טייערע אידן אין אמעריקע! בלאפט וועט אייך גוט זיין

3) קענסט נישט ליגן אין זייער בית החיים אויב דו שערסט דיין בארד, וכדו'.
די סטראשע קען איך נישט כאפן, פארוואס זאל אנגיין אז מ'קען נישט ליגן אין 'קריית יואל אדער סקווירא בתי חיים?

אז מ'וויל דיך נישט לייגן דארט קען מען לייגן ערגעץ אנדערש, מ'רעדט דאך דא פון מענטשן וואס פייפן סייווי אויפן סיסטעם פארוואס זאל אזא מענטש פלוצלינג וועלן ליגן אין קריית יואלע בית החיים?
 
כ'שרייב עס נאר כדי מ'זאל וויסן פונקטליך וועלכע געוואלדיגע גליקן מ'שפארט צו.
קענסט זיין א גרויסע ביזנעס מאן, און אפי' א היימישע חתונה זינגער, שפילער, און טון וואס אימער דו ווילסט.
 
@דער גאלדענער אדלער 100% ושפתיים ישק.

נאר איין הערה. אזוי ווי הרה״ג ר׳ צבי יונתן מארטאן האט ליב ארויסצוברענגן בתוך זיינע שיעורים, איז די שיח און שפראך מ׳נוצט גאר וויכטיג (וכמהלכו של וויטגענשטיין ווי אלעס בחיים ובמחשבה איז א שפראך געים, וכמאמרו של ניטשע אז עס זענען נישטא קיינע פאקטן נאר פרשנות פון פאקטן), הגם אז בעצם זאגן ביידע די גענויע זעלבע זאך. אין די קאנטעקסט פון ״משה״ דא איז עס אז ער זאל ווייטער האלטן שמירת התורה והמצות און א רעליגיעזער מהלך החיים, הגם ער גלייבט נישט אין די טענעטס וואס ליגן דארונטער עפ״י פשטות. און דאס איז ״בּלאָף״. אין אנדערע ווערטער, פונעם פּערספּעקטיוו פון מקיים זיין מצות והלכה רק מחמת ״רצון הא-ל״ איז דאס ״בּלאָף״.

אבער מ׳קען עס פונקט אזוי באטראכטן, און זאגן די גענויע זעלבע געדאנק, מיט׳ן זאגן אז אט דאס:
ער האט ליידער פארלוירן זיין אמונה אין די י"ג עיקרים, און פון דארט ביז חילול שבת איז ניטאמאל א שפרינג.
איז אומריכטיג. מיינענדיג, אז, ווי ארויסגעברענגט לאורך האשכול שלי, איז שמירת התומ״צ איבערהויפט ל״ד אָנגעוואנדן און אָנגעוואוזן אין אַן אמונה דארונטער. ואיה״נ אז ער דארף טאקע זוכן פאר נייע מיענינג אין די אקטן והתנהגות פון שמירת ההלכה והדת, וועלכע זענען נישט תלוי אין ״צוליעב טוהן״ עפעס אַן ״אלמעכטיגער בּיִאיִנג״ מיט ״רצונות״, איז אבער דאס אז ער געבט א נייעם משמעות דארונטער נישט דוקא ״בּלאָף״; הגם אז כנ״ל איז די תוצאה פון ביידע שיחות די גענויע זעלבע זאך. און מיט דעם האט ער די עדעד בּענעפיט אז ער דארף נישט צוקומען צו זיך ספּראווען מיט׳ן שיח פון ״אין אדם מוריש שקר לבניו״, זייענדיג אז אינעם יעצטיגן שיח פּערספּעקטיוו איז דאס נישט דוקא ״שקר״, ובפרט לפי די פּראגמאטיזם מהלך פון דעפינירן ״אמת״. (ואגב, דא האט ער מעיקרא שוין א נייע מיענינג צו דעם, אין דעם וואס עס טוהט צוליעב זיין ווייב וסביבו, אנשטאטס מעיקרא צוליעב ״ג-ט״, אזוי ווי אנדערע אקטן א מענטש טוהט משום אהבת אשתו וסביבו.)
 
לעצט רעדאגירט:
בלאפן איז ביטער שווער פון אנהויב, ביודעי ומכירי קאמינא. אבער צוביסלעך ווערט עס גרינגער. מ'טרעפט זיך מיענינג אזוי ווי @מי אני זאגט. שבת איז מען אף די גריד, ביים דאווענען מעדיטעיד מען אדער מען סאשעלייזט, ביים סדר ענדזשויעט מען די ד' כוסות און מ'האלט די משפחה געשפאנט א.א.וו., פאסטן איז זייער געזונט מפעם לפעם, ס'בלייבט נישט אייביג אזוי שווער און דאס דאפלט לעבן ווערט סוכ"ס גרינגער + מ'האט א געזונטע משפחה לעבן. והלוואי אותי עזבו ואידישקייט שמרו.
 
לעצט רעדאגירט:
און אין די שמועס איבער שיח וואלט איך געגאנגען נאך טיפער. מיינענדיג, אז פון א מבט פון קיום המצות בפועל איז עס דאך אויסדרוקליך נישט קיין ״דאפעלטע לעבן״. ווארום ער איז דאך מקיים גענוי די זעלבע מעשים, ואף בצינעא בביתו בעצם, ווי יעדער איינעם אנדערש. עס איז נאר, צום מערסטענסט, פונעם מבט פון גלויבונגען בדעת בשכלו וואס ליגט אונטער זיין קיום המצות וכו׳, וואו דארט קען עס טאקע אפשר באטראכט ווערן ווי א ״דאפעלטע לעבן״, זייענדיג אז ער האלט אנדערש בשכלו ווי די ארומיגע. אבער לגבי דעות ואמונות בני אדם, איז דאך ממילא יעדער איינער אנדערש אין נישט דאס זעלבע איינע ווי דאס אנדערע; אין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה (ברכות נח.). וממילא ניתן להיאמר אז ביי דעם איז סתם אזוי שווערער חל צו זיין די לשון ושיח של ״דאפעלטע לעבן״.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז לאו דוקא א דאפלט לעבן

על הצד פון זיין כפירה, וועט ער דאך נישט גיין אין גיהנם פארן בלאפן און פרעטענדן צו זיין א מאמין, אמער ער גלייבט דאך נישט אין קיין גיהנם בכלל...

ווייטער על הצד פון אמונה, שטייט ער זיכער בעסער ווען ער טוט מצוות אן אמונה ווי ווען ער טוט עבירות אן אמונה

יעצט ווען ער בלאפט צו זיין א מאמין, פארדינט ער די וועלט און אפילו יענע וועלט אויך (לויט וואס די רעליגיע זאגט)
 
און אין די שמועס איבער שיח וואלט איך געגאנגען נאך טיפער. מיינענדיג, אז פון א מבט פון קיום המצות בפועל איז עס דרך אויסדרוקליך נישט קיין ״דאפעלטע לעבן״. ווארום ער איז דאך מקיים גענוי די זעלבע מעשים, ואף בצינעא בביתו בעצם, ווי יעדער איינעם אנדערש. עס איז נאר, צום מערסטענסט, פונעם מבט פון גלויבונגען בדעת בשכלו וואס ליגט אונטער זיין קיום המצות וכו׳, וואו דארט קען עס טאקע אפשר באטראכט ווערן ווי א ״דאפעלטע לעבן״, זייענדיג אז ער האלט אנדערש בשכלו ווי די ארומיגע. אבער לגבי דעות ואמונות בני אדם, איז דאך ממילא יעדער איינער אנדערש אין נישט דאס זעלבע איינע ווי דאס אנדערע. וממילא ניתן להיאמר אז ביי דעם איז סתם אזוי שווערער חל צו זיין די לשון ושיח של ״דאפעלטע לעבן״.
אנדערש ווי די ארומיגע און פון די אריגינעלע מייסדים מיט זייערע כוונות. דאס לעצטע איז אביסל שווערער צו אדזשוסטן. משל דיר אראפ א קידוש.
 
ייש"כ @דער גאלדענער אדלער פאר'ן אזוי שיין און קלאר דאס ארויסשרייבין, גיימיר דאס שוין ווייזן פאר די רביצען/ווייב/שטוב/אשת חיל/האני/לאו וכל שאר שם וחניכי דאית לה
איך האלט איר אין איין ארויס ברענגען די נקודה ווען זי רעגט זיך אויף די משוגעת'ן פון מוסדות בפרט און סיסטעם בכלל, איך זאג איר טאנץ מיט פאר אפאר יאר, נאך אביסעל כחלום יעוף זענען מיר די מסודות מער גארנישט שולדיג, זיי וויסן דאס אויך, האב נישט מורא אויף די קינדער די זעלבע וואס האט אונז אויפקלערען וועט זיי אויך, מה שלא יעשה המוסד יעשה הזמן, אונז פון אונזער זייט וועלן אריין לייגען די מערסטע מעגליך אהן זיך שלאגען אדער זיין אויף איינעמס שווארצע זייט.
 
