יוסקע ווארטעמאן
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 4, 2025
- מעסעדזשעס
- 50
- רעאקציע ראטע
- 475
- פונקטן
- 53
די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק ז': פאראויסזאגונגען און פאלסיפיצירונג - אדער, פארוואס נשמות גלייכן נישט קיין ליים
מען קען טרעפן די פריערדיגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.
אינעם פאריגן ארטיקל האבן מיר געלייענט איבער דער סייענטיפישער רעוואלוציע און די געוואלדיגע הצלחות וואס זי האט געהאט אין אונז אויפשליסן די סודות פון עקזיסטענץ. אבער וואס איז דער סוד פונעם ערפאלג פון סייענס? וועלכע באשטאנדטיילן מאכן אים אזא מאכטפול געצייג אויף זיך צו דערגרינטעווען צום אמת?
מיר האבן שוין ארומגערעדט אביסל וועגן עמפיריציזם, די מעטאדאלאגיע וואס קערט זיך אום צו די פיזישע פאקטן פון נאטור אונז צו פירן צו אן אקוראטע שילדערונג פון רעאליטעט. די מעטאדע פאדערט כסדר'דיגע עקספערימענטירונג פעסטצושטעלן צי טעאריעס שטימען מיט די עמפירישע פאקטן; די רעזולטאטן פון די עקספערימענטן אינפארמירן אונז צי אונז זאלן זיך צוהאלטן צו דער אריגינאלער השערה, איר פארבעסערן און צופאסן, אדער איר אינגאנצן ארויסווארפן.
קארל פּאָפּער, דער עסטרייכיש־אידישער פילאזאף, האט אוועקגעשטעלט דעם פאלגנדן מאדעל פאר דער סייענטפישער מעטאדאלגיע. א סייענטיפישע טעאריע פארמאגט צוויי פונדאמענטאלע באשטאנדטיילן: פאראויסזאגונגען און פאלסיפיצירונג. א סייענטיפישע השערה אדער טעאריע ברענגט מיט זיך געוויסע פאראויסזאגונגען (פרעדיקציעס) וואס זענען טעסטירבאר (ד.ה. אז מען קען עקזאמינירן די פאראויסזאגונגען דורך עמפירישע עקספערימענטן). אויב די טעסט־רעזולטאטן זענען סותר די פאראויסזאגונגען, איז די טעאריע פאלסיפיצירט. משא"כ אויב די רעזולטאטן זענען אין איינקלאנג מיט די פרעדיקציעס, איז דאס א שטיצע פאר דער טעאריע אז זי האט דורכגעמאכט דעם טעסט (הגם אז דאס באשטעטיגט נישט די טעאריע, וויבאלד זי קען נאך זיין פאלש אין אנדערע פרטים). א טעאריע וואס מאכט בכלל נישט קיין טעסטירבארע פאראויסזאגונגען (ד.ה. אז די טעאריע זאגט אונז גארנישט אויף וואס צו ערווארטן און וועלכע רעזולטאטן צו טרעפן אין עקספערימענטן) איז לויט דעם מאדעל אינגאנצן נישט קיין סייענטיפישע טעאריע, וויבאלד מען קען איר נישט עמפיריש טעסטן בכלל.
לאמיר נעמען א ביישפיל פון טאג־טעגליכן לעבן צו זען ווי אינטואיטיוו און שכל'דיג דער מאדעל איז:
עס איז א פראסטיגער ווינטער אין שטעטל און אין שטיבל איז שטענדיג קאלט. די מתפללים קומען אן צופרי, און עס גייט א פארע פון מויל; די קאווע ווערט קאלט איידער מען עספיעט אויסצוטרינקען א ר'־חיים־נאה'דיגן רביעית. די שבעה־טובי־העיר זעצן זיך צו אן אסיפה צו פרובירן פארשטיין וואס דא גייט פאר.
די ערשטע השערה וואס ווערט פארגעשלאגן איז אז נישט מער און נישט ווייניגער ווי די הייצונג ארבעט פשוט נישט. דער "הייצונג היפאטעז" איז די טעאריע אז עס איז קאלט וויבאלד די הייצונג ארבעט נישט. די טעאריע מאכט א טעסטירבארע פאראויסזאגונג אז טאמער וועט דאס שטיבל האבן א פונקציאנירנדע הייצונג, וועט שוין נישט זיין קאלט. מען רופט אריבער א מעכאניקער און ער ריכט איין א נייע הייצונג־סיסטעם. צומארגנס אינדערפרי קומען די משכימים צו וותיקין מנין, אבער, עודך, עס הערשט א קעלט אזש מען מוז גיין הכנות אין די טליתים.
דער "הייצונג היפאטעז" איז געווארן פאלסיפיצירט.
די שבעה־טובי־העיר פארזאמלען זיך ווידער און זיי קומען אפיר מיט אן אלטערנאטיווער השערה: באמת ארבעט די הייצונג יא, נאר עס איז אויף א שבת־זייגער וואס פארמיידט עס פון זיך אנצוצינדן אין די פריע שעה'ן פון טאג. דער "שבת־זייגער היפאטעז" מאכט א טעסטירבארע פאראויסזאגונג אז טאמער לעשט מען אויס דעם שבת־זייגער, וועט שוין זיין ווארעם אין שטיבל. מען ברענגט אריבער מעכל גאלדנהענט און ער פארזיכערט אז די הייצונג איז פריי צו טון איר ארבעט אן קיין שום מניעות און קיטרוגים פונעם זייגער. די הייצונג ברענט א מחיה; קינדער קונדסים מיט אומדיאגנאזירטער אדה"ד שמעלצן אויף איר שיריים יארצייט לעכט פון אן אומבאוואוסטן לאקאלן גוטן איד שלא השאיר אחריו זש"ק.
