פארוואס לערנען מיר נישט קיין מורה נבוכים?

שעפטאל ווייסט נאכנישט פארוואס זיין זאקן איז טיף אונטער די בעט, ער פראבירט עס ארויס צו שלעפן מיט א בעיזים און ס'גייט נישט. ער זיכט א פרישע גאטשע אבער ס'נישט צום געפינען. מיינסט ער האט אן אננונג פארוואס דעם שנירל איז אין חקר?!... 😂

אבער לפום ריהטא, אפשר האט דער פותח עס מתחילה געלייגט דא.
דערווייל העט ער כאפן א דרימל און האפנטליך וועט א מאד עס ריקן צו ווי עס באלאנגט.
 
אריבערגעריקט
 
כאילו מיר לערנן אלסדינג, נאר דאס פעלט אונז..........................

די אמת'ער סבה פארוואס מ'לערנט נישט מורה נבוכים איז ווייל עס איז פארקערט פון אלעם. ער נעמט נישט אן די גמרא אלס אן אטאריטעט, ער שפעט אפ אין דעות וואס תנאים און אמוראים האבן קלאר געהאלטן, און זיין גאנג איז גענצליך נישט אנגענומן. פונקט ווי ווייניג מענטשן לערנן ספרים על הש"ס וואס גייען נישט אויפן געטראטענם וועג, ווייל עס איז פיל שווערער און האט ווייניג תועלת, אזוי אויך בענייני השקפה. די ספרים וואס שטימן מיט די אלגעמיינם גאנג זענן טאקע מער גאנגבאר.
עס איז נאר א סברא, עס האט נישט מיט קיין שיטה. איך האב גראדע יא געלערנט חלקים פון דער מורה נבוכים און מיין אינטרס איז ווייניג ערוועקט געווארן. איך וויל ראשונים אויף ש"ס, נישט אויף די אייגענע סברות.

אגב,

דער מחבר פון דער ספר איז אונזער אלטע חבר 'משה זאב הכהן פעטש געבער', וואס האט באלויכטן קאוועשטיבעל במשך צוויי דריי טעג מיט זיין הוסן, היפשן, און אנדערע אפפאל פון די גוף.
נישט צי פארדרייען דעם שנירל, אבער א ווארט איבער דעם פעטש געבער. ער האט אינטערעסאנטע איינפאלען מיט א מאדנער חוש פון הומאר, אבער שרייבט ווילד מיט צילאזקייט. ווי א אמאליגע Magyar אינגערישער וואלט אויף עם געזאגט, ער איז א יאכלמו...
 
אז מ'רעדט שוין פון די הייליגע רמב''ם וואס כל בית ישראל נשען עליו

איך האב אמאל געהערט אז איינע פון די ברעסליווע (אדער ר' נחמן אדער ר' נתן) האט שארף געשריבן קעגן די רמב''ם בכלל

איינער ווייסט פון וואס איך רעדט?
און ווי איך קען עס טרעפן?
 
אז מ'רעדט שוין פון די הייליגע רמב''ם וואס כל בית ישראל נשען עליו

איך האב אמאל געהערט אז איינע פון די ברעסליווע (אדער ר' נחמן אדער ר' נתן) האט שארף געשריבן קעגן די רמב''ם בכלל

איינער ווייסט פון וואס איך רעדט?
און ווי איך קען עס טרעפן?
חיי מוהר"ן אות ת"ז ואילך, געוויסע מהדורת זענען צענזורירט, דא איז א חיי מוהר"ן עם השמטות
https://breslovbooks.com/uploads/files/hebrew-chayi-maharan.pdf#page=351

למשל דאס איז צענזורירט:
ואמר רבינו ז"ל, שמה שמובא בספר הגלגולים שהרמב"ם היה פאת שמאל של משה רבינו, אינו יודע אם יצאו דיבורים אלו מפי האר"י ז"ל, ולדעתו אינו מפי האר"י ז"ל.
 
לעצט רעדאגירט:
נישט סתם אסאך אפיקורסים זענען תולה דבריהם באילן גדול זה ועי' בספר כפירותיו של הרמב"ם וואס האט געמאכט די רמב"ם פאר א גאנצע אפיקורוס (גילוי דעת איך האב נישט דורך געלעזט די ספר נאר געזען געוויסע שטיקלעך)
א מאמר תגובה
https://daf-yomi.com/Data/UploadedFiles/Forums/107817.pdf
 
Back
Top