אנדערש ווי די ארומיגע און פון די אריגינעלע מייסדים מיט זייערע כוונות. דאס לעצטע איז אביסל שווערער צו אדזשוסטן. משל דיר אראפ א קידוש.
אַן ענליכע קשיא האט מען מיר געפרעגט לגבי המשמעות בהתפלות של הימים נוראים לפי גישתי. ווי איך האב דארט צוגעברענגט (פון דר. דזשעימס קוגל), טוהט זיך ממילא כסדר טוישן בדתות די משמעות׳ן פון זאכן. (דר. קוגל ברענגט דאס ארויס לגבי מזמור כג בתהלים.) וממילא קען מען אט אזא סארט נייע משמעות אריינגעבן אינעם קידוש (ודכוותייהו), ענליך צו וויאזוי איך ברענג דאס ארויס לגבי התפלות בהימים נוראים. לדוגמא, אז מ׳פּערסאַניפייד די קאַסמאָס (און מ׳טעלעסקאָפּט עס צו אַן ענין פון זעקס טעג/עפּאַקס אדער אַן ענליכן משל) און מ׳ברענגט ארויס די דיינעמיזם פונעם בריאה און די כסדר׳דיגע ארבעט דערין, לעומת די מנוחה וואס מען וויל יעצט וענין השבת. (ועיין במה שהבאתי בענין מצות שבת לפי הפילוסופים היהודים וועלכע האבן געגלייבט אין קדמות, און נישט געגלייבט אין בריאת העולם.)

אבער ווי איך האב געשריבן, איז פאר יעדן איינעם פריוואט שייך צו געבן זיין פערזענליכן אייגענעם נייעם משמעות אין דעם; וואס איך האב געשריבן לגבי א נייעם משמעות אין קידוש איז נאר א דוגמא. און ווי דער רמב״ם שרייבט (מו״נ ח״ב פכ״ה), און טאקע אינעם קאנטעקסט פון מפרש זיין התורה לפי קדמות, אז ״ולא שערי הפרוש סתומים בפנינו״.
 
ייש"כ @דער גאלדענער אדלער פאר'ן אזוי שיין און קלאר דאס ארויסשרייבין, גיימיר דאס שוין ווייזן פאר די רביצען/ווייב/שטוב/אשת חיל/האני/לאו וכל שאר שם וחניכי דאית לה
איך האלט איר אין איין ארויס ברענגען די נקודה ווען זי רעגט זיך אויף די משוגעת'ן פון מוסדות בפרט און סיסטעם בכלל, איך זאג איר טאנץ מיט פאר אפאר יאר, נאך אביסעל כחלום יעוף זענען מיר די מסודות מער גארנישט שולדיג, זיי וויסן דאס אויך, האב נישט מורא אויף די קינדער די זעלבע וואס האט אונז אויפקלערען וועט זיי אויך, מה שלא יעשה המוסד יעשה הזמן, אונז פון אונזער זייט וועלן אריין לייגען די מערסטע מעגליך אהן זיך שלאגען אדער זיין אויף איינעמס שווארצע זייט.
ביסט קיינמאל נישט פארזיכערט...

דיינע קינדער קענען נאך ארומלויפן טיילן השומרים קארטלעך, און שרייען שבת...

זיי זאגן אז די באשעפער האט א שטארקע סענס אוו הומער...
 
מיינער א נאנטער חבר, לאמיר עם א נאמען געבן משה.

משה, קומענדיג פון א שיינע חסידישע באלעבאטישע משפחה, האט חתונה געהאט צו אן אשה צנועה וחסידה וועלכע קומט אויך פון א היימישע חסידישע משפחה. ויהי היום און דער שגץ אינטערנעט האט זיך באוויזן ביינעם אויפן שוועל, א גוטער קאפּ פארמאגט ער און ער האט זיך ליידער געלאזט איבעררעדן פונעם שטן, און נאכן זיך אנליינען אויפן ברייטן געוועב מיט אזויגערופענע סייענס, עוועלושן, ביאלאגיע מיט אלע שיין-קלינגעדיגע נעמען מיט וואס דער שטן אידענטיפיצירט זיך, האט ער ליידער פארלוירן זיין אמונה אין די י"ג עיקרים, און פון דארט ביז חילול שבת איז ניטאמאל א שפרינג.

