פארוואס זענען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן לויט אידישקייט

פאעזיע

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 24, 2024
מעסעדזשעס
39
רעאקציע ראטע
211
איך בין נייגעריג צו הערן פון די ציבור דא אין איין זאץ: לויט די יודישע רעליגיע וואס איז די ענפער ״פארוואס זיינען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן״
 
אויף וויפיל עס איז שייך צו פרעגן "פארוואס" מיין איך אז די ענטפער איז:
צו מקבל זיין די חסד פון די 'גוטע לעבן' און עס עפרישיעיטען.
 
פארוואס מיר זענען דא? ווייל ג-ט האט אונז באשאפען.
וואס איז דער ציל פון לעבן? אין טעם לרצון. (איך לעב ווייל איך וויל לעבן).
 
איך בין נייגעריג צו הערן פון די ציבור דא אין איין זאץ: לויט די יודישע רעליגיע וואס איז די ענפער ״פארוואס זיינען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן״
האדם לא נברא אלא להתענג על ה׳ וליהנות מזיו שכינתו.
(מסילת ישרים)
 
לעצט רעדאגירט:
כ'מיין אז די תורה שבכתב פרעגט נישט פארוואס מיר לעבן, פון ווי מיר קומען און גייען. להתענג על השם בעולם הבא שטייט נישט אין תורה שבכתב בכלל.

די גאול איז "צו האבן א גוטע לעבן" למען תחיה והארכת ימים, גשמיכם בעתם וכדו' ושמחת בכל הטוב.

ווען דו פרעגסט וואס איז די ציהל פון א גוטע לעבן איז אזוי ווי כ'פרעג דיר וואס איז די ציהל פון גיין אויף א גוטע וואקאציע אדער סיי וועלכע הנאה, אפי' פון נהנה זיין מזיו השכינה, וואס איז די ציהל פון תיקון השלום, יעי, מתוקן, וואס יעצט?
ס'איז א פילזאפישע שאלה פון מענטשן וואס האבן א שווער לעבן. (אט די תורה איז צוגעקומען אין גלות הגוף והדעת, ווען דער עיקר לעבן איז פאר א יענער וועלט).

די תורה שבכתב פראבירט צו געבן א וועג מ'זאל אפרישיעיטען א גוט לעבן און ניטאמאל זיין אינטרעסירט צו דן זיין מיט אט אזעלכע שאלות.

ווען דו עסט א גוטע מאלצייט, זיכסטו נישט קיין ציהל.
האי עלמא כבי הילולא דמיא, חטוף ואכול!

פרעג זיך ווי אזוי קען איך זעהן דעם וועלט מיט גוטע זיסע אויגן און אזוי הנאה האבן פון איר צו די מעקס, דאס איז וואס די תורה זוכט צו אקאמפלישען.
 
איך בין נייגעריג צו הערן פון די ציבור דא אין איין זאץ: לויט די יודישע רעליגיע וואס איז די ענפער ״פארוואס זיינען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן״?

צו פרעגן און שטרעבן איבער אזעלכע סארט פראגעס ווי: ״פארוואס זיינען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן״...!


אין אנדערע ווערטער, די 'אידישע רעליגיע' (וואטעווער דאס מיינט) קומט געבן פאר מענטשן א purpose און מינונג אין לעבן, און דאס ערייכט מען דורך כסדר וועלן דערגרינטעוון אין דעם שאלה זעלבסט...
 
וואס הייסט פארוואס? צו דינען דעם אייבערשטען! נאר פאר דעם איז מען אראפגעקימען צו דינען דעם אייבערשטען
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס הייסט פארוואס? צו דינען דעם אייבערשטען! נאר פאר דעם איז מען אראפגעקימען צו דינען דעם אייבערשטען
וואס איז די ציהל פון דינען דעם אייבירשטען?

וואס איז דער אייבישטערס ציהל דערמיט?

אונז געבן שכר?

וואס איז די ציהל פון באקומען שכר?

(עיין מה שכתבתי לעיל)
 
כ'מיין אז די תורה שבכתב פרעגט נישט פארוואס מיר לעבן, פון ווי מיר קומען און גייען. להתענג על השם בעולם הבא שטייט נישט אין תורה שבכתב בכלל.

