פראטעסטן אין איראן

צווישן מיר און דיר וואס דארף אינז אנגיין וואס עס טוט זיך אין איראן?
ווען נישט עס וואוינען דארט יודן און זיי זענען א"י שונא
וואלסטו קיינמאל נישט געהערט פון זיי

ווען אין נייגיריע שעכט מען אויס טויזנטער מענטשן האסטו אויך געוויינט?
 
אפילו די מוסד האט געמאלדן אז פארמאגן אסאך אגענטן וואס ארבייטן פאר זיי דארט אלץ א חלק פון די פראטעסטירערס אזאך וואס זיי האבן קיינמאל פריער געמאלדן
קען אויך זיין, זיי ווילען מען זאל הענגען אפאר פראטעסטירער אלס פארדאכט פון מוסד אגענטען, און דאס וועט העלפן העצען די פראטעסטען. (אויב זיי האבען ווען אגענטען וואלטען זיי עס נישט געזאגט).
 
מ'מעג עס זאגן?

דערווייל די עולם ווארט מיט שפאנונג אז ס'זאל קומען א סוף צו דעם אייטאלע, ווערן יעדען טאג ליידער געהארגעט מענטשן אין איראן, מענטשן וואס ליידען פון די רעדזשים פונקט ווי א"י..

אויב מ"י אדער אמעריקע פלאנען צי מאכן א סוף צי דעם רעדזשים, פארוואס האבן זיי עס נישט געטון ביז יעצט? אויף וויפול טויטע ווארט מען? ס'איז עפעס א דזשאוק? #רק בדם תהיה לנו הארץ
אויף סיי וואס זיי האלטן אינמיטן פלאנען נעמט אביסל צייט, קוק ווי לאנג עס האט גענימען ביז מען האט געמאכט א מאאוו אויף ווענעזועלא.
 
די ארטיגע רעדזשים זוכט אקטיוו צו אומברענגן מיליאנען אידן.
גראז שניידער האט געשריבן:
צווישן מיר און דיר וואס דארף אינז אנגיין וואס עס טוט זיך אין איראן?

ווייל מיר זענען היומען ביאינגס און ס'ברויך יעדן ווייטאגן ווען מענטשן ווערן געהארגעט, נישט קיין חילוק צו נייזשיריע צו איראן. סיי ווי אין דער וועלט.
פינקט אזוי ווי דו וואלסט ווען געוואלט אז די וועלט זאל זיך ווען האבן וויסענדיג געמאכט ווען די דייטשע רוצחים האבן פון אונז ג'רצח'ט איבער זעקס מיליאן אידן!
 
טאקע אט פון דאס עקל איך מיר, מענטשן'ס לעבן זענען פאנדלעך אויף א שאך געים...
אזוי ארבעט די וועלט ליידער

עס זענען דא פלעצער ווי מען שטעלט נאר א רויט לייט נאך א סירטען אמאונט פון טויטע
 
די עקספיריענס האט געוויזן אז מיטן פארהאנדלן מיט טעראריסטן האט מען זיך שטענדיג אפגעבריעט און זעהט אויס אז ווי לאנג מ'שפירט עס נישט אויף די אייגענע פלייש, ווילאנג מ'כאפט נישט אליין די ציפעס, אויף יענעמס חשבון וועט מען אייביג זוכן דיפלאמאטיע, לייק פארוואס נישט אויף יענעמס חשבון.
כלפי מה הדברים אמורים? יעצט לגבי איראן, איראן איז זייט די מהפכה אין 1979 געווען די גרעסטע שטיצערס פון איסלאמישע טעראר אין דער וועלט, סיי פינאנציעל, און סיי פיזיש. און נעכטן האט טראמפ געמאלדן אז די אייאטאלאס האבן זיך פארבינדן מיט וואשינגטאן נאך וואס טראמפ האט געסטראשעט צו באמבאדירן אז זיי זענען גרייט צו שליכטן די נוקעלארע אישוס דורך דיפלאמעסי, פון איראן'ס זייט איז זייער פשוט פארוואס זיי זענען גרייט צוקומען צום טיש ווייל אנישט גייט אמעריקע באמבאדירן און די אייאטאלאס גייען פארלירן צו די פראטעסטירערס און אזוי האבן זיי נאךמא שטיקל טשאנס צו דערשטיקן די פראטעסטן.

יעצט די ווייטאג איז, אז די וועסט ווייסט פינקטלעך וואס ס'גייט פאר אין איראן אליינס און זייער פולע שטיצע פאר טעראר אומעטום אין דער וועלט און מיט דעם אלעם וועהלן נאך צו פירן ווייטער דיפלאמעסי.
טשעמבערלעין בתפארתה!
 
ראלי לטובת די רעזשים. ענק האלטן אז מען האט געצייכנט ווער עס איז נישט געקומען?
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20260112_141514_159.webp
    IMG_20260112_141514_159.webp
    65.1 KB · געזען: 81
קען אויך זיין, זיי ווילען מען זאל הענגען אפאר פראטעסטירער אלס פארדאכט פון מוסד אגענטען, און דאס וועט העלפן העצען די פראטעסטען. (אויב זיי האבען ווען אגענטען וואלטען זיי עס נישט געזאגט).
ביידע זענען אמת.. מוסד האט אגענטן וואס מאכן זיכער אז מען הענגט אנדערע צו אויפרייצן די פראטעסטן...
 
ס'זייער ווייטאגלעך.
וואס באדערט מיך איז אז יעדער ווייסט אז די אייאטאלאס זענען געמיינע רוצחים און שטיצן טעראר אומעטום, און יעצט ווען די וועלט האט די געלעגענהייט פטור צו ווערן פון זיי און לאו דירעקט נאר אפילו אומדירעקט, דורך העלפן שטיצן די פראטעסטירערס מיט וואפן, אפילו סתם גאנס אדער אנדערע הילף און מיטן באמבאדירן שטאטישע אפיסעס בילדינגס וואס באלאנגט פאר די IRGC אדער פאר אנדערע טעראריסטישע גרופעס אין איראן. אנשטאט, שווייגט די וועלט העכסטנס קומט יעדע פאר שעה נאך א גרעבץ פון די יוראפעאישע פאראיין און פון די יו ען און פון טראמפ ווי שטארק ער שטיצט די פראטעסטירערס און אט אט גייט ער שוין רעדן מיט אילאן מאסק וועגן צושטעלן סטארלינק און אט אט גייט ער שוין האלטן א דריגענדע מיטינג וויאזוי צו רעאגירן און אין די זעלבע צייט רצח'נן די אייאטאלאס צענדליגער טויזענטער אומשולדיגע מענטשן וואס בסך הכל ווילן זיי לעבן ווי נארמאלע פרידליכע פרייע מענטשן.

אבער יעצט מיטלעבענדיג דאס קען מען פארשטיין, כאטשיג ס'נישט ממש בדומה לו, נישט אין ציפערן און נישט און נאך אסאך אנדערע פרטים, קען מען אבער פארשטיין ווי קאלטבלוטיג די פרייע וֹועלט האט זיך אויפגעפירט ווען די דייטשן האבן געמארדעוועט די אידן על לא חמס בכפם און די וועלט האט געשוויגן
דאס איז דער ביטער פאקט ,אז מדינות מישען זיך זייער שווער אריין אין אינערליכע רייבונגען און איבערקערעניש. און עס איז פארשטאנדיג די סיבה
ווייל אויב גייט מען זיך אריינמישען מאן יימר אז כינע למשל וועט זאגען עס זענען דא הריגות אין אמריקא פון די אייס, און פון פאליציי, לאמיר אריין מארשירען . ווער איז מכריע אז עס איז יעצט ריכטיג צו אינטערווענירען , טראמפ רעדט , אבער ער מוז האבען א לעגאל ריזען זיך אריינצומישען , סוף כל סוף, טענה׳ט די ממשלה אין איראן, אז זיי טהוען וואס זיי טהוען צו ברענגען דעם המון אונטער קאנטראל, וואס בושעוועט און פראטעסטירט אין די גאסען, טראמפ אפילו ער גייט עפעס טהון, וועט ער באמבארדירן די מיסילס ווייל דאס קען ער קלעימען אז עס איז א טרעט פאר אמריקא
די שואה, איז גיוועהן א אנדערע מין פארניכטונג, פון א ראסע מענטשן אנשים נשים וטף,וואס האבען נישט פראטעסטירט נישט געטשעפעט , מען האט זיי ארויס גישלעפט פון זייערע היימען און געפיערט צום טויט די וועלט האט געוואוסט די וועלט האט געשוויגען אתה אלהים תורידם
 
עס איז נישט דא אזא זאך ווי א לאנד זאל זאגן פאר א צווייטע לאנד אז די מיזט עפעס טון אדער אז די טארסט עפעס נישט טוהן... נישט דא אזא זאך ווי אינטערנאציאנאלע געזעצן, קיינמאל געווען און גייט קיינמאל זיין... יעדער קען זיך דאס ארויסהאקן פון קאפ

יעדער לאנד וואס איז שטארק דער האט א ווארט איבערן צווייטן, פינטעל!
 
ביידע זענען אמת.. מוסד האט אגענטן וואס מאכן זיכער אז מען הענגט אנדערע צו אויפרייצן די פראטעסטן...
עס איז זיכער יד ישראל באמצע
די איראנער ממשלה זאגט עס אויך הגם זיי קענען זאגען סתם פאר עלילה אבער יש דברים בגו
און עס איז מיט רעכט די איראנער ממשלה זאגט אפען אז זייער גאול איז להשמיד להרוג ולאבד די יידן יושבי ארץ ישראל איז דאך הבא להרגך השכם
פאר ער קומט צו דיר גיי דו צו איהם
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
*President Trump: "Effective immediately, any Country doing business with the Islamic Republic of Iran will pay a Tariff of 25% on any and all business being done with the United States of America. This Order is final and conclusive."*
 
דאס איז דער ביטער פאקט ,אז מדינות מישען זיך זייער שווער אריין אין אינערליכע רייבונגען און איבערקערעניש. און עס איז פארשטאנדיג די סיבה
ווייל אויב גייט מען זיך אריינמישען מאן יימר אז כינע למשל וועט זאגען עס זענען דא הריגות אין אמריקא פון די אייס, און פון פאליציי, לאמיר אריין מארשירען . ווער איז מכריע אז עס איז יעצט ריכטיג צו אינטערווענירען , טראמפ רעדט , אבער ער מוז האבען א לעגאל ריזען זיך אריינצומישען , סוף כל סוף, טענה׳ט די ממשלה אין איראן, אז זיי טהוען וואס זיי טהוען צו ברענגען דעם המון אונטער קאנטראל, וואס בושעוועט און פראטעסטירט אין די גאסען, טראמפ אפילו ער גייט עפעס טהון, וועט ער באמבארדירן די מיסילס ווייל דאס קען ער קלעימען אז עס איז א טרעט פאר אמריקא
די שואה, איז גיוועהן א אנדערע מין פארניכטונג, פון א ראסע מענטשן אנשים נשים וטף,וואס האבען נישט פראטעסטירט נישט געטשעפעט , מען האט זיי ארויס גישלעפט פון זייערע היימען און געפיערט צום טויט די וועלט האט געוואוסט די וועלט האט געשוויגען אתה אלהים תורידם
כ'הער וואס דו זאגסט, און כ'בין מסכים צו דיר אין געוויסע פעלער אבער דא ביי איראן און די זעלבע ביי סיי וועלכע רעזשים וואס באשטייט פון שטיצן טעראר וואו אימער, פיזיש און פינאנציעל, איז יא די אפמאך צווישן די פרייע לענדער זיך אריינצומישן און העלפן אומווארפן די רעזשים, נאר נישט אייביג ארבייט זיך עס אויס, קוק למשל איראק, סיריע, ועוד.

אבער דא ביי איראן איז די מעשה אינגאנצן אנדערש, קודם כל ווייל איראן/פערסיע זענען א העכסט ציוויליזירטע פאלק פון אייביג אן געווען, קלוג און פארגעשריטען ביז די אייאטאלאס זענען געקומען דארט צום מאכט און זיי צוריק געשלעפט צום זיבעטען סענטארי אזוי ווי די איסלאמער טוען אומעטום וואו זיי גייען. און אזוי ווי יעצט האבן זיך די איראנער אויפגעשטעלט און און געזאגט אינאף איז אינאף און ס'נישט ווי זיי טוהן גארנישט און זוכן נאר צו מכבד זיין די מעריב וועלט צו טוהןנדי שמוציגע ארבייט, פארקערט זיי זענען אויף די פראנט ליניעס און טוהן די שמוציגע ארבייט און בסך הכל ברויכן יי נאר דרויסענדע הילף פאר לייכטע געווער וכו'
 
די פענטעגאן פּיצא מיטער האָט זיך אאנגעהויבן אין די 1980ער, און מיינט בקיצור, אז ווען פּיצא געשעפטן ארום דעם פּענטאגאן ווערן זייער פארנימען שפּעט בײ נאכט, דהיינו די פענטעגאן מאכט אסאך ארדירס פאר אירע ארבעטערס וואס ארבעטן שפּעט, איז עס א מעגליכן סימן אז ס׳גייט פאָר א גרויסע מלחמה אפאראציע.
 
גראז שניידער האט געשריבן:
צווישן מיר און דיר וואס דארף אינז אנגיין וואס עס טוט זיך אין איראן?

ווייל מיר זענען היומען ביאינגס און ס'ברויך יעדן ווייטאגן ווען מענטשן ווערן געהארגעט, נישט קיין חילוק צו נייזשיריע צו איראן. סיי ווי אין דער וועלט.
פינקט אזוי ווי דו וואלסט ווען געוואלט אז די וועלט זאל זיך ווען האבן וויסענדיג געמאכט ווען די דייטשע רוצחים האבן פון אונז ג'רצח'ט איבער זעקס מיליאן אידן!
not 6 !
6.9
almost 7 million
 
Back
Top