שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 359
- רעאקציע ראטע
- 1,267
- פונקטן
- 213
מארגן קומט פאר אין עדיסאן ניו זשערסי א ריזיגער ביזנעס טרעיד שוי, פון די זאליס מסתם די גרעסטע היימישע קיבוץ ביזנעסער אונטער איין דאך, דאס איז שוין די פערדער יאר וואס זיי מאכן דאס.
איך פיל זיך זייער ''גילטי'' אז איך האב נישט געקויפט קיין טיקעט אריין צו גיין דארטן נישט צו עקזיבעטן און נישט צו ''מינגעלען'' מיט אנשי שלומינו.
כאטש איך האלט אז איך קען נאר פארדינען; זיכער גארנישט פארלירן.
נישט נאר גייט מען דארטן טרעפן מענטשן, נאר עס גייט זיין שיעורים אין ביזנעס אויך
אבער איך גיי עס גענצליך איגנארירן, און דא פאוסטן אויב איינער פון אייך האלט אנדערשט ווי מיר קענט איר נאך דארטן גיין מארגן נעמען אלע מיינע ביזנעס.
איך מיש נישט אויס רעליגיע מיט ביזנעס; מיט משפחה עסט מען קוגל.
אויב א זאלי געט מיר ביזנעס ווייל איך בין אויך א זאלי בין איך אים שולדיג די גאנצע וועלט. און ער וועט מיך אויססאקן דעם דם התמצית.
עס איז א גוטער עצה פאר אייך אויך. זוכט בלויז ביזנעס ביי מוסולמענער ווייל זיי פילן זיך ''גילטי'' צוליב די מיטל מזרח געפעכטן צווישן די ציוניםלעך מיט די אראבער; זיי געבן מיר די מערסטע ביזנעס, ווייל זיי ווילן זיך צייגן פאר מיר אז זיי זענען נישט אנטיסעמיטיש געשטימט נאר זענען גאר אוהבי ישרא' מיר צו געבן אסאך ביזנעס!...
איך צייג פאר אלע מיינע אראבישע און מוסולמענער קאסטומער אלע קליפס פון נטורי קרתא ונטרונא פון סאשעל מידיע.
לעצט רעדאגירט: