פארכאפט צווישן רש״י אותיות

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
128
רעאקציע ראטע
1,090
פונקטן
213
ווייסט ווי יענער האט געזאגט - רש״י קומט אמאל מיט אזעלעכע איפכא מסתברא פשטים אז אפילו זיינע אותיות שטייען אים נישט גראד… און איך פארשטיי זיך מיטן בעל הממרא אויפן ווינק, נישט אז איך מאך אלץ אוועק מיט א מאך מיט די האנט, אבער אמאל קומט ער אריין אזוי נישט מציאות׳דיג אז כ׳וויל אים שיסן כבודו במקומו יהא מונח. איך האב שוין פון לאנג אפגעמאכט, איך גיי מיך מיט רש״י מער נישט שלאגן, ער וויל דוקא זאגן אז ״שני גויים בבטניך״ מיינט - אנטונינוס ורבי שלא פסקו מעל שולחנם לא צנון ולא חזרת, זאל אים וואויל באקומען, נאר אז ער הייבט אן מיט זיינע חשבונות, נמצא אזוי נמצא אזי, אנשטאט א גראדער טייטש, ווער איך צושפרינגען, און אז איך זעה א פרצוף זיך לעבן אין דעם רש״י רעאליטעט שפיר איך ווי ס׳פעלט מיר אקסיגען, די גומען קלעבן מיר.

האט עמיצער וואס ווייסט איך בין לועג לרש״י פראבירט שלום צו מאכן צווישן מיר און רש״י, אים איז געגאנגען אין לעבן איך פון יונגן דור זאל אויפהערן זיין אן עזות פנים רש״י׳ן.

״ער איז פון עלטערן דור - זעצט ער זיך אוועק מיר מסביר זיין אין א זומערדיגן נאך מעריב- דו ביסט פון יונגערן דור, ער טראכט אנדערש ווי דיר, קומט אים דערפאר זיין דאס גענאר פון שטאט? נו זאגט ער אויף ״כחום היום״ - הוציא הקב״ה חמה מנרתיקה, נו מאכט ער אויף ״וימת מלך מצרים״ - קרעציג געווארן, ער איז נישט קיין שלעכטער זאלסטו וויסן, ס׳א אנדער גאנג פון טראכטן, אזוי פון אלטן דור, מוזט אים אויך פארשטיין!

וואס הייסט אן אנדער וועג? - שריי איך אויס מיט יונגטליכער חוצפה אנטקעגן דעם ערוואקסענעם איד בעל הדרת פנים - וואס קוועטש ער אויס דאס געהיר, וואס קען ער פשוט נישט רעדן גראד ווי יעדער נארמאלער יונגערמאן?

״וואס, רש״י איז דיר עפעס שולדיג? - קען ער נישט איינהאלטן זיין טאן - טאמער זאגט ער נישט ״פליז קראס מי״ ווארסטו אים אין שמות קעסטל אריין?

״״אבער אפילו די בעלי תוספות האבן אים פיינט אים דעם קונטרס? - ווייז איך ידועה לקנטר

״קלאפ דיך דאס מויל, ווייסטו אז די בעלי התוספות זענען אייניקלעך פון רש״י?… אז דער רבינו תם הערט דאס לייגט ער דיר אין חרם, להוי ידועה די בעלי תוספות זענען משלים רש״י, וואס רש״י האט געטון אויף חומש זענען זיי משלים אויף ש״ס.

סוף פסוק, דער יעניגער מיט זיין דברי פיוס האט מצליח געווען מיר משכנע צו זיין, און ס׳הייבט זיך מיר אן פארשטיין רש״י׳ס קאפ, כ׳ווער מיר א מבין אויף א פארצייטישן טעם, אין פּיטשי פּוי לומדות…ער האט מצליח געווען אז אויך מיין שטערן זאל צובויגן ווערן כמין גא״ם יונית ביים אזויפיל פראבירן זיך צוצופאסן צו רש״י׳ס מארך-נאגנדע פשטים וואס עס האט מיר צו ערשט געלערנט ר׳ יוסף יוספא מיטן מילכיגער חאלאט און סקאטש טעים שטעקן

