כוואליעס פארוואס טאקע: פארוואס איר זאלט טאקע יא פרעגן 'פארוואס'

מעלדונגען און קאמענטארן איבער דער "כוואליעס" אויסגאבע
דער ארטיקל איז ערשט פארעפנטליכט געווארן אין כוואליעס 4. איך שטעל עס דא ארויף כדי מען זאל זיך קענען באציען דערצו און קאמענטירן דערויף.

הקדמה

אין דעם ארטיקל וויל איך מיך באציען און זיך אפרופן צו החכם אלפא'ס ארטיקל המעורר מחשבה אין כוואליעס נומ. 1 "פארוואס?". א דורכגרונטליכן אנאליז פון דעם נושא איז אויך א געלעגנהייט זיך צו באקענען אביסל מיט די יסודות'דיגע וויכוחים אין דער פילאזאפיע פון ראשית המאדערניזאציע בנוגע דעם ציל און דעם גרייך פונעם פארשטאנד.

אינעם דערמאנטן ארטיקל שרייבט אלפא וזה לשונו,
ביסודו פון יעדן ענטפער וואס איינער זאל נאר גיבן ליגט למעשה די צוויי ווערטער: "ווייל אזוי" [...] אין סיי וועלכן ענטפער ליגט בשורשו דער געדאנק אז "עס איז אזוי - ווייל עס איז אזוי". מיר פארצוקערן אים נאר; מיר פאַרשטעלן די עכטע נאקעטע תשובה מיט א געמיש פון סאפיסטיקירטע אנדערע ווערטער, וואס בדרך לא דרך שטעלט אונז צופרידן. [...] ווען מיר ווילן עפעס "פארשטיין לשם פארשטיין". [...] איז דער אולטימאטיווער ענטפער "ווייל אזוי", און קיין שום אינפארמאציע גייט נישט בעסער פארענטפערן די אונטערליגנדע פראגע.​

דער שרייבער איז ממשיך מיט א ביישפיל,
נעם די שאלה "פארוואס רעגנט?" גייט די ערשטע תשובה: ווייל די וואלקענעס האבן איבריגע וואסער אין זיך. נישט אזוי? קומט די קומענדיגע פראגע: פארוואס האט עס איבריגע וואסער? פון דעם אקעאן וואס איז געדאַמפט געווארן דורך דער זון. פארוואס טוען די זון שטראלן פארדאמפן וואסער? ווייל די וואסער מאלעקולן ווערן אנגעהיצט פון דער ענערגיע פון די שטראלן, און זיי שפרייטן זיך אויס. פארוואס געשעט דאס? אה, ווייל די חוקי הטבע (אדער פאר די לומדים: קוואנטום מעכאניקס...) לויטערן אז אזוי זאל געשען... אבער פארוואס טאקע? איך מיין אז דא וועט שוין יעדער מודה זיין אז די תשובה איז "ווייל אזוי!"​

אלפא פירט אויס אז דערפאר דארף מען אנקוקן 'פארוואס שאלות' ווי דינענדיג א פסיכאלאגישן, אבער נישט א פילאזאפישן, צוועק. זיי העלפן אונז נאר זיך צו שפירן גוט מיט זיך נאך וואס עס אונז "נולד דער דיסאנאנס און עפעס פירט זיך אויף אנדערש און פאלגט נישט דאס געזעץ [...] איבער וויאזוי "נארמאלע" זאכן פירן זיך אויף."

לויט אלפא'ן, געבט אונז נישט די תשובה צו א 'פארוואס שאלה' א נייע הבנה, עס פארשטילט נאר דעם פסיכאלאגישן דיסאנאס דורכן ווייזן אז דער נייער און אומבאקאנטער פענאמען שטימט טאקע יא מיט אונזערע באקאנטע הנחות און געזעצן. דאס אז דער עראפלאן פליט איז נישט בניגוד צו אונזערע ערפארונגען און יסודות פון פיזיק, נאר טאקע א רעזולטאט פון אט די זעלביגע פיזישע געזעצן. אבער דאס איז אלץ בלויז פסיכאלאגיע, נישט פילאזאפיע, נישט קיין מעטאפיזיק, נישט קיין ענדגילטיגע אולטימאטיווע ענטפערס.