פאר זיין ווייב איז דאס געווען ווי שטאך פון א מעסער אין איר הארץ. ס'הייסט, כ'האב חתונה געהאט מיט דיר, דעמאלטס ביסטו געווען א חסידישער בחור פון א חסידישע פאמיליע און כ'האב געטראסט מיינע עלטערן אז זיי זוכן פאר מיר פונקט אזא איינעם וואס האט באקומען דעם זעלבן חינוך ווי מיר און מיין משפחה און מיינע פרענדס, שכנים אא"וו און כ'וועל נישט ברויכן זיין אנדערש, און דא מיטאמאל שפילסטו מיך אזוי אויס! אמאל פלעגסטו טוהן מצוות מיט א שמחה, געלערנט פלייסיג און יעצט טוסטו בכלל נישט די אלע זאכן. דו מיינסט און דו רעדסט דיך איין אז קיינער באמערקט נישט? דיינע חברים? דיין משפחה? מיין משפחה? פלעגסט אויפשטיין פארטאגס, יעדער האט דיך געזעהן אין שול לערנען, דאווענען מיט מנין, און יעצט זעהט מען דיך מער נישט, די קינדער באמערקן עס, וואס וועט זיין דא?! פרעגט ס'ווייב א פארלוירענע.

ס'ווייב זיינע האט אים אנגעהויבן רודפ'ן, געקאנטאקט רבנים זאלן איר ארויסהעלפן מיט'ן רעדן מיט עם, אפשר אפשר וועט ער זיך לאזן דעררעדן און ס'וועט אריינגיין אין זיין פארשטאפּטע קאפ אז ס'קען נישט אזוי אנגיין ווייטער. ס'וועט זיין גרויסע בושות פאר אים און זיין ווייב און קינדער, פאר איר משפחה, זיין משפחה, שידוכים, מוסדות מיט וואס נישט. מיין חבר האט גארנישט געהאט קעגן איר, אדרבה זיי לעבן גוט און ער האט עס געוואלט מאכן ארבייטן, נאר זי האט זיך פארשטייצעך נישט געוואלט אוועקרירן פון אירע עלטערנס וועגן, פון די וועג וויאזוי זי איז אויפגעוואקסן, און ער האט איר באמת געוואלט צוליב טוהן, איז ער געגאנגען צו די רבנים און בעלי מוסר וואו זיין ווייב האט עם געשיקט. און ער האט געהאלטן אין איין זאגן פאר יעדעם אז אויב סיי ווער איבערצייגט איהם אין די אויטענטישקייט אין גאט, תורה ומצות וכו' דאן ווערט ער צוריק פרום, און נישט נאר חיצונית'דיג וואס דאס טוט ער ממילא, נאר פנימיות'דיג ווי א ריכטיגער עהרליכער איד.

וירבו הימים און אונזער משה האט געפאלגט זיין ווייב און אנגעהויבן גיין צו ערליכע אידן, רבנים, בעלי מוסר, פריוואט זיך אויס'טענה'ן מיט זיי. עטליכע אינטערעסאנטע עפיזאדן האט ער מיטגעטיילט מיט מיר. איינמאל האט זיין ווייב בעצת פון א פרומער משפחה מיטגליד געשיקט משה'ן צו א מער מאדערנער רב און אזוי ארום אים צו פרובירן משכנע זיין, היות יענער רב אידאך מאדערן און רעדט ענגליש, נישט סתם עפעס חסידישער אומגעלערענטער דומ"צ מיט א ריפּסענער בעקישע, נאר א גראדואירטער גאר.

און דער רב הייבט אן רעדן מיט אים און איז מסביר ווי מ'קען זעהן גאט פון די גרויסע ניסים וואס מ'זעהט יעדן טאג אין ארץ ישראל וכו', אבער משה האט איבערגעהאקט און אין א איידעלע וועג מסביר געווען אז אין דעם פלאץ אין סאטמאר ווי ער און זיין ווייב זענען מחונך געווארן איז דאס געווען חזיר טרייף און זיי גלייבן נישט אין די סארט ניסים. דער רב זעענדיג אז ער האט דא צו טוהן מיט א תמימות'דיגער אויבער-חכם האט ער אים משלח געווען אויף אן איידעלן אופן.