ווי דער בערמודע דרייעק זאל מיר ציען מיט געוואלד ווער איך מער און מער אריינגעשלעפט אין רש״י׳ס אם תמצא לומר גיסטע, און ווי מער איך פארשטיי אים אלץ מער פארקלאמערט ווער איך אין די מאסן פאר׳צרה׳טע פארהויקעעטע אנטי יצר הרע׳דיגע אותיות, פון איין מאסע רש״י אותיות ווער איך פארשלעפט צו נאך איין מאסע ביז טיפענישן, און זיי עסן זיך אין מיין גארגל ווי צווענגלעך, און א וועג ארויס איננו,

רבותי, איך בין אצינד געקלאמערט צווישן צוויי הויכע שטייף פנים׳דיגע דעקלעך אנגעפילט מיט אירע מליאנען אוכלוסין כפליים כיוצאי מצרים פון איינגעקורזשעטע אותיות ווי א בינען שטאק, נאר נישט דבש פראדעצירן זיי נאר פלפל… א קלאסטעפאביע האט מיר פארכאפט השם השם קל רחום וחנון, ס׳ווערט מיר טרוקן אין די גומען, איך דארף לופט. ויצעקו אל השם

איך מוז מאכן פליטה, זאג איך צו מיר אנטשלאסן, כ׳דארף זיך זאפארט ארויס זעהן פון דא, איך הייב אונטער מיין משלשלין׳דיגע רעקל, איך פאכע מיט די הענט אז מ׳זאל מיך אדורך לאזן, כ׳שטופ זיך דורך די סוויטע יושבי יעבץ, דעם יכין ובועז, די כיוצאי מצרים צוקנייטשטע אויסגעהארוועטע אותיות, ווי ביים זיך דורך שטיפן ביים רבי׳ןס טיש צווישן די שווארץ באקליידעטע חסידים, איך גיי מחדר לחדר מדף לדף, שטויביגע דפים, איך גרייך ענדליך דעם חומה, דעם טויער, פינסטער ווי גלות

בקושי פראביר איך אויפצופרארלען דעם הארטן טויער. כ׳שטופ דעם דעקל מיט אלע כוחות, אנא השם הושיעה איידער איך ווער נחנק, איך עפן אויף א שפארע, כ׳בין דאר ווי א נאדל כ׳האב דאך דא געגעסן פת במלח ברויט, און געלויבט דער פון אויבן אשר לא עזב חסדו מאיתי און איך בין אינדרויסן, פרישע לופט, אההא…. איך אטעם טיף, ברוך מתיר וכו׳

יעצט וואס איז די פלאן? - קלער איך אזוי שטייענדיג מחוץ די חומת הדעקלעך על כל נשימה ונשימה תהלל קה- יעצט אז מ׳האט דערלעבט דאס חירות וואס טוט מען?

איך דריי אויס מיין קאפ, איך הייב אויף מיינע אויגן, איך זעה די פירות אילנות, בא׳חן׳טע, צוגעגלאנצטע, איך קוק מיט חשק, איך קוק און קוק, די עפל, די מאנגאס, די מילגראמען, תאווה הינן לעיניים, איך שטרעק אויס מיין האנט, איך גאַר בעניים מלא תשוקה, נאר איך קען קיין פרי נישט גרייכן, דא און דארט פאלט אראפ א פרי, אבער שוין אלט, אפגעוועלקט, מיין האלז שטייט אויסגעצויגן אויף ארויף, מיט געגועים קוקן מיינע אויגן צו די פרישע פירות, כאייל תערוג על אפיקי מים… כ׳זינג א לידעלע, כ׳בעט בתחנונים צו זיי, קוקט אן א איד, טרוקן ווי האלץ, וואס בענק נאך חם נאך זיסקייט, און גלייכצייטוג בעט איך שוין אויך צום בורא נפשות -

״פרוכטעלע פרוכטעלע / געבענקט צו דיר איך האב / צו דיין בעקעלע / דיין ריח׳עלע / דיין נעזעלע / דיין זיסעלע
פרוכטעלע פרוכטעלע / אזויווי מיין בענקשאפט זעהסט / צו מיר נידער / דערקוויק מיין גלידער / דערלעב מיר ווידער / שטיל אן גרידער

