איינער טענה'ט אז דוד זיני האט עס אויפגעדעקט, און וועגן דעם האבן די לינקע געפייט קעגן אים. א אנדערער טענה'ט אז ס'פערצופאל ארויסגעליעקט, נאר ווען נישט זיני וואלט עס נישט ארויפגעקומען... ענק דארפן זיך צאמרעדן פארדעם...
יעצט, לאמיר נישט פארגעסן די מעשה דא, ס'איז געווען חשדות אויף סאלדאטן אין שדה תימן, אז זיי האבן זיך אויפגעפירט בארבאריש און אומ-עטיש אקעגן עצורים, אזש ביז מעשי אונס וסדום. יעדער מיט אביסל שכל פארשטייט אז אזעלכע הארבע חשדות דארף מען גרינטליך אויספארשן, און דאס איז די תפקיד פון די פרקליטות הצבאית.
(און פאר איינער גייט טענה'ן 'וויאזוי פאלט דיר איין אז חיילי צה"ל זאלן טון אזעלכע נידריגע זאכן, דארף מען נישט מער ווי צוריקגיין אפאר תגובות, צו א רעכטער ניק וואס שרייבט:
איז דא עפעס און די וועלט וואס מ'טאר נישט טון פאר 'מחבלי נוחבה'?? רוצחים ומאנסים, נאציס, חיות בדמות אנשים!!!!!
זיי האבן נישט קיין זכות צי לעבן בכלל!!!
סאו ס'איז דא מענטשן וואס האלטן אז מ'מעג אלעס טון פאר מחבלי נוח'בה, סאו ס'איז מעגליך אז צווישן חיילי צה"ל זאלן אויך אריינפאלן אזעלכע מענטשן).
אבער גלייך ווען ס'איז נתפרסם געווארן די מעשה, אנשטאט די לאנד זאל אויפשוידערן פון אזעלכע מעשים, און לאזן די מערכת המשפט קלארשטעלן וואס איז דא געשען, און האפנטליך ארויסקומען אז עס איז אומריכטיג און די סאלדאטן זענען גערעכט. האט זיך די גאנצע רעכטע לאגער גלייך
געוואוסט (בלי שום ספק) אז ס'איז א בלוט-בלבול פון די פצרי"ת אקעגן די סאלדאטן, און די רעכטע פאליטיקאנטן און צייטונג שרייבער'ס האבן אנגעהויבן פארפירן, א גאנצע הפגנה איז פארופן געווארן אקעגן שדה תימן וואו די סאלדאטן זענען דעמאלטס געווען, ביז מ'האט איינגעבראכן (צווישן זיי שרים און חברי כנסת) אין די מיליטערישע בעיס ארויסצוראטעווען די סאלדאטן, פון די רשעות'דיגע הענט פון מצ"ח (=משטרה צבאית חוקרת). פארשטייט זיך אז די פצרי"ת איז געווען די הויפט ציל פון אלע השמצות און באשולדינגען פון די רעכטע חברה.
מ'מוז זיין גאר א קליין קינד, אדער גאר א גרויסער היץ קאפ, צו טענה'ן אז די פצרי"ת האט פלעין און פשוט פיינט אונזערע סאלדאטן, און זי האט ליב די נוח'בות. זי האט א דזשאב און דאס האט זי געטון. זי איז פונקט אזא איזרעילי ווי די רעכטע, און זי האט נישט קיין שום כוונה צו באשמוצן די צבא (אין ווי זי ארבעט - פארגעס נישט).
נאך די איבערפאל אויף שדה תימן איז געווארן גאר א גרויסע שטורעם אקעגן די פצרי"ת, און אקעגן די פרקליטות הצבאית בכלל. די פצרי"ת האט ברוב טפשותה געליעקט די סרטון פון שדה תימן כדי צו בארוהיגן די געמיטער, און אויפווייזן אז ס'איז דא א שטארקע בעיס אקעגן די סאלדאטן, און ס'איז נישט קיין בלוט-בלבול.
איך שרייב 'ברוב טפשותה', ווייל ווען זי וויל געבט זי עס אפיציעל ארויס אין א פרעס-קאנפערענץ און שלום על ישראל, אבער זי האט דאך מורא געהאט אז מ'וועט איר באשולדיגן אין באשמוצן די סאלדאטן (אזוי ווי ס'איז טאקע), האט זי באשלאסן זיך צו באהאלטן אונטער די מאנטל פון א ליעק. דאס איז געווען א גרויסע מיסטעיק פון איר זייט. נאך א גרעסערע טפשות און עוולה איז געווען דאס לייקענען נאכדעם, און פרובירן צו פארווישן.
טאקי הא גופא קשיא די פצרי"ת איז דאך דא צי ווייזן א שיינע פנים פון צה"ל פאר די וועלט, און דא איז זי געגאנגען פארשווארצן צה''ל אין די גאנצע וועלט אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געווען אין היסטאריע!!!!
דאס איז סתם א מעידזשער מיסטעיק פון די רעכטע, כאילו די גאנצע ציל פון האלטן געזעצן וכו', איז נאר כדי זיכער צו מאכן אז איזראעל זעהט אויס שיין אין די וועלט.
מ'דארף האלטן געזעצן כדי די סאסייעטי זאל נישט ווערן קאניבאלן (אדער 'יונדנאצים' ווי פרופ' לייבוביץ' האט שוין פאראויסגעזאגט), און די שלטון החוק איז געשטעלט דאס זיכער צו מאכן. גראדע, האט מען פון דעם א זייטיגע טובה, אז די וועלט זאל נישט אזוי שטארק פארדאמען ישראל.
נע, די גאנצע פרשה האט מען אויפגעדעקט פערצופאל דורך א פאליגראף וואס א קצינה פון די פרקליטות הצבאית איז אריבער אין שב"כ. ווען נישט וואלט עס געבליבן פארשטילט אויף אייביג. און אויב רונן בר וואלט נאך געווען אין אמט און נישט זיני וואלט ער בלי ספק דאס אויך פארשטילט.
צו מאכן השערות (אז ווען בר און נישט זיני וואלט עס נישט ארויסגעקומען) קען איך אויך. די מציאות איז אז דאס איז די כח פון שלטון החוק, ווי די הגדרה גייט 'טוחנות אבל לאט', אלעס קומט צום סוף ארויס.
איידעלערהייט, דאס איז נישט די שענסטע צייט פון שלטון החוק...
דאס איז פשוט ווייל א גרויסע פיגור אין שלטון החוק (פצרי"ת), האט אפיציעל מודה געווען אז זי האט געליעקט, און געזאגט ליגנט אויף דעם.
אבער פון די אנדערע זייט, איז דאס די שענסטע צייט פון שלטון החוק, איינער טוט א עולה באקומט ער זיין שטראף, ער ווערט גלייך אפגעזאגט, און קיינער פארטיידיגט אים נישט.
לאמיר נאר זען וויאזוי די שלטון הג'ובים פון די ליכוד פירט זיך אויף ווען דוד ביטן וואס איז אויף א
קלארע ווידיא-טעיפ נעמען שוחד, איז פון די לידינג פירער'ס און די פארטיי. וכו' וכו'. ואטו כי רוכלא ניזיל וניכל