פרשת כי תצא - יפת־תאר

1yes

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2024
מעסעדזשעס
183
רעאקציע ראטע
459
איך האב שוין אבסל פארשפעטיגט אבער דאס איז אקטועלע נושאים אייביג

1 און די פרשה זעט מען אז ווען מען גייט און א מלחמה רש"י זאגט בְּמִלְחֶמֶת הָרְשׁוּת הַכָּתוּב מְדַבֵּר
היינטיגע צייטן וואלטן די ראבנים זעכער געזאגט אז מען טאר נישט גיין אויף אזא מלחמה, ווייל מקען צוקומען צו נסיונות,
זעט מען אבער אז נישט דאס איז די תורה'דיגע צוגאנג, די תורה לערענט אונז מען זאל גיין, אז מוועט האבן א ניסיון, איז OK נישט עק וועלט.
2 אז אפגאלען א פרוי איז א נַוֵּל און דאס טוט מען צו פארמיסן א פרוי. וואס וועלען מעין סטרים רבנים ענפערען אויף דעם?
 
טאמער געדענק איך גוט, דאס איז טאקע איינע פון די סיבות, אז אויב א גוי וועט כאפן א אידישע פרוי, און ער וועט זעהן אז זי האט נישט קיין האר וועט זי פארמיסט ווערן אויף עים, און ער וועט איר האפלאזן
 
לשיטתך וואס האט אויסגעפאלט אז מרדכי זאל באהאלטן אסתר, ער וואלט איר ליבערש געדארפט אפגאלן ס'קאפ כדי זי זאל נישט צוקומען צום קרקע עולם היתר.
 
לשיטתי??? אזוי האט מיין חתן מדריך געזעגט
לשיטתי איז סאך שענער ווען די פרוי גייט מיט איר אייגענע האר.
 
ס'דא א באקאנטע מעשה,

ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן צוויי דייטשע זעלנער געווען אויפן טרעין, און זיי האבן באמערקט צוויי אידענעס, זיי האבן זיי געוואלט הרגענען, האבן זיי זיך אנגעהויבן אמפערן,
פלוצלינג איז זייער קאפ צודעק ארופגעפאלן, און ס'האט זיך אנטפלעקט זייער אפגעשוירענע קאפ,

די דייטשן האבן זיך אזוי דערשראקען און ארופגעטאנצן פונעם באן שרייענדיג "שדים!!!"
 
ביידע זענען אראפגעפאלן אויף איין מאל?
 
למעשה האט גארנישט געהאלפען איך געדענק נישט וועל יפה תואר דוד המלך האט געהאט אבער 400 קינדער האט ער געהאט פון זיי
קען איינער ברענגען די גמרא עס איז אין מסכת סנהדרין
 
Sanhedrin 21a:18
אמר רב יהודה אמר רב ארבע מאות ילדים היו לו לדוד וכולן בני יפת תואר היו ומגדלי בלוריות היו וכולן יושבין בקרונות של זהב ומהלכין בראשי גייסות היו והם היו בעלי אגרופין של דוד.

די שאלה איז ווער זאגט אז ווען די גמ' זאגט יפת תואר מיינט עס געכאפט אין מלחמה אפשר מיינט עס סתם א שיינע פרוי אזויווי ורחל היתה יפת תואר וכו'?
 
נאך אזאך זעהט מען אין די תורה, אז יענע צייטן איז מען נישט געגאנגען מיט פארדעקטע האר.... יוצא ונתקל בה ׳רואה׳ בנוולה (רש"י)
אויך זעהט מען אז מ'פלעגט קוקן אויף פרויען ׳וראית בשביה אשת יפת תואר׳...
 
גאלן דעם קאפ, איז טאקע נישט אזוי גרינג אבער אזוי טוט מען, און שוין.

אבער די בודזשעט וויפיל ס'קאסט די פאה נכרית (שבת חול שמחות) איז דאך אומדערהערט, פארוואס זאל דאס צודעקן די הוילע קאפ קאסטן אזוי טייער?! די אשה כשירה וואס גאלט נישט, דארף נישט מער וואו א טיכל ווען זי גייט ארויס פון שטוב.

מען איז מחמיר ביי אונז נאר צו עסן האנד מצות און חלילה נישט עסן מאשין מצות. אבער פארוואס פארוואס זאל עס קאסטן טויזענטער דאלער?!

א הוט שבת איז נישט אזא שבת'דיגע לבוש, צוליב דעם גייען מיר חסידישע אידן מיט שטריימלעך. אבער מיליאנען וואס די ציבור ספענד פאר דעם איז עוון פלילי..

אוודאי זענען מיר גרייט און פרייליך צו אויסגעבן געלט פאר מצוות אבער אזעלעכע אסטראנאמישע געלטער אויף זאכען וואס מיר זענען מחמיר וואלט געדארפט זיין א געוויסע אפשטעל פון די מנהיגי הקהילות אז ס'זאל נישט ווערען אויסגעניצט אויף אזא אופן.