א ווינטל בלאזט מיר, די דופטיגע ריחות גרייכן מיין נאז, אבער איך קען אויף קיין איינס פון זיי נישט לייגן א יד

איך דריי ווידער אויס מיין קאפ, איך קוק צוריק צו די חומות, ז״א דעם גרויסן מר בר רב אשי׳דיגן באנד מיט אירע צוויי סקארבאווע דעקלעך וועלעכע דערציילן זכרונות פונעם געדעכטן אור-אלטן, איך ישוב זיך, יא צוריק גיין נישט צוריק גיין, ס׳ווערט מיר שטעכיג די הויט ביים נאר טראכטן פון צוריק גיין זיך ווידער צו חבר׳ן מיט די ענגע אותיות מחכימות׳לעך, בלית ברירה ריכט איך מיינע טריט בין החומות, כ׳קוק צוריק צום גארטן, איין בוים און נאך א בוים קוקט צוריק מיט קאלטע בליקן - ״איך האב גארנישט דיר צו פארקויפן, מיינע פירות ווילן צו דיר נישט אראפ פאלן!!…

מיט א טויט הארץ א שטינקט נישט און שמעקט נישט׳דיגע, קלאפ איך אן אויפן מורא שמים׳דיגער שער,
בלויז דער אנבליק פון טויער, א פנים פון זויערסטן משגיח וואס ס׳האט נאר אמאל עקזיסטירט, אירע טאפלטע עמודים פון ביידע זייטן, גיט שוין דעם איינדרוק פון וואס עס ווארט אפ דארט אינעם דאזיגן לפני ולפנים, הארט און טרוקן, אלט און צוגעגעסן, אויפן מצח פונעם טויער ביים אריין גאנג שטייט שטרענג ״זה השער לשם צדיקים יבואו בו״.

סעפנט קיינער נישט, דערמאן איך זיך אז דא עפנט מען אליינס, נישטא דא קיין שומר הפתח, ס׳דאך מונח בקרן זויות… איך קום צוריק אריין צווישן די חומות פון וואו איך האב מיך מיט אזויפיל יגיעה ארויס געריסן, אט בין איך צוריק דא, איך זעץ זיך אוועק צווישן די צוקוועטשטע רש״י אותיות, איינער מיט א קרימער פלייצע, איינער א ויזתה׳דיגער, א דריטער מיט א גבחת, א ריח פון אלטעטימליכקייט גייט דא, זיי האבן זיך אלע עטוואס געעלטערט (בלויז אין צייט אבער נישט אין כאראקטער), זיי זאגן מיר שלום עלכם מיט טרוקענע בליקן, זיי זענען די זעלבע ווי געווען, גארנישט געטוישט, נאר צו מיר זענען זיי קאלט ווי אייז
איך בין אבער צוריק, וואו דען זאל איך אצינד גיין, ווידער שטיין ווי א לעקיש אונטערן בוים זינגען מזמורים און זיך בעטן פאר א מאנגא פאר אן עפאלע? בלייב איך אלזא דא אויף די בענק צווישן די איינגעהויקעטע אותיות אויף די שורות בענק.

מיין הארץ איז מיר פארקלעמט, פארשעמט, סווייטוגט, וואו בין איך אנגעקומען אויף דער וועלט? א טיפער טרויער און יבשות באהערשט מיר, איך קען מיך נישט מנחם זיין אויף מיין גורל זיך צוריק צו טרעפן דא הינען

פלוצים הער איך א קול אינדרויסן, א גערויש, מען שישקעט מויל צו אויער, וואס איז, ס׳איז ליל שישי, קוגל!

איך וויש אפ מיין בייזן שטערן, די חברה קליינע-אותיות׳ניקעס וועקן זיך זייער טויטן פלייש עטוואס אויף פאר א וויילע, ר׳ קמ״ל נעבן מיר מיטן שפיציגן נאז און פארקנייטשט הוטל הייבט זיך האסטיג אויף, שאקלט אפ די שטויב פון זיין לעבנסלאזער כאלאט, און אזוי אויך דארטן כמר נ״ט בר נ״ט, און הרב למנפ״מ שליט״א און ר׳ בלאו-הכי, און מיין שכן אויפן שטענדער אונטער מיר האברך ר׳ אע״ג, ר׳ צ״ע, און א גאנצע שורה קם ליה בדרבה מיניה׳ניקעס, הא בהא תליא׳ניקעס, באנדעס דרך אגב׳ניקעס, אלע ווי ארעסטאנטן לויפן נאכן שטיקל ליל שישי קוגל מיט א חמוץ׳ל.

