פסיכאלאגיש גערעדט, פארוואס ווילן די ברך משה שונאים שלום?

שמויגער

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 2, 2025
מעסעדזשעס
279
רעאקציע ראטע
462
פונקטן
63
שוין א שיינע פאר יאר וואס ווינדערט מיר ,וואס ליגט אינטער די פיסכעלאגיע , פון די מענטשן וואס האבן פיינט די ברך משה מסאטמאר זי"ע, און להבדיל בין חיים זיין עלצטע זון די לב אהרן ,
פארוואס פונקט די שונאים גלייבן יעדע דמיון די לעצטע 10 יאר פון שלום , און פרייען זיך אז עס זאל זיין א שלום פלאן
 
איר האט געדרוקט אן אומריכטיג קנעפל (אדער קנעפלעך אין דעם פאל). די בני יואל ווילען נישט און טראכטען נישט פון קיין שלום אין סאטמאר, ס'גייט זיי בכלל נישט אן וואס גייט פאר אין סאטמאר. וועם פונקטליך מיינסטו דא?
 
די אלע מענטשן וואס פייגערן פאר שלום
 
אפשר ברויך מען פרעגען פארקערט, פארוואס ווילען מענטשען וואס רופען זיך חסידים פון ברך משה אין חסידים פין זיין זון בעל לב אהרן וועלען אנהאלטען מחלוקות?
 
וואס מיר האט געשטערט מיטען אריגענעלע שאלה פון דאס שנירל איז דאס אנרופען די שטוב מענטשען פונעם ברך משה אלס "שונאים פון די ברך משה", דאס איז נישט ריכטיג. מ'קען אים רופען "די גבאי הידוע לשמצה", אדער "די פייער אנצינדער פון די גרעסטע מחלוקה אין די חסידישע וועלט פון אונזער תקופה", וכדומה, איך וועל אפילו גלייבען אז ער האט אויסגענוצט די עלטער פונעם ברך משה און געטון זאכען שלא כרצונו, אבער אים רופען א שונא פונעם ברך משה איז פשוט אומאקוראט, בלויז איבערגעטריבענע פראזען.

אולי האסטו נישט אים געמיינט, אבער ער האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט און ער איז לכאורה די גרעסטע שטיפּער פארן שלום יעצט, איז מסתבר ס'איז געווען דירעקטירט צו אים והדומה לו (מיסטער קעסטענבוים, ענד הועווער עלס איז אינוואלווד יעצט פון יענע צד).
 
אפשר ברויך מען פרעגען פארקערט, פארוואס ווילען מענטשען וואס רופען זיך חסידים פון ברך משה אין חסידים פין זיין זון בעל לב אהרן וועלען אנהאלטען מחלוקות?
דאס איז פשוט אז מ'קען נישט פרעגן,
ווארים אז מען לעבט דערפון אזוי ווי אונזער ר' אהרן ווילסטו ער זאל אויפהערן??
 
צום עצם געדאנק פון שלום, לדעתי שיינט עס צו זיין א געוואלדיגע דערגרייכונג.

פאר די וואס האבען מיטגעלעבט די ביטערע מחלוקה פון דעי וואָן ווייסען ווי ברוטאל ס'איז געווען אין די ערשטע תקופה, דאס פארמעקט זיך נישט אזוי גרינג פון זכרון, ס'וועט לכאורה אייביג בלייבען אנגעווייטאגקייט פון איין צד צום צווייטן, במחשבה זיכער און אולי במעשה אויך מפעם לפעם, יעדע קהילה האט זיין אגענדע און די עיקר איז "להגדיל שמו" פונעם רבי'ן.

מיט דעם אלעם זאגט די שכל הישר אז שלום וואלט געווען זייער א גלייכע זאך, מלחמות קומען אלגעמיין צי א סוף, ס'דארף נישט אזוי בלייבן עד ביאת גואל. ס'איז נישט אידישליך און נישט מענטשליך אנצוגיין מיט דעם פאָרעווער. אפילו אויב עס ארבעט זיך נאר אויס למחצה לשליש און לרביע איז אויך עפעס. אין סאטמאר האט מען געוויסט "מ'דארף טון אפילו אויב מ'טוט נישט אויף". דערווייל זאל מען נישט שרייען פוי, דאס איז די עיקר דא.

(איך האב אסאך מחשבות און פאנטאזיעס וויאזוי זאכען וועלן זיך אויסשטעלן צווישן די ברודערס/קהילות, אבער דאס איז אן עקסטערע שמועס. איך גלייב אז יעדער טראכט פון דעם).
 
ס'איז זייער פשוט פארוואס די זאלונים זאלן ענדערשט זוכן שלום ווי די ארונים

די זאלונים בדרך כלל זענען נישט פארווייטאגט אויף די ארונים, זיי האבן געהאט א מיסיע יעדער פאר זיין סיבה אז ר' אהרן זאל נישט ירש'נן סאטמאר, און ס'איז זיי געלונגען, יעצט צוואנציג יאר שפעטער ווען מ'לעבט אין א 'נארמאלע' וועלט ווי זיך שלאגן איז מער נישט אין סטייל, און ס'איז א גוט שטיקל נייעס מיט דראמא אין זיך, כאפן זיי זיך ארויף אויף עס מיט געשמאק

משא"כ א גרויס חלק ארונים, בפרט די עכט הייסע חסידים, זענען עכט שטארק אנגעווייטאגט אויפ'ן צד שכנגד, סיי אויף וואס ס'איז געווען בעבר, און סיי יעדע רגע וואס דער צד שכנגד עקזעסטירט אלס זעלבסשטענדיגע קהילות ומוסדות איבער די גארער וועלט, שטעכט זיי עס עד דכדוכה של נפש, זיי קענען נישט אזוי גרינג מוחל זיין, אפי' ס'איז שוין דורך צוואנציג יאר.
 
אפשר ברויך מען פרעגען פארקערט, פארוואס ווילען מענטשען וואס רופען זיך חסידים פון ברך משה אין חסידים פין זיין זון בעל לב אהרן וועלען אנהאלטען מחלוקות?
קיינר זיכט נישט אנצוהאלטען מחלוקת ,
די מחלוקה צווישען א משפחה פייט , האט נישט מיט מיר אדער דיר, און סאיז נאו באדיס ביזנעס זיך אריינצומישן, סאומהאו חלום'ן די שונאים אז די משפחה פייט זאל ווערן אויס ,און די חסידים איז ווי מען זאגט , ווי קען איך אריין רעדן פון יענעם'ס פעין , סאיז יענעמס הארץ און ווייטאג, ווי קום איך אפילו אריין דא אין פיקטשער?
 
געפעלט מיר ווי די פותח השנירל קומט מיט די הנחה אז ווער עס איז נישט קיין ארויני איז א שונא פון ברך משה. לפי זכרוני איז 80 פראצענט בני יואל געווען חסידים ביז
מ”ד-מ”ה הכתרה פון מהר”א אלץ רב
מּ”ט-נ׳ בני יואל
נ”ד-נּ‘‘ה פובליק סקול
 
לעצט רעדאגירט:
ס'איז זייער פשוט פארוואס די זאלונים זאלן ענדערשט זוכן שלום ווי די ארונים

די זאלונים בדרך כלל זענען נישט פארווייטאגט אויף די ארונים, זיי האבן געהאט א מיסיע יעדער פאר זיין סיבה אז ר' אהרן זאל נישט ירש'נן סאטמאר, און ס'איז זיי געלונגען, יעצט צוואנציג יאר שפעטער ווען מ'לעבט אין א 'נארמאלע' וועלט ווי זיך שלאגן איז מער נישט אין סטייל, און ס'איז א גוט שטיקל נייעס מיט דראמא אין זיך, כאפן זיי זיך ארויף אויף עס מיט געשמאק

משא"כ א גרויס חלק ארונים, בפרט די עכט הייסע חסידים, זענען עכט שטארק אנגעווייטאגט אויפ'ן צד שכנגד, סיי אויף וואס ס'איז געווען בעבר, און סיי יעדע רגע וואס דער צד שכנגד עקזעסטירט אלס זעלבסשטענדיגע קהילות ומוסדות איבער די גארער וועלט, שטעכט זיי עס עד דכדוכה של נפש, זיי קענען נישט אזוי גרינג מוחל זיין, אפי' ס'איז שוין דורך צוואנציג יאר.
זייער גוט געזאגט. אין אנדער ווערטער: ביי די זאלונים איז עס אן אלטער ווייטאג איבער זאכן וואס עקזיסטירן שוין נישט היינט; ביי די ארונים איז די מעשה נאך אלץ דא – יעדן טאג ווען ער שטייט אויף אינדערפרי, זעט ער נאכאמאל אז מען האט צוגענומען האלב סאטמאר פון זיין רבי'ן.

און למען השם, האט מהר"א מיט א פאר יאר צוריק פריש געדארפט מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט ווי שטארק עס טוט אים וויי אז מען נעמט חלילה צו א ביסל כבוד – ביי פרשת בני ברק, ומי יעמוד בסוד קדושים.

נו, ווי קען א חסיד שטיין גלייכגילטיג ווען ספר תורה שרוי בצערא אויף אזא פארנעם...
 
די מאכסט נאר שווערער די קשיא,
פארוואס וויל א זאלי חסיד, עס זאל זיין שלום ביי א משפחה מיט א בלוטיגע מחלוקה , מיט א מענטש וועם ער האט פיינט בתכלית השנאה,
תוך כדי דיבור וואס ער רעדט פון שלום ,שעלט ער צוזאם דעם איד אז ער איז א דבר אחר און אלע מיני מיעוסע ווערטער ,
דאן פארוואס ווילסטו אז מען זאל שלום מאכן מיט אים ?
און פארוואס מאכט עס אים אזוי פרייליך אז עס גייט זיין שלום ?
 
ווער ס'האט אז די קשיא איז שווערער געווארן זאל לייקן @שמויגער'ס מעסידזש, אוּן ווער סהאלט אז סאיז שוואכער געווארן זאל לייקן מיין מעסידזש,
 
לעצט רעדאגירט:
קיינר זיכט נישט אנצוהאלטען מחלוקת ,
די מחלוקה צווישען א משפחה פייט , האט נישט מיט מיר אדער דיר, און סאיז נאו באדיס ביזנעס זיך אריינצומישן, סאומהאו חלום'ן די שונאים אז די משפחה פייט זאל ווערן אויס ,און די חסידים איז ווי מען זאגט , ווי קען איך אריין רעדן פון יענעם'ס פעין , סאיז יענעמס הארץ און ווייטאג, ווי קום איך אפילו אריין דא אין פיקטשער?
דער גאנצע מחלוקה איז א פערזענליכע משפחה פייט אן אלטע טאטע האט געוואלט אדער מען האט עם געצוינגען ווי איינער וויל עס אפטייטשען ציטיילען זיין ירושה וואו קומט אריין א סאטמאר חסיד בכלל אריין און דו פיקטשר
 
נו סאיז א פערזענליכע משפחה פייט , דאן פארוואס פונקט די שונאים פון די מענטשן ווילן דייקא שלום?
דאס איז וואס איך פרוביר טאקע צו פארשטיין
 
לעצט רעדאגירט:
ווער זאגט בכלל אז משה גבאי וויל בכלל שלום יעצט?? ער וויל סך הכל אז מזאל צוטיילן די ירושה עס זאל נישט זיין קיין גם לי גם לך לא יהיה
 
Back
Top