צומארגנס קומען די חק־אידן צו זייער שיעור אין שטיבל. עס איז קאלט אז עס קלאפט צאן אין צאן. דער "שבת־זייגער היפאטעז" איז פאלסיפיצירט.
ביי דער נעקסטער אסיפה רופט זיך אן גרונם, א ניי־געקומענער פון כעלם, אז באמת וואס קומט פאר איז פשוט: אין שטיבל באזוכט א פארוואגלטע נשמה וואס שמאכט נעבעך אין די אייזיגע טיפענישן פונעם גיהנום. נאר וואס דען, צוליב א מצווה וואס ער האט אמאל געטון אין א פריערדיגן גלגול לאזט מען אים קומען אין שטיבל אריין פון צייט צו צייט זיך צו דערווארעמען אביסל איידער מען שלעפט אים ווידער אראפ צו דער נעקסטער רונדע פראָסט־טריטמענט. און ער איז דער וואס האט מיטגעשלעפט מיט זיך די עקשנות'דיגע און אומאפ'פטר'נדיגע קעלט.
אן קיין זלזול ח"ו אין דער חכמה וואס ליגט אין גרונם'ס "נשמה היפאטעז", ווערט אבער אויך פארגעלייגט ביי דער אסיפה אן אנדערע השערה, אז עס קען זיין אז די קעלט כאפט זיך אריין אין שטיבל דורך די שפארעס און שפאלטענעס צווישן די פענצטער און די ווענט. דער "שפארעס היפאטעז" זאגט פאראויס אז טאמער וועט מען פארשטאפן די שפאלטן וועט טאקע זיין ווארעם.
וכך הווה. בייניש וואנטשטאפער האט פארקלעפט די שפארעס און זייט דעמאלטס איז אין שטיבל געווען ווארעם א נחת אז אפילו געציל גאטלאזער וואס האט שוין יארן לאנג קיין אידיש ספר נישט געעפנט, האט זיך אנגעהויבן דרייען אין שטיבל און געווארן א בעל־תשובה גמור.
גרונם דרייט זיך ארום טריומפאל. ער איז געווען גערעכט. די נשמה איז אין אלץ געווען שולדיג. אלא מאי? נשמות האבן נישט ליב קיין ליים און וויבאלד מען האט פארשטאפט די שפארעס מיט ליים האט ער אויפגעהערט צו קומען. אים איז שוין באקוועמער אין גיהנום.
דער מוסר־השכל איז אזוי: דער חילוק צווישן דעם "נשמה היפאטעז" און די אנדערע איז אז עס איז אומפאלסיפיצירבאר. דער היפאטעז האט נישט געמאכט קיין שום טעסטירבארע פאראויסזאגונגען; אויף סיי וועלכן עקספערימענט מען וואלט אויספרובירט וואלט גרונם געטראפן א סיבה פארוואס דאס שטימט טאקע מיט זיין נשמה־טעאריע. אבער די אלע הסברים קומען אייביג נאך דעם עקספערימענט, נישט אלס פאראויסזאגונג פאר דעם. משא"כ די אנדערע היפאטעזן, הגם אז מערסטע זענען טאקע פאלסיפיצירט געווארן, זענען זיי דאך געווען סייענטיפישע השערות וואס האבן געמאכט טעסטירבארע פאראויסזאגונגען נאר האבן זיך ארויסגעוויזן צו זיין פאלש. די סייענטיפישע מעטאדע האט געארבעט ווי עס דארף צו זיין, אפצושלאגן די אומריכטיגע טעאריעס און אונז לאזן מיט דער וואס איז מן־הסתם ריכטיג. אין קעגנזאץ, אין גרונם'ס וועלט קען מען בכלל נישט פונאנדערשיידן ריכטיג פון פאלש. עס איז נישטא קיין מעטאדע זיך צו דערגרינטעווען צום אמת. גרונם וועט שטענדיג בלייבן איבערצייגט אין זיינע פאנטאסטישע טעאריעס.
אט דאס איז דער סוד פון דער געוואלדיגער הצלחה פון סייענס. סייענס ברענגט אונז נענטער צום אמת וויבאלד מען קען אונטערווארפן אלע זיינע השערות צום עמפירישן טעסט. אויב איז די טעאריע פאלש, וועט אונז די רעאליטעט שמייסן אין פנים אריין און אונזערע עקספערימענטן וועלן איר פאלסיפיצירן. אנדערע מעטאדעס, ווי צב"ש דאס שיעבוד צו פארהייליגטע אויטאריטעטן, האט נישט אזא אויסבעסערונגס־מעכאניזם וואס זאל פארזיכערן אז טעותים ווערן באמערקט און פארראכטן.
עס איז כדאי צו ברענגען א ביישפיל פון אט דער פראצעס פון פאראויסזאגונגען און פאלסיפיצירונג פון דער געשיכטע פון סייענס, צו ווייזן וויאזוי עס האט אונז צוגעברענגט נענטער און נענטער צום אמת דורכן אנווענדן די דאזיגע מעטאדע נאכאמאל און נאכאמאל, איטעראטיוו, איבער די דורות. מיר וועלן דאס אויך פארגלייכן מיט אן אנדער, אומסייענטיפישער אמונה אין וואס פיל גלייבן, הגם אז זי איז אינגאנצן אומפאלסיפיצירבאר, וואס דערפאר קען מען איר בכלל נישט עקזאמינירן אויסצוגעפינען צי זי איז אמת צי נישט. דאס וועט אונז אילוסטרירן דעם חילוק צווישן דעם צוטרוי וואס מען קען האבן אין סייענטיפישע טעאריעס, בניגוד צו אומסייענטיפישע אמונות.
דאס, אין נעקסטן ארטיקל.