טייל פון די היגע סקעלעטן האבן זיך ווייזט אויס אויסגעטשוכעט און געפויעלט אלעס גוטס דורך׳ן ענדלאזן דרייען מיטן פינגער, ווישן אפ די שטויב פון זיך, פון זייערט וועגן איז ס׳קוגל זיי נישט מער ווי א קינוח סעודה נאכן ממלא כריסה זיין במשנה וגמרא וכו׳, נאר אז זיי רוקן אריין קוגל איז קענטיג אויפן קצות׳דיגן נאז און שב שמעתתא׳דיגע אויגן אז גוף האט ווי נישט ווי יפה שעה אחת געווען

און א עפענונג פון קאליר, לופט, און עטוואס נחת רוח און האפענונג צום אנושיות לויפן דורך מיינע גרוי זעענדע עצבות׳דיגע אויגן, איך געפון פאר א מינוט א האנטפול אויר לנשימה צו געבן א אטעם אריין אין מיינע אפגעפייגערטע לינגען וואס אטעמט לעצטנס שטויב פון די פיס פון אביי ורבא.
 
לעצט רעדאגירט:
אקעי, מיין דאווענען ציפרי ווערט גרעבער יעדע פארבייאנדע טאג, איך זאג שוין והערב נא דברי מי אני, ומאצל, והשתלת שחלות שניר, יעצט דארף איך צילייגן אין הכי טאקע,

אנהייב האב איך פארשטאנען מיט רש"י, אבער פון "ווי דער בערמודע דרייעק" אין ווייטער, פארשטיי איך נישט, פליס זאג מיר אז מארגן נאכן קאווע האב איך מער טשאנסען, ווייל מיין פאמא לעוועל איז אויף א סכנה'דיגע טערעטאריע
 
אקעי, מיין דאווענען ציפרי ווערט גרעבער יעדע פארבייאנדע טאג, איך זאג שוין והערב נא דברי מי אני, ומאצל, והשתלת שחלות שניר, יעצט דארף איך צילייגן אין הכי טאקע,

אנהייב האב איך פארשטאנען מיט רש"י, אבער פון "ווי דער בערמודע דרייעק" אין ווייטער, פארשטיי איך נישט, פליס זאג מיר אז מארגן נאכן קאווע האב איך מער טשאנסען, ווייל מיין פאמא לעוועל איז אויף א סכנה'דיגע טערעטאריע
עכט דארף מען נישט מסביר זיין אזעלכע דברי חכמה, און טאקע פון @אין הכי טאקע, וואס זיין אור רינט אונז אלע איבער.
אבער אזוי ווי איך בין אויך נישט זיכער, שרייב איך מיין פשט אין זיינע דברי חכמה, און אפשר זכיתי לכוין לדעתו הגדולה.

די נקודה איז, אונזער אלעמען באקאנטן ווייטאגליכן דורכגענג, פון ווען מ'דרייט זיך מיט א הויקער אין ישיבה קטנה/גדולה, און מ'פראבירט אריינצוקוועטשן אונזער נפש אין די שווערע
מאסן פאר׳צרה׳טע פארהויקעעטע אנטי יצר הרע׳דיגע אותיות, פון איין מאסע רש״י אותיות
און מ'פרובירט, און מ'פרובירט, און מ'פרובירט, ווי די ניגון גייט: מעשה בחסיד אחד שרצה ללמוד תורה, ורצה, ורצה, ורצה, עד שנשמתו פרחה.

ביז מ'קומט אן צו א ברעיקאאוט, ווען מ'אנטלויפט פון די ווארימע בית מדרש ווענט, און מ'לויפט זוכן גליקן פון אלע וואונדערליכע שיינענדע פירות אין גאס.
אבער זייענדיג אזויפיל יארן אין די שאטן פון די פריערדערמאנטע אותיות, קלעבט עס עפעס נישט, ס'פאלט נישט אראפ.

