שמויגער
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 2, 2025
- מעסעדזשעס
- 138
- רעאקציע ראטע
- 249
- פונקטן
- 38
טאמער ביזט נייגעריג אין פאקטן און היסטאריע,דרך אגב: לאזט אייך נישט פארפירן פון די גאנצע גערעדאכץ אז מהר"א איז דער וואס האט כלומר'שט אראפגעברענגט דירות פרייזן אין קרית יואל. דאס איז סתם ארוינ'ישע פראפאגאנדע. די איינציגסטע זאך וואס האט באמת אראפגעברענגט פרייזן איז די איבערפלוס פון סופליי!, און דאס איז די קרעדיט פון אלע דעוועלאפערס. טאמער וואלט נישט געווען די אבנארמאלע מאסיווע דירות סופליי אין קרית יואל, דאן קען מהר"א שרייען $300 ביז איבערמארגן, והא ראיה אין ווילאמסבורג אדער מאנסי קען ער דאס נישט באווייזן
איז דא אסאך אסאך זאכן וואס די גאס ווייסט נישט ,וואס אלס מהר"א האט פערזענליך געטין אראפצוברענגען די פרייזן,
פשוט נישט צו באשמיצן אנדערע אידן ,און נישט מאכן קיין פייטס, און זאכן בעסער נישט צו וויסן...
איינע פון די זאכן אז עס זאל זיך גיסן סופליי, איז אדמו"ר מהר"א האט פערזענליך זיכער געמאכט אז יעדער וואס האט פראפערטי אין קרית יואל מיט פערמיטס ,מוז בויען און קען נישט ווארטען ..
און אויך אז די ווילעדזש זאל פארשטייט זיך צו העלפן דערמיט ..וד"ל
יותר ממה שכתוב ..
איך קען נישט צופיל שרייבן ,אבער סאיז אסאך אסאך מער ווי וואס די גאס ווייסט,
אין קרית יואל גופא האט ער געפלאד די מארקעט,
אינקלודינג אז אברמי בראך האט ספעציעל געקויפט א פראפערטי צו בויען עטליכע הונדערט דירות, לעשות נחת רוח פאר זיין רבי צו בויען הערליכע גרויסע דירות פאר ביליג,
עקיבא הערש האט געשימפט פאר כעס, און דאס און נאך דעוועלעפמענטס אין קרית יואל האט געמאכט אז עקיבא הערש קען נישט שפילן קיין געימס, ער האט פיין ארומגעשפילט ביז ווילאנג ער האט באקומען קאמפיטאשען פון אלע זייטן,
וועגן עס בויען זיך טויזענטער דירות אין קרית יואל אויסער זיין דעוועלעפמענט, דאס איז אויפן שפיץ גאפעל ,
דאס אז ער האט געהייסן זיינע חסידים קויפן דירות ביי יוזפא לאנדא'ס ,
א בלוט שונא פאר קהילות מהר"א מילד גערעדט ,
ביי זיין פראזשעקט אין בלומינגראוו,און עמטליך זיך געטראפן צו אים און געמאכט בילדער , און געמאכט א יד אחת צו פלאדען די מארקעט , אז זיינע חסידים זאלן קויפן אין בלומינגראוו אויך,
סאיז דא נאך אסאך דיטעילס וואס מען ווייסט נישט.
און מען וועט אפשר קיינמאל נישט וויסן
לעצט רעדאגירט: