ק''פ
שבת אין בית המדרש האט דער ציבור גערעש'ט געבאבלט און געשוימט, אפילו נישט סאטמארע אידן זענען געווען ממש איבערגענומען פון די שרעקליכע מעשי נבלה וואס די ארוינישע טעראר קאמפאני האט געטון, מיטן נישט ארויף לאזן דעם מגן חינוך הטהור וראש גולת אריאל כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר פוקד זיין די ציון הק' פונעם רשכבה"ג מרן רבינו הקוה"ט מסאטמאר בעצם יומא דהילולא קדישא כ"ו אב ממש דער עולם קען עס נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן געקענט אזאנס טון.
און איך שטיי אינדערזייט און ווינדער זיך: דער עולם ווייסט דען נישט פון וועם מ'רעדט דא? כ'מיין, וואס פונקטליך איז די חידוש דא? אז די ארוינים האבן אפגעשפארט א בית החיים? וואס פונקטליך איז אזוי אויפפאלנד דא?
דו רעדסט דא פון די זעלבע כת הלצים והשקרנים, די זעלבע כת המוסרים והמלשינים, די זעלבע שלעגער און טעראריסטן וועלכע האבן סעקירט כלל ישראל פאר 20 יאר נאכאנאנד, און איינער איז איבערראשט אז זיי האבן דאס געטון?
דו רעדסט דא פון אכזרים וועלכע האבן אונטערגעצינדן א קימפעטארין היים מיט צענדליגער מאמעס און פיצלעך קינדער דערינען.
דו רעדסט דא פון מוסרים ומלשינים וועלכע האבן אן קיין בושה גערופן זייער טאטע און מנהיג, א רבן של כל בני הגולה אין געריכט.
דו רעדסט דא פון מחוצפים און עזות פנימ'ער וועלכע האבן געשלאגן, באווארפן מיט שטיינער, נאכגעשריגן און געווארפן פאשקווילן קעגן א ים פון גדולי עולם ווי רבי יחזקאל ראטה זצ"ל, רבי יואליש מארגענשטערן זצ"ל, קאשוי רב זצ"ל, רבי מאטעלע זצ"ל און וועמען נישט?
דו רעדסט דא פון א גרופע מטורפים וועלכע האבן געשיקט זייערע שלעגער פאר לאנגע יארן ברעכן פענסטער, שטעכן רעדער, האקן שפיגלעך, פארברענען קארס, טעראריזירן און שיקאנירן יעדער וואס איז א טראפ נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיי.
דו רעדסט דא פון מענטשן וועלכע האבן געשלאגן פרויען אין גאס, געשלעפט שייטלעך פון שבע ברכות ווייבלעך, רופן נאך היינט ארום מיט פאוני קאלס און שיקן בריוון און פאשקעווילן פאר ווער עס וואגט זיך נישט צו נעמען זייער מנהיג פאר סידור קידושין.
דו רעדסט דא פון מענטשן וואס האבן מחלל שבת ויום טוב געווען וואך איין וואך אויס בפרהסיא, אזש די קליפס זענען ליטערלי אויף יוטוב, פאר יארן לאנג אין בית מדרש הגדול אויף ראדני סטריט, צעבראכן און געפלינדערט ביי יעדע תפילה פאר יארן נאכאנאנד.
דו רעדסט דא פון מענטשן וואס האבן איבערגעדרייט אן ארון קודש מיט א ספר תורה דערין און געטאנצן דערויף, מענטשן וואס האבן אריינגעברענגט שווארצע שלעגער אין בית מדרש און געקנאקט קעפ.
מענטשן וואס האבן מיט טראקטארן צעבראכן בתי מדרשים און בתי חינוך, פארברענט און חרוב געמאכט.
א גרופע וואס האט איינגעזעצט צענדליגער אידן אין תפיסה, הונדערטער אידן זענען אנגעקומען צעמזיקט און צובליטיגט אין שפיטאל.
א גרופע וואס האבן געשיקט זייערע סטודענטן ווארפן באטלעך און שטיינער אויף דיינים און רבנים וואס האבן זיי געפירט פאר לאנגע יארן, זיי מבזה געווען און באשריגן ביים מקדש זיין א בית החיים.
א גרופע וואס האט פשוט און פראסט פארכאפט א נפטר פאר לאנגע שעות און נישט געוואלט ארויסגעבן פאר די משפחה אלעס פאר געמיינע אני ואפסי.
א גרופע וואס שיקט יאר איין יאר אויס זייערע סטודענטן ווארפן שטיינער, שפריצן קעטשאפ און נאכשרייען מענטשן וואס קומען ארויף צום ציון סיי כ"ו ניסן און סיי כ"ו אב.
אזוי קען מען גיין ווייטער און ווייטער און קיינמאל פערטיגן, אויף זיי האסטו א קשיא וויאזוי זיי האבן אזאנס געקענט טון?
איינער האט געהאט א קשיא אויף די ציונים וויאזוי זיי האבן געקענט אפשפארן מערת רשב"י און גאנץ מירון? דאס איז וואס זיי טוען דאך?! איינער האט א קשיא אויף די געמיינע ארוינים? דאס איז וואס זיי טוען דאך?!
די בני בליעל האבן מקיים געווען בהידור דעם גאנצן דור שבן דוד בא; בית הוועד יהיה לזנות, חכמת הסופרים תסרח, ויראי חטא ימאסו, נערים פני זקנים ילבינו, זקנים יעמדו מפני קטנים, בן מנבל אב, בת קמה באמה, כלה בחמותה, אויבי איש אנשי ביתו, הבן אינו מתבייש מאביו, ופני הדור כפני כלב, והאמת נעדרת און אזוי ווייטער און ווייטער...
און איינער וואונדערט זיך נאך וויאזוי זיי האבן אזאנס געקענט טון?? זיי האבן דאך דעם רביצין זעלבסט אויך נישט ארויף געלאזט צו איר מאנ'ס ציון, איר באווארפן מיט שטיינער, און איינער האט נאך קשיות??