וואס האלט דער עולם דא אין קרעמל, אפשר איז כדי מען זאל בעטן פון די רבנים און עסקנים אז מען זאל צוזאמען נעמען יהודות הגולה און אפרעכטן א ריזיגע עצרת תפילה אויף אונזער געלט גזירות דא אין גלות!!
 
לעצט רעדאגירט:
אפשר איז כדי מען זאל בעטן פון די רבנים און עסקנים אז מען זאל צוזאמען נעמען יהודות הגולה און אפרעכטן א ריזיגע עצרת תפילה להעביר את רוע הגזירה אויף אונזער געלט גזירות דא אין די גלות!!
פארוואס זאלן זיי וועלן דאס מאכן, ווען זיי בענעפיטירן פון דעם?!
 
מיר איז עס סיי ווי נישט נוגע איך האב זיך שוין גע׳גט
וואס איז די עולם אזוי טרועריג פון דעם I’m happy… פארשטייט זיך לכתחילה וואלט איך אויך נישט געוואלט אבער נאך וואס איך האב חתונה גיהאט איז דאס געווען די בעסטע זאך וואס איך האב געטוהן אין מיין לעבן
 
טאמער געדענק איך גוט, דאס איז טאקע איינע פון די סיבות, אז אויב א גוי וועט כאפן א אידישע פרוי, און ער וועט זעהן אז זי האט נישט קיין האר וועט זי פארמיסט ווערן אויף עים, און ער וועט איר האפלאזן
מקור?
 
גאלן דעם קאפ, איז טאקע נישט אזוי גרינג אבער אזוי טוט מען, און שוין.

אבער די בודזשעט וויפיל ס'קאסט די פאה נכרית (שבת חול שמחות) איז דאך אומדערהערט, פארוואס זאל דאס צודעקן די הוילע קאפ קאסטן אזוי טייער?! די אשה כשירה וואס גאלט נישט, דארף נישט מער וואו א טיכל ווען זי גייט ארויס פון שטוב.

מען איז מחמיר ביי אונז נאר צו עסן האנד מצות און חלילה נישט עסן מאשין מצות. אבער פארוואס פארוואס זאל עס קאסטן טויזענטער דאלער?!

א הוט שבת איז נישט אזא שבת'דיגע לבוש, צוליב דעם גייען מיר חסידישע אידן מיט שטריימלעך. אבער מיליאנען וואס די ציבור ספענד פאר דעם איז עוון פלילי..

אוודאי זענען מיר גרייט און פרייליך צו אויסגעבן געלט פאר מצוות אבער אזעלעכע אסטראנאמישע געלטער אויף זאכען וואס מיר זענען מחמיר וואלט געדארפט זיין א געוויסע אפשטעל פון די מנהיגי הקהילות אז ס'זאל נישט ווערען אויסגעניצט אויף אזא אופן.

וואס האלט דער עולם דא אין קרעמל, אפשר איז כדי מען זאל בעטן פון די רבנים און עסקנים אז מען זאל צוזאמען נעמען יהודות הגולה און אפרעכטן א ריזיגע עצרת תפילה אויף אונזער געלט גזירות דא אין גלות!!

איך שפיר דיין ווייטאג, אבער אין א פרי מארקעט עקאנאמיע קענסטו נישט האבן קיין טענות אויב דו האלסט נישט ביים גיין מיט קיין 700 דאלאר'דיגן שטריימל, עסן האנט מצות פון אוקריינע, און קויפן א ביליגע שייטל אויף אמאזאן...

די 'געלט גזירות' ווי דו רופסט עס, איז נישט קיין סאנקציע געלייגט דורך איינעם, עס איז א פשוט'ע עקאנאמישע פאקט ווען יעדער לאזט זיך וואויל גיין.
די מנהיגי הקהילות (?!) האבן ווייניג אריינצורעדן אין וויאזוי דער עולם איז מחליט צו ספענדן זייערע געלט און איבער וועלכע מאדע דער עולם איז מחליט נאכצוטאנצן.

און לדעתי זענען די שייטל/שטריימל/מצות סוחרים נישט די גזלנים אינעם בילד, סיי ווייל אין א פרי מארקעט ביסטו מכובד צו גיין אין קאנקורענץ - ניטאמאל דארפן די ערשטע צווי א הכשר צו וואס. אבער בעיקר, ווייל די פרייז איז ווייט פון 'איבערגעטריבן' פאר די סטאנדארטן וואס מיר פאלאנגען. גיי מאך די ריסערטש.
 
Sanhedrin 21a:18
אמר רב יהודה אמר רב ארבע מאות ילדים היו לו לדוד וכולן בני יפת תואר היו ומגדלי בלוריות היו וכולן יושבין בקרונות של זהב ומהלכין בראשי גייסות היו והם היו בעלי אגרופין של דוד.

די שאלה איז ווער זאגט אז ווען די גמ' זאגט יפת תואר מיינט עס געכאפט אין מלחמה אפשר מיינט עס סתם א שיינע פרוי אזויווי ורחל היתה יפת תואר וכו'?
קיק נאך אזוי לערנען די מפרשים
 
Back
Top