פראדזשעקטס אין קרית יואל - מאנרא

אוודאי אזוי. די פרייזן וואס ער האט געבעטן פון פאזע 1 אין ויואל משה איז פיל ווייניגער ווי 300 א ספ. ער האט געהאט אלע רעכטן ארויפצוגיין די פרייז. און ער האט עס נישט געטון.

זייער שווער צו גלייבן אז ר' אהרן האט געזאגט פאר עקיבא הערש אז קיינער האט אים נישט געבעטן וכו' וכו'. עקיבא הערש איז די גרעסטע מתנה וואס די קרית יואלע האוזינג מארקעט האט געקענט באקומען.
מען קען נישט אוועק נעמען די קרעדיט פון רבי אהרן וואס ער האט געמאכט אביסעל ארדענונג ביי די בויערס אז די העלאת מחירים פון מייקרי השער זאל זיך אפשטילען , וויליאמסבורג און בורו פארק, וואלטען וועהן אויך געברויכט אזא כח, ואין איש שם על לב מען רייסט שטיקער עד זוב דם ואין פוצה פה .
 
גיב א קוק - האבן אן הנהגה אין א שטאט האט נישט נאר חסרונות... האט מעלות אויך...
 
ניכרים דברי אמת , אבער עס נעמט נישט אוועק אז ער האלט די פרייז וואס ער זאגט צו , און ער איז נושא ונותן באמונה תבא עליו ברכה .
דברי אמת? בכלל נישט קרוב לאמת, יעדער האט מיטגעהאלטן, עקיבא הערש איז נישט אריינגעטאנצן דערין, מען האט אים געבעטן און קודם איז ער נישט געווען פאראינטערעסירט, מען האט געדיעלט מיט א פראפערטי אונער וואס איז נישט געווען גרייט נאכצוגעבן אן אינטש און די ווילידזש/קרי' האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן נאר צו טרעפן איינעם מיט גאר טיפע טאשן ווי עקיבא הערש.

עס האט לכתחילה געהייסן אז ער טאנצט אריין פאר עטליכע יאר ביז נאך די ערשטע פאזע און דערנאך נעמט א צווייטער איבער, למעשה האט די ערשטע פאזע גענומען 6 יאר אנשטאט 2-3 יאר האט ער זיך גענצליך אריינגעזעצט דארט.

דער ארגומענט אז "דער כלל באצאלט דערפאר" איז ממש א געלעכטער, די ערשטעאר הונדערט משפחות האבן דעמאלטס $204/סקווער פיס וואס איז אפילו דעמאלטס געווען שטוינענד ביליג און שפעטער ווען יעדער איז ארויף מיט די פרייזן ביז געוויסע אפילו $510/סקווער פיס איז ער געווען קאנסיסטענטלי 30-40% ביליגער, איך ווייס נישט וואספארא אגענדע עס איז ארויפצולייגן אויף אים א נאסן ליילעך אבער עס איז בכלל נישט קרוב לאמת
 
די ביזט אינגאנצען אראפ פון זינען?
די מעשה איז נישט לאנג צוריק געווען, אפשר ביזטו נאך געווען אין די ווינדלען, און די מיינסט קיינער געדענקט נישט דא,
די גאנצע שטאט האט דאס מיטגעהאלטען די בידדינג,
דוד עקשטיין האט געביד
יענקי סופר האט געביד
און נאך אסאך אינוועסטערס,
ער האט יעדעם איבערגעבידט ,
איך האב געהערט פון א קאנטראקטער וואס האט געהאט אריינגעקוקט מיט א דעוועלעפער אין די פראפערטי אפאר חדשים פריער , פאר 30 מיליאן דאלאר !
עקיבא הערש האט באצאלט 100 מיליאן,
יוסף פנחס סטרוליוויטש איז דער וואס האט מסכים געווען און אפגעמאכט ביי מיסטער בויער פון נייטרא ,עס צו פארקויפן פאר עקיבא הערש, איינע פון די זאכן וועגן ער האט צוגעזאגט אז ער גייט אויך געבן א בית המדרש פאר קהילת מהר"יי
 
מען האט אים געבעטן און קודם איז ער נישט געווען פאראינטערעסירט, מען האט געדיעלט מיט א פראפערטי אונער וואס איז נישט געווען גרייט נאכצוגעבן אן אינטש און די ווילידזש/קרי' האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן נאר צו טרעפן איינעם מיט גאר טיפע טאשן ווי עקיבא הערש.
ווער האט וועמען געבעטן?

ווילעדזש/וועד הקריה? נישט דא ווער עס זאל לאכן, די ווילעדזש און וועד הקריה האט זירא שייכות מיט די פראפערטי, און זיי האבן גארנישט געהאט דערמיט,
עקיבא הערש איז טאקע א שוואגער מיט גדלי' סעגעדין ,
אבער זיי זענען ,זיך נישט אויסגעקומען מילד גערעדט איבער די דעוועלעפמענט, צו עס איז געווען וועגן וואסער אדער סוער וכדומה, בקיצור אכמ"ל ,
אבער ביטע חלום ניטאמאל אז איינער האט אים געבעטען,
אדער די ווילעדזש האט עפעס געהאט דערמיט ,
איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט די אינפארמעישען און וואס די ווילסט צוקומען דא
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Here you go, טאקע קיינער נישט געווען אזוי האנעסט, באט קיינער איז נאך נישט ביי געפאלן זיך צי ערלעדיגן דאס ביי זיין חתונה,

Cp
יעצט אויפדערנאכט קומט פאר די חתונה פון די אינגסטע טאכטער פון הרבני הנכבד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, דער דערווייל גרעסטער נדבן פאר ק"ק ומוסדות סאטמאר!