ברוך שכיוונת

עס איז כדאי צו באמערקן ווי נאענט אלפא'ס אבזערוואציעס און מסקנות זענען צו די פונעם בארימטן סקאטישן פילאזאף דעיוויד יוּם אינעם אכצנטן יאר-הונדערט. יוּם, פונקט ווי אלפא'ן, טענה'ט אז מיר האבן נישט קיין אולטימאטיוון פארשטאנד אין די געזעצן פון נאטור און פארוואס די פונדאמענטאלע יסודות זענען וואס זיי זענען. דערפאר, טענה'ט ער, זענען אט די געזעצן נישט מער ווי עמפּירישע אבזערוואציעס, אבזערווירטע רעגולערקייטן, אבער נישט קיין מעטאפיזישע הכרחים. סיי וועלכעס אויסזען פון הכרח, פון מוכרח'דיגע פארבינדונג צווישן ערשיינונגען, פון מעטאפיזישע סיבה און מסובב, איז נאר פסיכאלאגיש, וויבאלד אונז זענען געוואוינט צו זען די ערשיינונגען אייביג פארבינדן אויף דעם אופן און אז B פאלגט אייביג נאך A אא"וו.

עס איז נישט דא דאס ארט דורכצוגיין אלע השלכות און שוועריקייטן וואס די שיטה ברענגט מיט זיך, און פיל טינט האט זיך שוין פארגאסן איבער דער שאלה, און ווערט נאך היינט פארגאסן אין די פילאזאפישע פאקולטעטן אין די אוניווערזיטעטן (גם אני הקטן האב געשריבן עטליכע עסייען אין דעם נושא בשעת מיינע שטודיעס אין אוניווערזיטעט). אבער איך וויל מיך יא באציען צו דער שאלה פון 'הסבר' אין דער יוּמישער פילאזאפיע. אויב נעמען מיר אן ווי יוּם'ען אז פיזישע געזעצן און סיבות זענען נאר אבזערווירטע, עמפּירישע רעגולערקייטן, אבער נישט קיין מעטאפיזישע הכרחים, דאן וואס מיינט דאס צו 'מסביר זיין' א פיזישע ערשיינונג? וואס מיינט דאס צו ערקלערן, צו פארענטפערן א 'פארוואס שאלה'? צי איז דאס טאקע ריין פסיכאלאגיש ווי אלפא טענה'ט?

איך גיי טענה'ן ווי פאלגנד: איך גיי מסכים זיין מיט אלפא'ן אז פיל מאל איז צו מסביר זיין א פענאמען A פשוט צו ווייזן וויאזוי עס שטימט מיט א מער באקאנטן און קענטליכן פענאמען B. דאך, גיי איך טענה'ן, איז דאס טאקע א רעכטבארער הסבר וואס געבט טאקע יא פילאזאפישער פארשטאנד און מעטאפיזיש צופרידנשטעלנדע תשובות אויף 'פארוואס שאלות'. ווי איך גיי פארברייטערן, איז דער היקש צווישן A און B נישט סתם א מראה מקום, כאילו איך זאג, "ווילסט פארשטיין A? קוק אויף B. פונקט אזוי ווי דו האסט ביז היינט פארשטאנען (אדער נישט פארשטאנען) B, אט אזוי וועסטו פון היינט פארשטיין (אדער נישט פארשטיין) A". ניין, נאר פון דעם היקש ווערט נולד א נייע הבנה נישט נאר אויף A נאר אויך אויף B. און טאקע אט די נייע הבנה איז די תשובה אויף דער 'פארוואס שאלה'.



א פרק אין היסטאריע פון וויסנשאפט: עלעקטראָמאַגנעטיזם

לאמיר נעמען אלס ביישפיל די אנטוויקלונג פון דער טעאריע פון עלעקטראמאגנעטיזם (וואס איך האב באשריבן אין מיין ארטיקל פאר מייסטערווערק ע"ה). אינעם אנפאנג פונעם ניינצנטן יאר-הונדערט האבן וויסנשאפטליכער געוואוסט איבער דריי ערשיינונגען וואס האבן אויסגעקוקט אינגאנצן אומאפהעניג איינע פון דער אנדערער: עלעקטריע, מאגנעטיזם, און ליכט. אין יענער צייט האט מען אנגעהויבן צו שטודירן און פארשטיין די ערשיינונגען אלס באזונדערע פענאמענען, אבער נאכנישט אלס טיילן און מאניפעסטאציעס פונעם זעלבן כוח.

אין יענער צייט האט א חוקר געקענט באמערקן די ערשיינונג פון בליצן און פרעגן "פארוואס?". די תשובה האט מען שוין דעמאלטס אנגעהויבן צו פארשטיין אז דאס איז אן עלעקטרישן שטראָם דורך וואס די וואלקענעס לאָדענען אפ אנגעזאמלטע עלעקטריע. אין דעם פאל האב איך אן ערשיינונג A (דער בליץ) און אן ערשיינונג B (עלעקטריע) און איך בין מסביר A דורך B. יעצט, פארשטייט זיך אז איך קען נאך ווייטער פרעגן, "אבער פארוואס האט עלעקטריע אן אפשטויסנדע קראפט וואס ברענגט צו דעם שטראם?" און אין יענער צייט וואלט איך נאכנישט געהאט א תשובה אויף דעם. אבער ביזדערווייל האב איך פארשטאנען א ים איבער די ערשיינונג פונעם בליץ דורכן פארשטיין אז דאס איז אן עלעקטרישן פענאמען. יעצט קען איך אנהייבן פארשטיין די תנאים און אומשטענדן אונטער וועלכע בליצן שאפן זיך און וויאזוי מען קען פארמיידן און פארמינערן זייער שעדונג (צום ביישפיל דורך א בליץ-ראד וואס פירט דעם שטראם צו זיך). ווייטער, דורכן פארשטיין אביסל בעסער די ערשיינונג פון עלעקטרישער שטראם, קען איך אנהייבן זען וואו נאך אין נאטור דאס טרעפט זיך, און באלד וועל איך טרעפן א ים מיט אפליקאציעס און איך קען אנהייבן עקספערימענטירן מיט באטעריען, שטראםקרייזן (circuits) אא"וו.

איידער מיר זענען ממשיך, וויל איך זיך ערשט באציען צו אלפא'נס ווערטער וואס ער וואלט אוודאי גענוצט דא אלס אפענטפער צום לעצטיגן פאראגראף:
און נאר קלאר צו מאכן, ווען מ'רעדט פון פראקטישע ידיעות, צו וויסן פארוואס א זאך טוט עפעס כדי אויסצוארבעטן וויאזוי צו האנדלען דערמיט, דאס גייט נישט אריין אין דעם שמועס דא בכלל, ווייל דארט איז די נייע אינפארמאציע ווערטפול פאר זיך אליין. דא איז דער נושא ווען מיר ווילן עפעס "פארשטיין לשם פארשטיין". [...] דארט - טענה איך - איז דער אולטימאטיווער ענטפער "ווייל אזוי", און קיין שום אינפארמאציע גייט נישט בעסער פארענטפערן די אונטערליגנדע פראגע.​

אלפא וואלט געטענה'ט אז פארשטיין אז דער בליץ איז אן עלעקטרישע ערשיינונג איז טאקע פראקטיש און אוטיליטאריש אויף צו קענען "אויסארבעטן וויאזוי צו האנדלען דערמיט", אבער פארשטיין לשמה, פילאזאפיש, מעטאפיזיש, איז עס נישט.

איך גיי מיך אפגעבן דירעקט מיט דער טענה אביסל שפעטער, נאכן קוקן אויף נאך ביישפילן, אבער אויף יעצט וויל איך פרעגן אלפא'ן, אויב איז מיין הסבר טאקע נאר ריין פסיכאלאגיש און נישט מעטאפיזיש, דאן וויאזוי ברענגט ער צו צו א פראקטישן און נוצבארן תועלת? ווי אלפא האט דערמאנט, זענען דא אנדערע פסיכאלאגישע וועגן אויף וויאזוי צו פארענטפערן און פארשטילן שאלות, ווי צב"ש על פי קבלה. איך קען מסביר זיין אז דער בליץ האט אין זיך ניצוצות וכדו', אבער אט די תשובות, הגם אז פאר אייניגע זענען זיי פונקט אזוי (און נאך אפשר נאך מער) צופרידשטעלנד פסיכאלאגיש, וועלן זיי מיר נישט געבן קיין פראקטישער הילף אויף וויאזוי צו באהאנדלען און מאניפולירן דעם בליץ. דארף אונז אלפא מסביר זיין וואס איז אזוי ספעציעל מיט די וויסנשאפטליכע "פסיכאלאגישע" ערקלערונגען אז דווקא זיי געבן מיר די סארט הבנה וואס ערלויבט מיר צו ריכטיג באהאנדלן די ערשיינונג.



פון עלעקטראמאגנעטיזם צו דער עלעקטראָ-שוואכער טעאריע

איידער מיר קערן זיך אום צו דער פילאזאפישער דיסקוסיע, לאמיר פארזעצן די דערציילונג פון דער אנטדעקונג פון עלעקטראמאגנעטיזם. איך גיי דערציילן די געשיכטע אזוי: אונז גייען זיך באקענען מיט אן ערשיינונג אויף וואס אונז גייען פרעגן "פארוואס?"; דער 'פארוואס' גייט אונז פירן צו א תשובה אין וואס עס ליגט א טיפערן פארשטאנד פון דער ערשיינונג, וואס וועט אונז דאן פירן צו ווידער פרעגן "פארוואס?", וחוזר חלילה. אבער באמערקט אז אויף יעדן שטאפל וועט מיין נייעם, טיפערן פארשטאנד אויך פירן צו פאראייניגן פארשידנארטיגע פענאמענען – וואס ביז צו דעם שטאפל האב איך געמיינט אז זיי האבן גארנישט איינער מיטן אנדערן – אונטער איין טעאריע, און דורכדעם צו נייע אנטדעקונגען.

שאלה: פארוואס גייט א בליץ?

תשובה: עס איז אן עלעקטרישן שטראם. אגב, דער זעלבער עלעקטרישער שטראם איז אויך מסביר פיל אנדערע ערשיינונגען באזירט אויף עלעקטריע, ווי צב"ש שטראמקרייזן (circuits) אד"ג.

שאלה: פארוואס שטראמט עלעקטריע?

תשובה: וויבאלד עס האט און זיך צוציענדע און אפשטויסנדע קראפטן. אגב, דאס איז אויך מסביר סטאַטיק-עלעקטריע, וואס הגם אז עס איז נישטא קיין שטראם, זענען דא צוציענדע און אפשטויסנדע קראפטן אא"וו.

שאלה: פארוואס האט עלעקטריע אפשטויסנדע און צוציענדע קראפטן?

תשובה: וויבאלד עס איז דא נעגאטיווע און פאזיטיווע לאָדונג (charge) און זיי זענען מושך פארקערטע לאדונגען אבער שטויסן אפ אייניגע לאדונגען. אגב, אט אזוי האלטן זיך די נעגאטיווע עלעקטראָנען אינעם אַטאָם ארום דעם פאזיטיוון נוקלעאוס וואס איז אויך מסביר וויאזוי כעמיע און כעמישע אינטעראקציעס און רעאקציעס ארבעטן.

שאלה: פארוואס האבן די לאדונגען אפשטויסנדע און צוציענדע קראפטן?

תשובה: לאדונגען שאפן ארום זיך עלעקטראָמאַגנעטישע קראפט-פעלדער. אגב, דאס איז אויך מסביר פארוואס שינוים אין דער עלעקטרישער קראפט ברענגט אייביג צו צו א מאגנעטישער קראפט, און אז די צוויי קראפטן פון עלעקטריע און מאגנעטיזם זענען באמת ביסודם איינס. אגב, דאס איז אויך מסביר ליכט, וואס איז בסך הכל א כוואליע אין אט דעם עלעקטראמאגנעטישן פעלד. און דאס ווייטער איז מסביר פיל פון די אייגנשאפטן און אויפפירונגען פון ליכט.

שאלה: פארוואס שאפן זיך עלעקטראמאגנעטישע פעלדער?

תשובה: אין קוואנטום-מעכאניק זענען פאראן 'אויסבייט-פּאַרטיקלען' וואס קאמוניקירן קראפט צווישן שטאָף-פארטיקלען. אין עלעקטראמאגנעטיזם זענען דאס די W און Z באָזאָנס. אגב, דאס איז אויך מסביר ראַדיאָ-אקטיוויטעט, וויבאלד די קראפט וואס איז אחראי פאר דעם (די שוואכע-נוקלעארע קראפט) איז ביסודו אייניג מיט דער עלעקטראמאגניטשער קראפט, אין איין קראפט וואס הייסט די עלעקטרא-שוואכע קראפט. אגב, קוואנטום-מעכאניק איז אויך מסביר...

שאלה: פארוואס זענען פאראן אויסבייט-פארטיקלען?



יעצט דא האב איך שוין נישט קיין תשובה. און אויב איז יא דא א תשובה אויף דער שאלה, וועט נישט זיין קיין תשובה אויף דער נעקסטער. אלפא רייבט זיך יעצט אוודאי די הענט און רופט אויס טריומפאל, "דער אולטימאטיווער ענטפער איז "ווייל אזוי"," און די גאנצע הערליכע געשיכטע האט נישט פארענטפערט די "אונטערליגנדע פראגע".

אבער אלפא פאלט אריין אין דער פאסטקע פון מיינען אז אויב איז עס נישט קיין "אולטימאטיווער" תשובה דאן איז עס נישט קיין תשובה בכלל, חוץ אינעם פסיכאלאגישן זין. עס איז אמת אז מיר קענען אייביג ממשיך זיין צו פרעגן 'פארוואס' און אז סוף כל סוף וועט זיין א 'פארוואס' אויף וואס אונז האבן נישט קיין תשובה. אבער דער 'פארוואס' נאך יעדן סוקסעסיוון שטאפל איז נישט דער זעלבער 'פארוואס' ווי דעם פון דעם פריערדיגן שטאפל. אדרבה, די תשובה ביים ערשטן שטאפל האט מיך צוגעברענגט צו פרעגן א פיל בעסערן 'פארוואס' ביים צווייטן שטאפל ווי דעם וואס איך האב געפרעגט ביים אנפאנג. און דער 'פארוואס' פונעם דריטן שטאפל וועט זיין נאך בעסער, אא"וו. און ביזדערווייל לערן איך פון די תשובות ביי יעדן שטאפל רעכטבארע, וויסנשאפטליכע, מעטאפיזישע ידיעות איבער דער וועלט און מיין פארשטאנד איבער איר וואקסט. ביים ערשטן שטאפל לערן איך איבער עלעקטרישער שטראם און שטראמקרייזן, ביים צווייטן שטאפל איבער עלעקטראנען, נוקלעארן, אטאמען און כעמישע רעאקציעס. ביים דריטן איבער עלעקטראמאגנעטיזם, ליכט-כוואליעס אא"וו, וכן הלאה. ביי יעדן שטאפל לערן איך נישט נאר "פראקטישע ידיעות" צו וויסן וויאזוי צו "באהאנדלן" זאכן אויף אן אוטיליטארישן אופן, נאר טאקע רעכטבארע, מעטאפיזישע פארשטאנד איבערן מציאות, איבער דער רעאליטעט.

צו דער שאלה פארוואס עלעקטריע שטראמט, איז די תשובה איבער נעגאטיווע און פאזיטיווע לאדונגען א רעכטבארע, פילאזאפישע תשובה. איי איך קען נאך אלץ פרעגן פארוואס? נו, צי דען וויבאלד איך פארשטיי נאכנישט אלעס פארשטיי איך גארנישט?! ביזדערווייל האב איך געלערנט איבער א וויכטיגער – טאקע מעטאפיזישער – איינצלהייט פון רעאליטעט וואס פארברייטערט מיין פארשטאנד פונעם מציאות אויף א שטארקן פארנעם, נישט נאר אויף צו פארשטיין אנדערע ערשיינונגען בעסער, נאר טאקע אויף צו קענען יעצט פרעגן נאך בעסערע 'פארוואס שאלות'.



עמפּיריציזם

וואו איז אלפא אבער יא גערעכט? במה דברים אמורים ביז אהער אויף עמפּירישע, סייענטיפישע שאלות, וואו די שאלות פירן צו תשובות און טעאריעס וואס קענען ווערן עקזאמענירט און אויסגעפרואווט עמפיריש דורך עקספערימענטן. אט די עקספערימענטן ווייזן אז די טעאריעס און הסברים זענען טאקע קולע אל המטרה אלס רעכטבארע, אמתע באשרייבונגען פון רעאליטעט. וואו אלפא איז טאקע יא גערעכט, און ווי יוּם האט שוין שטארק מעורר געווען, איז דאס נישט גילטיג אויף אבסטראקט-מעטאפיזישע ספעקולאציעס און חקירות וואס קענען נישט ווערן אויסגעשטעלט צו עמפירישע עקספערימענטן צו זען צי זיי זענען עומד בנסיון. אין די ספערעס זענען תשובות אויף 'פארוואס שאלות' פילאזאפיש, מעטאפיזיש נוצלאז און פוסט. וויבאלד זיי זענען נישט קיין אולטימאטיווע תשובות (און אזעלכע, טענה'ט אלפא כשיטת יוּם, זענען בכלל נישט בנמצא) פארענטפערן זיי נישט באמת די שאלה. און מצד שני, וויבאלד אונז קענען נישט עקזאמינירן די תשובות והטעאריעס המסתעפים מהם עמפיריש, קענען אונז נישט אפילו וויסן צי זיי ברענגען אונז בכלל נענטער צו אן ענדגילטיגער תשובה, צי זיי באשרייבן ריכטיג אן איינצלהייט פונעם מציאות, צי זיי העלפן אונז בכלל פרעגן בעסערע 'פארוואס שאלות'.