מוז מען צוריקגיין בהמשך הזמן, אלך ואשובה אל אישי הראשון כי טוב לי אז מעתה. אבער די אלע מוטשענישן קומען צוריק, און מ'דרייט זיך נאכאמאל אריין אין דעם ענד-לאזן צירקל, פון פאלגן די מח, און לויפן נאך די הארץ, און צוריק גיין צום מח וכו' וכו' וכו'.

די לעצטע שטיקל פון די ליל שישי ווייסעך שוין נישט. אבער דאמירן בעלמא קען מען זאגן, אז אויב אנערקענט מען אז אינצווישן
צווישן די צוקוועטשטע רש״י אותיות, איינער מיט א קרימער פלייצע, איינער א ויזתה׳דיגער, א דריטער מיט א גבחת, א ריח פון אלטעטימליכקייט גייט דא,
איז אויך אמאל דא פאן, און געשמאקע קוגל, קען מען אלעס אדורכשוויצן.

והנלפענ"ד פירשתי, וה' יזכני לעמוד על האמת.
 
און אזוי אויך דארטן כמר נ״ט בר נ״ט, און הרב למנפ״מ שליט״א און ר׳ בלאו-הכי, און מיין שכן אויפן שטענדער אונטער מיר האברך ר׳ אע״ג, ר׳ צ״ע, און א גאנצע שורה קם ליה בדרבה מיניה׳ניקעס, הא בהא תליא׳ניקעס, באנדעס דרך אגב׳ניקעס, אלע ווי ארעסטאנטן לויפן נאכן שטיקל ליל שישי קוגל מיט א חמוץ׳ל.
:ROFLMAO::ROFLMAO::ROFLMAO:
 
קען זיין די ענליכקייט נעמט זיך פון דאס ארום רעדן איבער די קלענערע פיטשיפקעס און נואנסן, די קוצו של יו״ד׳ס פון יהדות. אבער איך וואלט מיך נישט פארגליכן צו יונה מצאה ווען ס׳קומט צו די סארט געשרייבעכץ, ער איז אן ענק שבענקים, א מומחה אדיר ארויס צוציען געלעכטער ביים דיר נעמען אויף א רייד במרתפי תודעת היהדות.
דא אין דעם ארטיקל האט מיר עפעס געכאפט אזא ניצוץ וועגן רש״י אותיות
 
וואו נאך קען מען הערן אזא שפראך ווי @איש מבקש והערב אויב נישט צווישן אונז אידן….
וועגן פארשטיין איז אזוי, וואלט איך געווען בעלמא דקשוט קענט עטץ לערנען רש״י וי״א מפרשיו אינעם מאמר, נאר אז איך לעב יא בין איך מעיד פה מלא, איך האב נישט געהאט קיין כיוון, כ׳האב געלאזט לויפן דעם פעדער, (ליין פינגערס), זאל ער זאגן וואס ס׳קוועטשט מיר, ווייל איך אליינס ווייס שוין נישט וואס ס׳טוט זיך… א בחינה ווי ר׳ נחמן האט געזאגט ״אז ס׳קומט צו שרייבן זאלסטו נישט דזשאלעווען דעם פעדער״. נאר וואס, כ׳קען אזוי פיל זאגן, @כספי האט עס פיין ארויס. ס׳האט זיך געשריבן אייגענטליך לאור א מצב, א פרק אין לעבן, כ׳האב מיך געטראפן מיט די צינג, אינדרויסן נאך לאנגע יארן זיכענישן, עסקעיפ, רימפלינג די נאקעטע וועלט, איך בין צוריק אין א שילכל צווישן ספרים, רש״י אותיות, און פינגער דרייערס, לעקיש שבלעקיש, שטינקט נישט און שמעקט נישט, די איינציג ארט וואו מיין נשמה קומט פאר וויילע אביסל צום אויסדרוק מיט הידעניסטישע נאסטאלגיע איז ווען כ׳עס מיטן עולם קוגל, דעמאלסט איז די איינציגסטער זמן ווען דער עולם איז מודה אין שטילשווייגעניש, יפה שעה אחת בעולם הזה, און מיר פארשטייען זיך פאר א רגע קט אויפן ווינק
 
Back
Top