קהילה חדשה
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- דעצ. 17, 2025
- מעסעדזשעס
- 6
- רעאקציע ראטע
- 87
- פונקטן
- 13
לחיים ברידער!!!
פארגאנגענער וואך האבן מיר געשטעלט די פראגע ״ווער זענען מיר״ - וואס איז אונזער אפעציעלער סטעיטמענט, וויאזוי זעהן מיר זיך אינעם ספעקטרום פון כל מיני קהילות וקבוצות. דאס איז א שאלה וואס איר תשובה וועט נעמען צייט צו פארמען גידים ועצמות.
וואס איז אייער חלום פון א קהילה?
די וואך וועלן מיר אראפ לייגן אויפן טיש א שאלה בדומה לו, - ״וואס ווילן מיר״, אויך א וויזיאנאר שאלה, נאר שוין מער בילדהאפטיג, נעמליך, וויאזוי - אין אונזערע פאנטאזיעס - גייט אונזער קהילה אויסזעהן אינעם צוקומפט.
דאס מאל האבן מיר געקלערט נישט צו גיין אויפן מהלך פון ״בולעט פוינטס״, מיר פרעגן היינט אן אבסטראקע שאלה - בלשון בני אדם, און איר טייערע משתתפים לאזט אייערע פאנטאזיעס וואוילגיין. נישט קיין פילאזאפיעס, נישט קיין טעכנישע צוגענג, נישט נויטיג צו באלמיטשענען די מוחות מיט נואנסן און חילוקים, פשוט, וויאזוי זעהט אויס אן אונזעריגער קהילה אין צעהן צוואנציג יאר ארום לויט אייער זומערדיגער חלום אינעם בעקיארד גארטן.
האט נישט מורא צו סאונדן אום-ראלעסטיש, מיר ווילן הערן וויאזוי קוקט אויס דיין אידיאלער פלאץ, אין וואס דו שפירסט אז דו האסט דערגרייכט דיין דרים פלאץ.
אט איז די שאלה אביסל אויסגעברייטערט:
מיר אלע ווילן, מ׳חלש׳ט, צו האבן א פלאץ. טאמער קענסטו חלום׳ן פון א פלאץ, וואס דא קענסטו וואוינען, שטארבן, דא קענסטו זיין דיין אייגענע זיך, האבן דיינע חברים, אבער אויך דיין דיווערסיטעט, אן ארט וואו דו ווערסט דערזעהן, ווערסט געשעצט פאר ווער דו ביסט, בשעת דו דארפסט אויך נישט אויפגעבן אויף דיין היימישער מהות און אפשר צורה פון דיינע שרשים, נאר אן די פארשפארקייט, א באלאנס צווישן בעלאנגינג און פרייהייט.
תכלית, וואס איז די פלאץ וואס דו גייסט שפירן זהו, דעטס איט – "דאס איז וואס איך זיך!". כ׳האב געפונען "מיין ארט", "מיינע לייט", "איך קען בליען אין מיין וועג", דא באקום איך מיין דאוז פון ספיריטואלי, חירות, השתייכות – און געפיל אז כ׳האב דערלעבט, איך בין אנגעקומען אין א ״היים״?

אונזער אימעיל איז:
[email protected]
[email protected]