די חתונה קומט פאר אינעם זאל וואס ער האט מנדב געווען מיט זיין 3 מיליאן דאלאר נדבה "גינת קליין", אינעם בנין וואס ער האט מנדב געווען מיט זיין 5 מיליאן דאלאר נדבה "ת"ת בנין קליין".

אינדרויסן פונעם זאל האבן 2 מכירי טוב אויפגעשטעלט א מעכטיגער באגריסונג און וואונטש, ביידע זענען אהערגעשטעלט געווארן זיער יוניק און מעכטיג דורך QUIX פראדוקשענס.

די ערשטע איז די קונים פון "שכונת ויואל משה" פאזע 1 און 2 וועלכע לעבן ב"ה בהרחבה אדאנק דעם דעוועלאפער'ס מסי"נ צו האלטן ווארט און נישט העכערן די קאנטראקט פרייזן אפילו ווען די בוי קאסטן זענען געשטיגן באלד דאפלט.

QUIX האט אהערגעשטעלט א פענעראמע... ביי דעם סטאנציע אינעם ערשטן לאבי, קען מען אפרייבן די שיך פון די שניי... נעמען א נעפקין פאר'ן פנים... און א ספרעי און ווישער פאר די פארהויכטע גלעזער...
1001036451.webp
1001036453.webp
1001036452.webp
 
View attachment 13485View attachment 13486View attachment 13487
וואס מיינסטו ארויסצוברענגען?

די ארטיגע תושבים וואס זענען זייער דאנקבאר פארן צאלן ווייניגער פאר זייער דירה א חודש ווי עני אנדערע איד אין די גארער וועלט וואס האט געקלאוזט אין 2023, האבן זיך צוזאמגענומען אים צו באדאנקן. ביסט שאקירט אז מענטשן האבן נאך היינט הכרות הטוב?

וואס בכלל ביסטו אזוי ווילד?
 
ווער האט צוגעזאגט?

ער האט טאקע געגעבן?
עקיבא הערש ,סאיז געווען א חלק פון דיעל,
ער האט ביזדערווייל געגעבן די פראפערטי שטח אומזיסט,
דאכט זיך אז א חלק פון די דיעל איז אז ער גייט געבן געלט אויך , געוואנדען לויט וויפעל חסידי מהר"יי גייען דארט האבן געקויפט דירות, און אויך נאר נאך די צווייטע אדער דריטע פאזע איז פארטיג,
ביז דערווייל איז דא א קליינע פארצענט בעלי בתים חסידי מהר"יי
 
וואס מיינסטו ארויסצוברענגען?

די ארטיגע תושבים וואס זענען זייער דאנקבאר פארן צאלן ווייניגער פאר זייער דירה א חודש ווי עני אנדערע איד אין די גארער וועלט וואס האט געקלאוזט אין 2023, האבן זיך צוזאמגענומען אים צו באדאנקן. ביסט שאקירט אז מענטשן האבן נאך היינט הכרות הטוב?

וואס בכלל ביסטו אזוי ווילד?
זאגסטי, אז די גלייבסט אז די קונים האבן זיך צזאמגענימען צי שענקן א געשאנק פאר עקיבא הערש לכבוד די חתונה פון זיין קינד,

האסט עס צי געלייגט אלס א 14טע אני מאמין, אדער די גלייבסט עס פלעין אזוי?

עסקינק ווייל איך האב א ברידש צי פארקויפן
 
ווער איז דער עקיבא הערש קליין? איינער קען אביסל מער באשרייבן, ער באלאנגט צו ר' אהרן אדער ר' ז"ל?
וואס טוט ער פאר פרנסה?
 
דרך אגב: לאזט אייך נישט פארפירן פון די גאנצע גערעדאכץ אז מהר"א איז דער וואס האט כלומר'שט אראפגעברענגט דירות פרייזן אין קרית יואל. דאס איז סתם ארוינ'ישע פראפאגאנדע. די איינציגסטע זאך וואס האט באמת אראפגעברענגט פרייזן איז די איבערפלוס פון סופליי!, און דאס איז די קרעדיט פון אלע דעוועלאפערס. טאמער וואלט נישט געווען די אבנארמאלע מאסיווע דירות סופליי אין קרית יואל, דאן קען מהר"א שרייען $300 ביז איבערמארגן, והא ראיה אין ווילאמסבורג אדער מאנסי קען ער דאס נישט באווייזן​
 
איך בין מסכים צו דיין ארגומענט אבער דיין ראיה פון וו"מ און מאנסי איז נישט שטארק ווייל דארט האט ער דאך נישט קיין כח.
 
אין מאנרא האט ער אויכעט א קנאפע כח נעמענדיג אין באטראכט אז ס'זענען פארהאן היינט צוטאגס שווערע טויזענטער משפחות וואס געהערן צו קהילות מהרז"ל און בני יואל וואס געבן נישט קיין דעקל פאר זיינע קאפריזן, און וואלטן געצאלט טאפ דאלער טאמער די דעוועלאפערס וואלטן געבעטן​
 
ער האט א כח אויף די דיוועלאפערס פלאס האלב קונים, דאס איז פאווער. איך זאג נישט אז ער האט מצליח געווען אבער ער האט נישט וואס צו טרייען אין א אנדערע שטאט ווי ער האט נישט די פאווער.
 
Back
Top