די גאול איז "צו האבן א גוטע לעבן" למען תחיה והארכת ימים, גשמיכם בעתם וכדו' ושמחת בכל הטוב.

ווען דו פרעגסט וואס איז די ציהל פון א גוטע לעבן איז אזוי ווי כ'פרעג דיר וואס איז די ציהל פון גיין אויף א גוטע וואקאציע אדער סיי וועלכע הנאה, אפי' פון נהנה זיין מזיו השכינה, וואס איז די ציהל פון תיקון השלום, יעי, מתוקן, וואס יעצט?
ס'איז א פילזאפישע שאלה פון מענטשן וואס האבן א שווער לעבן. (אט די תורה איז צוגעקומען אין גלות הגוף והדעת, ווען דער עיקר לעבן איז פאר א יענער וועלט).

די תורה שבכתב פראבירט צו געבן א וועג מ'זאל אפרישיעיטען א גוט לעבן און ניטאמאל זיין אינטרעסירט צו דן זיין מיט אט אזעלכע שאלות.

ווען דו עסט א גוטע מאלצייט, זיכסטו נישט קיין ציהל.
האי עלמא כבי הילולא דמיא, חטוף ואכול!

פרעג זיך ווי אזוי קען איך זעהן דעם וועלט מיט גוטע זיסע אויגן און אזוי הנאה האבן פון איר צו די מעקס, דאס איז וואס די תורה זוכט צו אקאמפלישען.
געב א משל פון תורה שבכתב וואס שטייט דער וועג מ׳זאל אפרישיעיטען?
 
איך בין נייגעריג צו הערן פון די ציבור דא אין איין זאץ: לויט די יודישע רעליגיע וואס איז די ענפער ״פארוואס זיינען מיר דא און וואס איז דער ציל פון לעבן״
אונז האט מען געזאגט אין טאהש אז די נשמה האט געהאט א וואונדערליכע עקספּיריענס אין גן עדן, אבער זי האט עס נישט געקענט ריכטיג ענדשויען ווייל ס׳האט געפילט ווי טשעריטי, זי האט גארנישט געארבעט דערויף און עס באקומען אומזיסט.

ממילא האט זי זיך ״געבעטן״ אראפצוקומען אויף דעי וועלט, אזוי וועט זי מער נישט דארפן פילן די ליידיגע טעם פון נהמא דכסופי-״פארשעמטע ברויט״ ווייל דורך די מצוות וואס זי טוט ״פארדינט״ זי איר שכר אין גן עדן
 
געב א משל פון תורה שבכתב וואס שטייט דער וועג מ׳זאל אפרישיעיטען?
שטיין שטייט נאר וואס צו טון,
אבער קוק אויף די 'סיבה' וואס די תורה געט.

אנגעהויבן פון אברהם אבינו כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך יהוה לעשות צדקה ומשפט למען הביא יהוה על אברהם את אשר דבר עליו. אברהם אבינו זאגט אהן זיינע קינדער היט דעם וועג פון השם כדי ער זאל ברענגן אויף אונז וואס ער האט אונז געזאגט, וועלכע זאך? א"י, און ער וועט זיין אונזער שטארקער גאט, (אין יענע צייטן האט א שטארקע גאט געמיינט, פארזיכערונג אז מ'האט וואס מ'דארף צום לעבן. רעגן, קינדער, קיין שלעכטע חיות פארציקן נישט.)

ליין פרשת בחקותי, וואס קומט פארן גיין אינעם וועג פון גאט.

און אזוי ווייטער.
 
וואס איז די ציהל פון דינען דעם אייבירשטען?
צו דינען דער אייבערשטער

וואס איז דער אייבישטערס ציהל דערמיט?
אז אונדז זאל מיר עים דינען
אונז געבן שכר?

וואס איז די ציהל פון באקומען שכר?

(עיין מה שכתבתי לעיל)
 
אויב אזוי האב איך סאך מער א פשוטן ענטפער: די ציהל פונעם לעבן איז צו לעבן. (ודו"ק, דו שטעלסט זיך סייווי אפ ביי עפעס אהן א ציהל פארן ציהל)
 
Back
Top