נעקסט האט עם די ווייב געשיקט צו א היימישער רב זעענדיג אז פון א מאדערנעם רב וועט גארנישט געשעהן, ויהי היום, און משה האט באגעגנט דעם היימישן חשוב'ן רב, גאר א קלוגער איד א בעל דרשן, זיי זעצן זיך אוועק. און דער רב האט שוין זעהט זיך אויס געהערט פונעם ווייב און עטוואס האט ער שוין אליין דערשמעקט אז מיט'ן זיך אויס'טענה'ן מיט משה'ן איבער אמונה ענינים גייט ער אין ערגעץ נישט אנקומען און ס'ממש א שאד די צייט און ענערגיע.

קוקט דער רב איהם אין די אויגן און פרעגט איהם מיט א ווארעמקייט, משה; ווילסט האבן א זיס לעבן? דיין ווייב זאל דיך רעספעקטירן, זאלסט נישט האבן צו טוהן מיט די מוסדות, שידוכים זאל פארן, אא"וו? אוודאי! עפעס א שאלה בכלל, פרעגט משה פארוואונדערט צוריק, ווער וויל דען נישט?! דערפאר בין איך דאך געקומען צום רב! ענטפערט משה צוריק. "דאן איז פארהאן איין עצה, בלאף!" ענטפערט עם דער רב.

משה קוקט דעם רב פארוואונדערט אין פנים. וואס? כ'הער גוט? נאך פון א היימישן רב הער איך דאס? א שטילשווייגעניש ווי אין מכת חושך שפּירט זיך ביי משה אין קאפ. דער רב דערשמעקט עס אבער לאזט נישט נאך. יא, האסט גוט געהערט! בלאף, וועט דיר גיין גוט!

מיין חבר משה איז נישט קיין נער, אפשר טאקע נישט אזוי פראקטיש ווי דער רב. "אבער אין אדם מוריש שקר לבניו!" ענטפערט גלייך משה צוריק פאר'ן רב, דאס איז נישט עפעס א לאו אדער עפעס א לומד'ישער אויפטוה, וואס אלץ דעם אויס וואלט ער עס נאך ווען געקענט עובר זיין, אבער דאס אידאך א מציאות, טענה'ט משה, דאס אידאך איינער פון די שטארקע טענות וויאזוי מ'ווייזט אויף די טענות הכוזרי! דער רב קוקט איהם אן אזוי זייטיג, ווי איינער זאגט, חכם בלייבט חכם און נער בלייבט נער, איך בין דא דיר צו העלפן האבן א געשמאק לעבן און כ'גיב דיר א גוטע און א גרינגע עצה וויאזוי דו קענסט דיך מסדר זיין און דו ווענדסט מיך גאר אפ? נו נו.

וירבו הימים, משה איז עלטער געווארן, די קינדער זענען געווארן גרויסע בחורים אין ישיבות, די מיידלעך האלטן שוין ביי שידוכים און משה מאכט זיך א חשבון אז קען זיין דער רב'ס עצה צו בלאפן איז יא גאר דער מהלך פון א זיס לעבן, ווי נישט ווי, טראכט משה צו זיך, די אלע פרומע מיינען עס דען יא אמת'דיג? לאמיר עס פרובירן, נו מ'הייבט אן אויפשטיין פארטאגס, מ'גייט אין מקוה, מ'דאווענט מיטן ערשטן מנין, מ'טוט זיך אן א כאלאטל און מ'שפילט מיט דעם געים, מ'שפאצירט אריין מיט עטליכע געדריקטע גליונות צו קבלת שבת, ביי בואי בשלום גיבט מען עטליכע קלאטשעס הויך יעדער זאל זעהן און ביי טוב להודות לד' שטיפט מען אריין די כפּות ידים אינעם גארטל און מ'פארגלייזט זיך די אויגן און מ'ווארפט זיך אביסל אהער און אהין דערנאך בלייבן שטיין גראד מיט די אויגן פארמאכט, ביי קדיש פאר שמונה עשרה ברימט מען זיך אונטער צוזאמען מיטן בעל תפלה תושבחתא ונחמתא דאאאאמירן בעלמא ואמרו אמן.

יארן זענען פאריבער פון ווען מיין חבר משה האט געטראפן דעם רב און לעצטענס האט ער אים נאכאמאל אנגעטראפן ערגעצוואו, איז ער צוגעגאנגן צו דעם רב און עם געפרעגט, דער רב געדענקט מיך נאך און אונזער שמועס וואס מיר האבן געהאט איבער בלאפן אידישקייט? יא, זאגט עם דער רב, און מיט גרויס נייגער פרעגט ער עם, נו, וואס איז טאקע געווארן צום סוף? זאגט עם משה, יא שקר נישט שקר, זייט כ'האב אנגעהויבן צו בלאפן איז מיין לעבן אסאך בעסער געווארן, רואיגער מיט מיין ווייב, קינדער אין די מוסדות וכו' וכו'.... זעהסט, זאגט אים דער רב א פריינטליכער, מ'ברויך נישט זיין קיין חכם נאר פראקטיש!

די מעשה איז אמת, אפשר האב איך אביסל געדרייט און עס אביסל בעסער באשמירט, אלעס נאר למען ירוץ הקורא בו. אבער די נקודה פון די מעשה איז צו וואס כ'האב געוואלט צוקומען.

דער היימישער רב וואס האט פאר מיין חבר משה געגעבן די עצה צו בּלאפן אידישקייט פשוטו כמשמעו, וואס האט ער געטראכט בשעת'ן ארויסזאגן דעם שקר'דיגע ווארט פון זיין מויל, ווען ער האט געוויסט אז ער זאגט יענעם אינגערמאן א גראבּן שקר? ווען אין פארנט פון אים שטייט א אינגערמאן וואס גלייבט נישט אין גארנישט און האלט אז רעליגיע איז סתם בלאף און וויל פשוט אז זיין לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה זאל זיין געשמאק און רואיג און געבט עם גאר אן עצה צו בלאפן? און נאך מיט רעליגיע? וואס בעצם איז דער רב מודה אז די רעליגיע איז בלאף?!

נאר דער תירוץ איז עכ"פ וויאזוי אני הקטן אבזערוויר עס פון מיין קוק ווינקל, אז דער רב פארשטייט אויך אז בעצם איז רעליגיע נישט עפעס וואס מ'קען אויפווייזן די ריכטיגקייט אדער די פאלשקייט דערפון נאר it boils down to personal choice וואס די סיבה פאר דעם טשויס איז נישט קיין נפק"מ, און דער רב זייענדיג אריינגעטוהן אין אסאך שלום בית קעיסעס אדער סתם אנגעווייטאגטע נשמה'לעך ווייסט אויך אז די אלע טענות און וויכוחים גייט קיינעם נישט איבערמאכן אויף איין זייט אדער אויף די אנדערע.

איין זאך וואס דער רב האט ארויסגענומען פון זיין עקספיריענס פון לייף, און דאס איז מער א פראקטישע וועג פון אנקוקן לעבן. ביסט געבוירן אין א קאמיוניטי, ביסט דא אויפגעוואקסן, האסט דא חתונה געהאט, האסט ווייטער געצויגן דיין גאלדענע קייט, יעצט ביסט צוגעקומען צו א מסקנא אז דער מהלך החיים אין וועלכעס דו ביסט געגאנגען איז סתם בלאף? קען זיין ביסט גערעכט, ער טענה'ט נישט אז נישט, און ס'גאר ייתכן אז ער איז אויך צוגעקומען צו די זעלבע מסקנא, אבער וואס האט ער יעצט דערפון?

אויב וועט ער ארויסברענגן דעם שקר אויף דעם וועג וועט ער צוברעכן דעם גאנצן גאלדענע קייט און וועט צוברעכן זיין אייגענע אפגעהארעוועטע בלוט און שווייס, זיינע זיסע קינדער זיין משפחה. אוודאי וואלט ווען געווען בעסער אז זיין ווייב איז מיט אים אויפן זעלבן פעידזש, אבער מיר ווייסן דאך דאס, אז לאו כל אדם זוכה לשתי שלחנות. טראכט דער רב מה לי לשקר קעגן רעליגיע ומה לי לשקר פאר רעליגיע, אויב בלאפן פאר רעליגיע וועט דיר געבן א בעסערע לעבן דאן טוה דאס, אוו אויב בלאפן קעגן רעליגיע גיבט דיר א בעסערע לעבן דאן טוה יענץ, אבער דער עיקר העיקרים איז צו האבן א גוטע לעבן און צו אינדזשויען לייף מיט די משפחה אינאיינעם און נישט זיך ברויכן קריגן מיט קיינעם אדער צוברעכן א משפחה לכבוד דעם.
איך טראכט נאכמער, ס’איז דאך באקאנט אז מיר לעבן אין אן עולם השקר. קומט דאך אויס אז דער אמת׳ע מהלך איז אין אמת’ן אריין שקר. יעצט, אויב מען בלאפט און מען טוט דאס פארקערטע פונעם אמת וואס איז איז באמת שקר, טוט מען דאך ערשט דעם אמת.
 
@דער גאלדענער אדלער אין אדם מוריש שקר לבניו איז טאקע דיבעיטעבל, אבער כו"ע מודי אז אין אדם מריע לבניו. ממילא איה"נ אז די גרינגסטע פאר "דיך" אינעם יעצטיגן מצב איז בלאפן, אבער אלו הצאן מה חטאו?

יעצט הא תינח די מיידלעך זיי מאכן א כמעשה'דיגע "לעבן" ביז די חתונה, זייער מיזערי הייבט זיך הערשט אהן דערנאך, וואלט אזא בלאפער געדארפט געבן אן אפענע שמועס פאר זיין טאכטער ווען זי קומט צי שידוכים צי פארלייגן די אפציעס פאר'ן לעבן. טאמער וועלט זי אויס צי בלייבן מיט די מיזערי העסטו כאטש האבן א תירוץ ביים בי"ד של מעלה. (הגם ס'איז נישט קיין פולקאמע תירוץ ווייל דו האסטיך איר געמאכט "וועלן" די מיזערי, אבער די מליצי יושר האבן כאטש וואס צו זאגן).

די מיט די יונגלעך איז שוין אנאדערע מעשה. זייער מיזערי איז דייקא פאר די חתונה פון קליין קינדווייז אהן ווען די קליינטשיקע פינגער ווערן צוגעקלעבט צו די אותיות, און 5 שעה א טאג דארף מען נאכבעבלען אומפארשטענדליכע ווערטער און נאכדעם אהיימגיין מיט א פוסטקייט אויפן געוויסן (איך געדענק נישט וויאזוי איך פלעג פילן נאך א טאג חדר אין כיתה ד' אבער כ'שטעל מיך פאר איך בין מיט קיין סאך סיפוק נישט אהיימגעקומען), נאכדעם אלץ בחור דארף איך אייך נישט מסביר זיין. לא מיבעי פאר בינוני בחורים זענען די בחורישע יארן א גיהנם, אבער אפילו פאר "גוטע" איז א מורא'דיגע סטראגל צי שעפן חיזוק פון אזויפיל צייט פארברענגעריי און נאכדעם מיט די אלע קדושה ענינים.
 
איך טראכט נאכמער, ס’איז דאך באקאנט אז מיר לעבן אין אן עולם השקר. קומט דאך אויס אז דער אמת׳ע מהלך איז אין אמת’ן אריין שקר. יעצט, אויב מען בלאפט און מען טוט דאס פארקערטע פונעם אמת וואס איז איז באמת שקר, טוט מען דאך ערשט דעם אמת.
דו נעמסט די גאנצע מעשה צו אמת'דיג - די גאנצע נושא דא איז ס"ה א בלאף... :p
 
דער גאלדענער אדלער האט נישט קיין אהנונג
פון וואנעט זאל איך וויסן, כ'בין געבוירן צו גאר מאדערנע עלטערן אין די פייוו טאונס, חתונה געהאט אין אפּפּער איסטסייד און זיך לעצטנס אריבער געצויגן קיין באקא ראטאן פלארידא און בקרוב פלאן איך צו מאכן עליה קיין הרצליה🤣 (נישט קיין שלעכטע פאנטאזיע)
 
אוי ווי אמת! כתבם על לוח לבך. מיטן אמת קומט מען אין ערגעץ נישט, אזויווי ס׳שטייט שוין, אמת מארץ תצמח - דער אמת ליגט אין דר׳ערד, ומדבר שקר תרחק - און מיט ליגענט וועסטו אנקומען ווייט.

און דאס איז גארנישט דעם רב׳ס חידוש, דאס האט שוין גאט אליינס איינגעזען ביים באשאפן די וועלט, נטל אמת והשליכו לארץ ווי דער מדרש זאגט שוין.

פאף זיך, פאף יענעם, ווי זיידי לבן דער פאפער וואס האט שוין פארשטאנען די ענדגילטיגע אמת, ניהיליזם איז קעניג! אפילו דאס אראפרייסן ניהיליזם איז אויך געפאפטע מעשיות און א חלק פון ניהיליזם זעלבסט.
אדער קען זיין אז דאס האט טאקע דער רב געמיינט, דער רב איז נישט אזוי משוגע צו גיין זאגן פאר א יונגערמאן וואס קומט זיך מיט עם שואל עצה זיין צוליבּ זיין שלום בית אז ער זאל אפיציעל גיין בלאפן, ווען די בּלאף אליין קען אנמאכן ערגערע שלום בית. נאר קען טאקע זיין אז דער רב האלט אז בלאפן איז בעצם אמת, אויב איז בלאפן א פראקטישע וועג און ס'ארבייט גוט פאר די משפחה עז עי האלל, און קיינער ווערט נישט געשעידיגט דערפון, און נאך מער פון דעם, אויב וועט ער נישט בלאפן נאר גיין מיט די אזוי גערופענע אמת, וועט ער דעמעדזשן זיך מיט זיין משפחה, פאר אזא איינעם ווערט די בּלאף אן אמת.

ווייל בעצם קען מען אפשר נאך טיפער אריינגיין דערין און פילאזאפירן אז ווער זאגט אז דער אמת איז וואס מיר רעדן זיך איין איז אמת און בלאף איז וואס מיר האלטם איז בלאף? (ס'איז פארהאן אזא זאך ווי אמת און ליגענט וואס מ'קען קוקן דערויף און צייגן מיט ראיות ברורות, נישט פון דעם רעד איך יעצט נאר פון רעליגיעזע קאלטוראלע אמת) אפשר איז עס גאר פארקערט? הא ראי' לאמיר קוקן דא אין קרעמל גופא ווען דער עולם האט א היציגע דעבאטע איבער גאט, אמונה, תורה וכו' יעדע צד וועט פרובירן צו משכנע זייט דעם אנדערן צד מיט קלארע הסברים און ראיות און וועט האלטן אז זיין זייט האט עס קלאר ארויס, און היעלה על הדעת בכלל צו זאגן אנדערש, און דער צד שכנגד פארקערט, און קיינער וועט נישט אויפגעבן פון זיין זייט א משהו.

שטעלט זיך די מיליאן דאלאר קשיא ווער איז טאקע גערעכט, מיט וועם איז דער אמת? איינער מוז זיין גערעכט און דער אמת מיט יענע זייט און די צווייטע זייט איז נישט אמת? קען אבער זיין ס'ייתכן אז ביידע צדדים זענען גערעכט און אמת, דער וואס טענה'ט אז ס'דא א גאט און ער האט אלעס באשאפן און תורה איז מסיני וכו' וכו' און דער וואס טענה'ט פארקערט איז אויך אמת און דער וואס גייט באלד פראטעסטירן אויף דעם געדאנק איז אויך אמת. אויב ארבייט עס גוט פאר דעם מענטש און פאר אלע זיינע ארומיגע דאן איז דאס דער אמת, אויב ווערט קיינער נישט געשעידיגט און נאר נאכמער, מ'ווערט גאר בעסער און מ'מאכט בעסער די וועלט דורכדעם דאן איז דאס דער אמת.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'הער, ס'איז זייער א גוטע נקודה,

אבער איי געס משה האט נישט געהאט קיין פראבלעם צי פאפן,

ווייל למעשה פאפן איז א פאל טיים שווערע דזשאב,
חוץ קלאטשן ביי באו בשלום איז עס היטן שבת, פאסטן י"כ,וכו... מיט בחורים ווערט עס נאך שווערער
גערעכט, נישט פאר יעדן ארבייט עס, און פאר איינעם וועם ס'ארבייט נישט מיינט טאקע אז די בלאף איז נישט אמת און אזא איינער וועט מוזן פרובירן אנדערע וועגן
 
@דער גאלדענער אדלער שטארקע אמת'ע רייד זאגסטו.
געהערט אמאל פון א חכם 'מ'דארף וויסן דעם אמת און ווייטער אנגיין מיט'ן שקר'.

קאנעקטן צו אידישקייט האט נישט מיט'ן כח השכלי, ס'האט מיט'ן הארץ, מענטשן דארפן ספיריטואליטעט פון נאטור אויס, אויב האסטו א סיסטעם וואס גייט שוין אן דריי טויזנט יאר און איז רעפיינירט געווארן כסולת מנופה, פארוואס נישט קאנעקטן דערמיט כמה שידו מגעת.
אמת צו נישט, דו דארפסט עס, נוץ עס פאר דיין בענעפיט, תוכו אכול בפומבי וקליפתו זרוק בהצנע לכת.

כללו של דבר, דעם הארץ נוץ צו קאנעקטן און די קאפ אויף צום שפילן דארט וואו ס'קאנעקט זיך נישט.
ופוק חזו מאי עמא דבר
ואידך פירושא זיל גמור.
 
Back
Top