערע קאטעגאריעס, עקיבא הערש איז אריינגעטאנצן אין שכונת ויואל משה אלס א איינמאליגער אינוועסטאר ווייל מען האט געברויכט איינעם מיט טיפע טאשן וואס איז נאכנישט איינגעגעסן אינעם קרית יואל מארקעט, ער איז אייביג געווען די ביליגסטע און די מערסטע ריזענעבל, אפילו ווען אנדערע האבן געבעטן $520/סקווער פיס איז ער נאך געשטאנען ביי $425
אביסעל אויסקלארן פאקטן,
עקיבא הערש קליין איז שוין א אינוועסטער אין קרית יואל דירות דעוועלעפמענטס זייט 2008 , ווען ער האט ארויסגעבעילט מאיר יעקב אינדיג אויף לעמבערג ,זינט דאן איז ער אן אינוועסטער מיט כמעט אלע דעוועלעפמענטס פון מאיר יעקב אינדיג,
עקיבא הערש האט אריינגעטאנצען ווילד און איבער געביד יעדעם איינעם אויף שכונות ויואל משה פראפערטי ,מער ווי דאפעלט געלט!! ווי אנדערע אינוועסטערס האבן געאפערט , קיינער האט אים נישט געבעטען ,
די סיבה פארוואס ער איז אריין וועגן זיין עמעזאן ביזנעס איז געווען זייער שלעכט דאן, און עס האט עס אויסגעזען ווי ער ווערט א יורד חס ושלום, און קלאוזט שאפ, איז ער אריינגעטאנצען ווילד און איבערגעצאלט 50 מיליאן דאלאר!!! וואס אונז כלל ישראל באצאלן דערפאר ליידער...
טאקע ווען עקיבא הערש האט געוויינט מיט קראקאדייל טרערן די נאכט ביפאר אדמו"ר מהר"א האט אויסגערופן די 300 א סקווער פיס , און עקיבא הערש האט געוויינט אויפן קול פארן זיין רבי אז ער זאל עס נישט טאן , האט ער אים צוגעווינטשען עולם הבא און ער וועט מאכן געלט אויף אנדערע פלעצער,
די רבי האט אים זייער קלאר געזאגט ,קיינער האט דיר נישט געבעטען צו בויען דירות, אפקויפן פראפערטיס און אווערבידען יעדעם איינעם איז נישט קיין מהלך, דאס קענסטו גיין טין אין מאנהעטען און בויען וואלקען קראצערס פאר גוים,אין קרית יואל איז א אידישע שטאט און לאז צורו די מענטשהייט!
פארוואס זאג איך אייך עס ,כדאי איר זאלט וויסן
 
איך ווייס נישט ווי עס צו מעלדן..

די בערקוי גרופע וואס בויט דעוועלעפמענטס אין בלומענבערג האט גענומען דיפאזיטס דריי יאר צוריק אין זיך אויפגעטאן אז ער בעט ווייניגער ווי דריי הונדערט דאללער א סקוויר פוס.

היינט האט ער געשיקט אן אימעיל אז מען גייט בקרוב קלאזון און ער בעט 35% מער פון די אריגינעלע פרייז.

מענטשן וואס האבן געקויפט דארטן זענען נישט קיין רייכע מענטשן מילד גערעדט, און זיי פילן זיך יעצט באטראפן און אויסגעשפילט.

די מוסר השכל פון די מעשה איז: דו זאלסט קיינמאל נישט געבן קיין דיפאזיט אן א קאנטראקט אונטערגעשריבן דורך א לויער.

נ.ב. אייוועלט האט אראפגענומען די נייעס.
פון אידטיש ,250 א פיס איז די ביליגסטע וואס איז דא כעת אין א חסידישע געגענט אין אמעריקע
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260223-134523.webp
    Screenshot_20260223-134523.webp
    165.7 KB · געזען: 114
אביסעל אויסקלארן פאקטן,
עקיבא הערש קליין איז שוין א אינוועסטער אין קרית יואל דירות דעוועלעפמענטס זייט 2008 , ווען ער האט ארויסגעבעילט מאיר יעקב אינדיג אויף לעמבערג ,זינט דאן איז ער אן אינוועסטער מיט כמעט אלע דעוועלעפמענטס פון מאיר יעקב אינדיג,
עקיבא הערש האט אריינגעטאנצען ווילד און איבער געביד יעדעם איינעם אויף שכונות ויואל משה פראפערטי ,מער ווי דאפעלט געלט!! ווי אנדערע אינוועסטערס האבן געאפערט , קיינער האט אים נישט געבעטען ,
די סיבה פארוואס ער איז אריין וועגן זיין עמעזאן ביזנעס איז געווען זייער שלעכט דאן, און עס האט עס אויסגעזען ווי ער ווערט א יורד חס ושלום, און קלאוזט שאפ, איז ער אריינגעטאנצען ווילד און איבערגעצאלט 50 מיליאן דאלאר!!! וואס אונז כלל ישראל באצאלן דערפאר ליידער...
טאקע ווען עקיבא הערש האט געוויינט מיט קראקאדייל טרערן די נאכט ביפאר אדמו"ר מהר"א האט אויסגערופן די 300 א סקווער פיס , און עקיבא הערש האט געוויינט אויפן קול פארן זיין רבי אז ער זאל עס נישט טאן , האט ער אים צוגעווינטשען עולם הבא און ער וועט מאכן געלט אויף אנדערע פלעצער,
די רבי האט אים זייער קלאר געזאגט ,קיינער האט דיר נישט געבעטען צו בויען דירות, אפקויפן פראפערטיס און אווערבידען יעדעם איינעם איז נישט קיין מהלך, דאס קענסטו גיין טין אין מאנהעטען און בויען וואלקען קראצערס פאר גוים,אין קרית יואל איז א אידישע שטאט און לאז צורו די מענטשהייט!
פארוואס זאג איך אייך עס ,כדאי איר זאלט וויסן
ניכרים דברי אמת , אבער עס נעמט נישט אוועק אז ער האלט די פרייז וואס ער זאגט צו , און ער איז נושא ונותן באמונה תבא עליו ברכה .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ניכרים דברי אמת , אבער עס נעמט נישט אוועק אז ער האלט די פרייז וואס ער זאגט צו , און ער איז נושא ונותן באמונה תבא עליו ברכה .
אוודאי אזוי. די פרייזן וואס ער האט געבעטן פון פאזע 1 אין ויואל משה איז פיל ווייניגער ווי 300 א ספ. ער האט געהאט אלע רעכטן ארויפצוגיין די פרייז. און ער האט עס נישט געטון.

זייער שווער צו גלייבן אז ר' אהרן האט געזאגט פאר עקיבא הערש אז קיינער האט אים נישט געבעטן וכו' וכו'. עקיבא הערש איז די גרעסטע מתנה וואס די קרית יואלע האוזינג מארקעט האט געקענט באקומען.
 
Back
Top