אט נעמט למשל די פאלגנדע קייט פון שאלות:

שאלה: פארוואס עקזיסטירט די וועלט.

תשובה: ווייל עס איז דא א באשעפער און ער האט איר באשאפן.

שאלה: פארוואס עקזיסטירט א באשעפער?

תשובה: דער באשעפער האט אייביג עקזיסטירט.

שאלה: פארוואס?

...

נישט קיין חילוק וועלכע תשובה מען וועט דא געבן וועט מען אייביג קענען פרעגן נאך א פארוואס. אבער דא איז די פראבלעם אז אונז האבן נישט קיין שום וועג צו וויסן צי אונזערע סוקסעסיווע תשובות זענען בכלל ריכטיג, צי זיי באשרייבן ריכטיג אן איינצלהייט פון רעאליטעט, צי זיי ברענגן אונז בכלל נענטער צו א תשובה.



אויספיר

דער בארימטער דייטשער פילאזאף פונעם ניינצטן יאר-הונדערט, העיגל, האט אנטוויקלט די איינפלוסבארע שיטת הדיאַלעקטיק. לויט דער טעאריע, פאנגן מיר שטענדיג אן א מהלך המחשבה מיט א נאַאיווע, נאכנישט-עקזאמינירטע טעאריע וואס אונז האבן יורש געווען פון אונזער חינוך אדער סביבה. דאס איז די 'טעזע'. מיר שטעלן איר דאן אויס צו דורכגרינטלוכער אנאליז און חקירה און זעען איין ווי פעלערהאפטיג און לעכערליך זי איז, וואס דורכדעם קומען אונז צו צו א ראדיקאל-פארקערטער מסקנא. דאס איז די 'אנטי-טעזע'. נאך אביסל מער מחשבה און ערפארונג זעען מיר אבער אז עס איז דא א סיבה פארוואס מען האט אונז אויסגעלערנט די נאאיווע טעזע, און אז עפעס אן אמת און א תועלת ליגט פארט אין איר. מיט אכט קוקן מיר צוריק אויף דער טעזע אין ליכט פון דער אנטי-טעזע, אונז פארגלייכן זיי און קומען אויף מיט א נייעם שילוב פון ביידע, כבורר אוכל מתוך פסולת. דאס איז די 'סינטעזע'.

אלפא, ברוב אהבתו את האמת ובעומק הבחנתו האט באמערקט אז עפעס קלאפט נישט מיטן מושג פון 'הסבר' און אז תשובות אויף 'פארוואס שאלות' פירן אונז שטענדיג אויף אן ענדלאזער קייט פון שאלות און תשובות אשר אין להן סוף. איז ער דערפאר צוגעקומען צן אן אנטי-טעזע אז הסברים אויף אזעלכע שאלות זענען באדייטלאז און נישט מער ווי פסיכאלאגישע קונצן. אבער אט האבן מיר דא ווידער חוקר געווען אט די באגריפן אין זייערע ערשטע פרינציפן און אונז זענען צוגעקומען צו א סינטעזע: אלפא איז גערעכט ווען עס האנדלט זיך מיט אבסטראקט-מעטאפיזישע חקירות, אבער ווען מען רעדט פון עמפיריש-סייענטיפישע שאלות, געבן אונז די חקירות דווקא יא רעכטבארע תשובות און הסברים, ווי לאנג אז זיי זענען עומד בנסיון פון די עמפירישע עקספערימענטן.

יהי רצון שירבו כמו אלפא בישראל ושנזכה לחקור ולהבין במעשה יצירה.​
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top