- זיך איינגעשריבן
- יולי 11, 2025
- מעסעדזשעס
- 86
- רעאקציע ראטע
- 413
- פונקטן
- 53
עס איז מורא'דיג אינטערסאנט, ווי יעדער פראבירט צו זיין א חכם, און פארזאגן צו עס איז יא די ענדע פון די רעזשים צו נישט, כדי צו קענען זאגן איך האב דאס פארגעזען..
דער אמת איז, אז קיינער קען נישט פארזאגן וואס וועט פאסירן, אזוי ווי קיינער האט נישט געקענט פארזאגן אין סיריע, נאר וואס, מען פראבירט, און אויב עס איז געלונגען זאגט מען נאכדעם, זעסט! איך האב פארשטאנען,
אבער דער אמת איז, "אין רוב פעלער" האסטו נישט פארשטאנען, האסט פשוט גענומען א שאנס צו זיין חוזק, און עס איז געלונגען אזוי ווי דו האסט געשריבן.
למאי נפק"מ,
נעמטס נישט צום הארצן, וואס קיינער שרייבט, לכאן או לכאן!
ווי אזוי דערציילט מען?
עס איז געווען א איד וואס איז געשטאנען אין קאווע צימער, און זיך גע'טענה'ט מיט א צווייטן איבער א נושא, דערנאך ווען ער האט געענדיגט די קאווע, זאגט ער צום חבר, ווייסט וואס, דו ביסט גערעכט! פרעגט ער איהם וואס איז געשען אז דו האסט אזוי שנעל מודה געווען, פריער האסטו דאך אזוי שטארק געטענה'ט איך האב דיר נישט געקענט רוקן, און יעצט האב איך אפילו גארנישט געזאגט און דו ביסט מודה?
זאגט ער איהם, זייער פשוט! יעצט האב איך געענדיגט די קאווע, און די גאנצע שמועס איז איבריג!